ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל"

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל"

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 07, 2015 9:58 pm

פארווארט:

אנדערש ווי דער פארצייטישער גראבער און עגאאיסטישער ראש הקהל וועלכע מיר זענען געוואוינט צו טרעפן אין די מעשה ביכלעך, איז אונזער ראשעקאל דא אין שטיבל איינער פון די באליבטסטע און רעספעקטירסטע ניקים ביי אונז, מיט זיין ענוות חן און פשטות.

ווען ראשעקאל האט אריינגעגעבן זיין ניק נאמען פאר קאווע שטיבל, האט ער מסתמא נישט געטראכט צופיל איבער דעם באדייט פון דאס ווארט און אז דאס דארף אים רעפרעזענטירן (פונקט ווי שמעקעדיג האט גארנישט מיט מיר אין רעאליטעט, ספעציעל דורכאויס די ניין טעג...)

אבער ראשעקאל האט אנגענומען זיין ראלע גאר ערליך. ער איז דער פאקטישער ראשעקאל אין שטיבל ווען עס קומט צו נייעס און קאררענט איווענטס. ער מאכט זיכער אז דאס שטיבל זאל אלעמאל זיין אפ-טו-דעיט מיט די שנעלסטע און פרישסטע נייעס און סענזאציעס. מאנכע וויצלען זיך אז ראשעקאל ווייסט שוין די נייעס נאך איידער עס פאסירט, און אז אזעלכע גרויסע מידיא נעצן ווי די טיימס און עי. פי. קומען גנב'ענען די סקופס פון ראשעקאל..

צווישן ברודערלעך גערעדט ווייסט יעדער איינער אז באריכטן נייעס, בילדער און לינקס קריגט נישט אין שטיבל די ריכטיגע אנערקענונג. רוב מאל ווערט עס ניטאמאל געלייקט. אזוי זענען די שטיבל דינאמיקס. נייעס און אפדעיטס נעמט מען פאר גרענטעד.

אבער אונזער ראשעקאל קוקט נישט ארויס פאר אנערקענונג. א מענטש וואס דארף נישט קיין שכויעח. ער איז דא צו געבן און נאכאמאל געבן, און דורכאויס סיי וועלכע שעה'ן אין טאג צי נאכט, וועט ראשעקאל זיכער מאכן אז חברי השטיבל זענען אינפארמירט מיט אלעס וואס פאסירט איבער דער גארער וועלט מסוף העולם ועד קצה העולם. העכסטנס לייגט ער א דערמאנונג אין זיין חתימה אז מען זאל דרוקן די הענטעלע דארט אויבן, ובזה יצא ידי חובתו.

ראשעקאל האט אן ארעם לענגער ווי בתי' בת פרעה, אלעס ווייסט ער. ער קומט אן איבעראל, און זיין זשורנאליסטישע נאז האט זיך נישט צו שעמען קעגן וועלט-בארימטע מידיא מאכטן.

לכבוד חול המועד האבן מיר אפגעשטאט א באזוך אין די ביוראען פון אונזער באליבטן ראשעקאל, וועלכער האט אונז געשענקט פון זיין טייערע צייט און אויפגענומען פאר א קורצע אינטערוויו, וואו ער דערציילט אונז אלעס איבער זיין פרעזטיזשפולער שטעלע אלס געערטער ראשעקאל פון קאווע שטיבל, און פאטענציאלער ראש הקהל אין שמעקעדיגסוויל יע"א.




א גוטן כבוד הטפסר הנגיד שר ושוע ראשעקאל דקהילתינו שליט"א

ראשעקאל איז דער וואס האט אלץ די פרישסטע נייעס און אפדעיטס, אויף א פארנעם צו שטוינען, אבער נישט נאר נייעס, נאר יעדע סארט פאליטיק אדער סענזאציע, א סומאטוכע אדער זאווערוכע, ביזטו באלד דא דאס צו באריכטן. דאס הייבט ביי אלעמען נייגעריגע אויגן ברעמען, פון וואו באקומסטו אלץ די ערשטע רגע אלע נייעס און קאפיעס, בילדער און דאקומענטן, אויסשניטן פון אלע סארטן צייטונגען און אויסגאבעס, איר דערוואוסט זיך פון נפטרים תיכף ווי זיי הויכן אויס זייערע נשמות, איר פארשאפט מודעות פון די בתי מדרשים, בילדער פון היימישע עקסטרעוועגאנטע שמחות און עפעירס, און אלע סארטן אכשר-דרא צעטלעך פאר די מוסדות?


    א גוטן מועד, ס'איז מיר א כבוד צו פארפיגן א שמועס מיט אייך.

    בנוגע אינפארמאציע אינערהאלב מוסדות דארף מען האבן די קאנעקשאנס! איך אליין בין אינוואלווד אין אסאך מוסדות, ארגאניזאציעס, אלזא האב איך צוטריט צו א באנטש אינפארמאציע. איך האב אויך פארשידענע ארבייטער וואס זענען אינוואלווד אין כל מיני מוסדות וכו', און זיי האלטן מיר אינפארמירט.

    צו ברענגען נייעס שנעל און אפדעיט דארף מען זיך ארויפשארצן די ארבל... ווען עס איז דא גרויסע נייעס אזוי ווי די מנחם שטארק קעיס, וואס איך ברענג די ערשטע די לינקס צו יעדע פרישע נייעס איז דאס א שווערע ארבייט וואס איך טוה אליינס. איך האלט אין איין סוירטשן, און איך מאך גוגל אלערטס אזוי אז איך באקום די נייעס נאך פאר יעדעם. אז מ'ארבעט שווער העלפט דער אויבערשטער...

    היינט, אז איך בין שוין באקאנט אלס אן אינטענסיווער און אגרעסיווער נייעס באריכטער, זענען דא אסאך מענטשן וואס מאכן זיכער מיר צו שיקן זאכן.

    דערנאך איז דא סקופס וואס מענטשן געבן מיר איבער. אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס זענען סתם שעמעדיג צו פאוסטן, אדער ווילן נישט ארויפלייגן עפעס ספעציפיש צוליב א חשש גילוי שיקן זיי עס צו מיר און איך לייג עס ארויף.

אז מ'רעדט שוין, דער נאמען ראשעקאל איז זייער אייגנארטיג, עס האט אפילו געוואלט קאפירט ווערן דורך אנדערע אין אנדערע פארומס. ובבן איז די שאלה, וואס האט אייך געמאכט אויסקלויבן דעם ראשעקאל ניק? איר האט עפעס אין די בלוט פירערשאפט קוואליטיס? ס'וואלט אייך געגלוסט צו ווערן ערגעץ-וואו ראשעקאל?

    צו אדרעסירן דיין שאלה איז אזוי: פאר איך בין אנגעקומען צו קאווע שטיבל בין איך געווען צוגעוואוינט צו אייוועלט. דארטן איז געוועהן א מצב פון א ראש הקהל, וואלן וכדו'. ווען קאווע שטיבל האט זיך געעפענט האב איך נישט גע'חלומ'ט אז ס'וועט זיין אזא סוקסעספולע זאך, האב איך סתם געגעבן א פירקל אריין "ראשעקאל", אן צופיל כוונה.

און פארוואס רופט איר זיך ראשעקאל נישט ראש הקהל?

    ווען איך האב מיך איינגעשריבן ווי "ראשעקאל" האב איך ווייטער נישט געהאט די חוצפה זיך צו שרייבן ווי "ראש הקהל" ווייל איך זע מיך נישט ווי אזא סארט מענטש. "ראשעקאל" איז געווען אקעי ווייל ס'איז מער א קאמישע לאכעדיגע וועג פון שרייבן.

וואס איז פשט אין דעם '/' סימבאל וואס איר נוצט ביי יעדע בילד וואס איר לייגט ארויס? כ'בין זיכער אז איר האט א כוונה צו לייגן דוקא דעם דאזיגן סלעש?

    ניין. ס'האט נישט קיין ספעציעלע כוונה!

    מ'דארף דאך עפעס שרייבן כדי צו קענען פאוסטן א פיקטשער. זענען דא אסאך וואס לייגן א פינטעלע, פאר מיר געפעלט עס נישט, ווייל א פינטעלע איז געמאכט צו לייגן ביי די סוף פון א זאך, און דא איז דאך עס ממש די אנפאנג, נאך אפילו פאר די פיקטשער!! בין איך מער קאמפטעבל צו לייגן די שיפע ליין.

פארוואס דארפט איר אזוי אפט קויפן לעפטאפס אבער דוקא פאר א גוטע דיעל?... ממה נפשך, איז אייער ביזנעס אזוי גרויס, דארפט איר דאך נישט קארגן די פאר דאלער; ווידעראום אויב איז דער מצב שווער, פארוואס דארף מען כסדר נייע לעפטאפס בנוסף צו אייער אייפעד וועלכע איר האט אמאל פארגעסן די פעסווארד?...


    מאכסט מיר שמייכלען.... איך בין ב"ה שיין מצליח אין עולם המסחר, און הא גופא, דאס אכט געבן אויף יעדן דאלער איז קריטיש וויכטיג צו זען הצלחה אין ביזנעס. מיין ביזנעס איז אזוי גרויס טאקע ווייל ביי אונז קארגט מען יעדע דאלער. וואו אימער מ'קען סעיוון סעיווט מען, און דאס איז איינע פון די סודות פון הצלחה. (ששש.... דערצייל נישט פאר קיינעם).

    אז דו דערמאנסט די אייפעד... איך פערזענליך האבן שוין פארגעסן דערפון, אבער דו דערמאנסט מיר, איך האב טאקע פארגעסן די פעסווארד. איך מיין אז ס'געווען אן אייפעד 1 אדער 2 פון מתושלח'ס צייטן...

וואס פאר א כלים נוצט איר היינט?

    היינט נוץ איך די לעצטע אייפעד מיני, און אויך די לעצטע גרעסערע אייפעד. אמאל אמאל ניץ איך א נעקסוס 7.

ווי אזוי האט איר פלוצים געטוישט חתימה מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, פון די JET מארקעטפלעיס חתימה פליענדיג הויך אין די ספערן ביז צו א פשוט'ן פאסט-סטעמפ וויץ?

    די JET חתימה איז דאך שוין נישט נוגע! עס איז שוין געשפארט און איך האב שוין באקומען מיין פרייע 5 יאר מעמבערשיפ.

    פארוואס די פאוסט סטעמפ וויץ? אה, איר ווייסט דאך אז איך האב זייער ליב מיין פאסט קעסטל (זע לעמאן דזשוס'עס פאעזיע פארמעסט פון תשע"ג), איז דאך נישט מער ווי יושר אז איך זאל אפגעבן כבוד פאר די קליינע סטעמפעלע וואס ברענגט מיר אזוי פיל פארגעניגן.

יא, געדענק מיר טאקע אייער הערליכע פאעזיע. איר קענט יא ווען איר ווילט..

לאמיר אייך פרעגן, אלס דער וואס לייגט ארויף די סאמע מערסטע בילדער אין שטיבל, וואס האלט איר איבער די וואטערמארקס אין קאווע שטיבל? ס'איז א שטארקע תועלת? אדער עס שטערט מער ווי עס טוט אויף?


    די וואטערמארקס אין קאווע שטיבל איז לדעתי זייער א וויכטיגע זאך און איך שטיץ עס מיט'ן גאנצן הארץ. יא, איך לאז די וואטערמארק ארויפגעפירקלט ווערן אויף יעדע זאך וואס איך פאוסט, ווייל מיר ליידן פון א באנדע גנבים וואס ווילן נישט געבן קרעדיט פון וואו זיי נעמען סחורה. ווען דו בעטסט מיך איבערצולייגן א פיקטשער אן די וואטערמארק טו איך עס גערן. נאר זיי אזוי גוט, ווען איך שטרענג מיך אן צו פאסטן א פיקטשער ספעשל פאר דיר זאלסטו מיך געבן מיין פארדינטע לייק...

    איך מיין אז דאס איז נאך מער קלאר געווארן לעצטנס ווען קאווע שטיבל האט געליטן די גרעסטע דורכפאל אין איר היסטאריע. מיר האבן זוכה געווען אז @ונבנתה העיר האט דא געבראכן היסטאריע מיט די ווידיא פון חפץ חיים, אבער ליידער איז ונבנתה באגאנגען א נארישקייט וואס מ'קען נישט אפשאצן, אז ער האט נישט ארויפגעלייגט א וואטערמארק.

    עס איז שיין פון "קול ברמה" און "מאמענט" אז זיי האבן געגעבן די קרעדיט פאר קאווע שטיבל און ונבנתה, אבער די גאנצע וועלט, אלע צייטונגען און אויסגאבעס, דרייען זיך ארויס פון געבן די פארדינטע קרעדיט, נאר ווייל ונבנתה האט זיך באנארישט! קאווע שטיבל האט געמאכט איינע פון די גרעסטע אנטדעקונגען אין די לעצטע צענדליגער יארן, אבער מ'האט מער ווייניגער פארלוירן אז דאס זאל אנערקענט ווערן.

גערעכט גערעכט, דברים כדרבונות.

קענט איר אונז איבערגעבן אביסל אינסייד אינפארמאציע אויף די אלו ואלו נשרפים פאעזיע וואס איר האט געשריבן פאר שושנים? עפעס אינסייד סטאריס, אישי מעסעדזשעס, וכדומה?


    וואס פאלט דיר ביי אז ס'איז דא אן אינסייד סטארי? אה, הייסט @כוכב טראגט די גאסיפ ווייטער!... נא נא!

צום שלוס נאך איין שאלה, איר זענט דאך פון די עמודי התווך אין שטיבל איז אויב אזוי פארוואס נעמט איר נישט אן צו דינען אלס גבאי חודש?

    איך בין א טיפ מענטש וואס נארט זיך נישט. איך ווייס פונקטליך מיינע שטארקקייטן און דאס פארקערטע. כאטש אין ביזנעס בין איך מצליח און איך בין א שטארקער מענטש, בין איך אבער נישט געמאכט צו זיין א גבאי אין קאווע שטיבל. איך ווייס דאך אזא יעדע מעקעריי און ווארענונג גייט דורך גאנצעטע מיטינגס און ספיקות, איך האלט נישט אז איך פארשטיי גענוג צו דעם צו האבן א מיינונג. העט מען ווען געמעקט אזוי איינס צוויי, וואלט געווען א מחיה. וואלט איך געלאפן אויף אלע פיר ווערן א גבאי. ס'איז אסאך פאן צו האבן א אירעיסער און מעקן וואס ס'שמעקט מיר, און נאכדעם ווען מ'האט טענות, צו מעקן די טענות...

    שוין, איך מוז אצינד לויפן דאווענען מנחה.

דאן וועלן מיר אייך נישט באדערן, די איבריגע שאלות וועט מוזן ווארטן פאר חלק ב', און א הארציגן דאנק פאר אייער צייט.
איידער מיר געזעגענען זיך, וואספארא מעסעדזש ווילט איר איבערגעבן פאר די קאווע שטיבעל צוהערער?


    איך בין דאך א קליינטשיגער קעגן אזעלכע קארפן קעפ, ווער בין איך צו שיקן מעסעדזשעס..? אבער אז איך האב שוין די מייק וויל איך זיך פערזענליך באדאנקען פאר אלע ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך פארן בארייכערן דעם שטיבל, זה בכה וזה בכה, יעדער מיט זיינע כשרונות, וואס ברענגט ארויף דעם ניווא פונעם שטיבל צו א גאר הויכן שטאפל. עס איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו פארברענגען מיט אזעלכע טייערע חברים כולם אהובים וברורים, לאורך ימים ושנים טובים!

יאפ, כמים פנים אל פנים איז אונז א זכי' צו האבן אזא אויסנאם גוטן ראשעקאל. הצלחה און האטס א מיר א שמחת יו"ט.


/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14581
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17205 מאל

Re: ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל

הודעהדורך נופת צופים » דינסטאג אפריל 07, 2015 10:10 pm

שמעקעדיג: שכויעך פאר'ן אריינדרייען די וואסערמארקס. פאר דעם אליינס האט זיך גילוינט די גאנצע מעשה.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 761 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אפריל 07, 2015 10:22 pm

יאפ. ראשעקאל איז א כלי, קיינער קען אים נישט ביטן מיט די נייעס.
א נייע פירצה, דער עולם לאזט זיך דא אינטערוויאירן, ווער וויל מאכן אן אינטערוויו מיט מיר?...
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2312
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6353 מאל

הודעהדורך קאסטנער » דינסטאג אפריל 07, 2015 10:25 pm

די מערסטע גלייך איך זיין פשטות אין ווי ער שרייבט ווייטער אפגעזען וויפל לייקס ער באקימט,
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 07, 2015 11:10 pm

שמעקעדיג, וואלסט אליין געדארפט וויסן ווי די ראשעקאל איז חס אויף יעדן דאללער. בעצם יום הפורים, וואס איך דארף אייך נישט זאגן ווי פארנומען א ראשעקאל איז, האט ער זיך אינטערעסירט ווי מ'קען באקומען LED BULBS
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1887
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1930 מאל

Re: ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך אפריל 08, 2015 12:28 am

זייער שיין און שקויעך ראשעקאל פאר די נייעס/בילדער/אפדעיטס.

איין הערה די מעשה פון מנחם שטארק האב איך געבראכען, און עס איז דא געווען די ערשטע באריכטעט פריער ווי אין אייוועלט וכו׳
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2741
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2345 מאל

הודעהדורך ביבער » מיטוואך אפריל 08, 2015 12:54 am

אלעס פיין און שיין אבער האבן א גרויסע ביזנעס און אויך זיין אן-טאפ פון נייעס און אויך אקטיוו אויף ק"ש, המממ... איך קען נישט כאפן וויאזוי דאס קען ארבעטן, אבער איך וןאונטש דיר אסאך הצלחה בכל מעשה ידיך.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 596
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 08, 2015 12:58 am

אויב האט מען אן עסטעבלישט ביזנעס מיט גוטע ארבייטער, האט די באס אויך צייט פאר זיינע האביס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4764
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

Re: ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:04 am

שקויעך שמעקעדיג. איך בין ממש עמאשענעל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5287 מאל

Re: ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:06 am

סאשי פיש האט געשריבן:זייער שיין און שקויעך ראשעקאל פאר די נייעס/בילדער/אפדעיטס.

איין הערה די מעשה פון מנחם שטארק האב איך געבראכען, און עס איז דא געווען די ערשטע באריכטעט פריער ווי אין אייוועלט וכו׳

איך מיין בעיקר אפדעיטס.
גראדע איז סאשי פיש נישט קיין קליינע בר הכי. ער געט אויך אסאך נייעס אפדעיטס
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5287 מאל

Re: ספעציעלער פראיעקט לכבוד מועד: אן אינטערוויו מיט "ראשעקאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:21 am

איך דארף מיך טאקע נעמען אין די הענט אריין, נאך איינער האלט אזוי?
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2741
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2345 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:23 am

יא
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4764
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9469 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9188 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:24 am

ביי חסידים עסט מען פיש בידים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5359
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2397 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 08, 2015 1:27 am

יא
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2330
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3647 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך אפריל 08, 2015 2:25 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:יא
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

הודעהדורך ידען » מיטוואך אפריל 08, 2015 2:28 am

סאשי פיש האט געשריבן:זייער שיין און שקויעך ראשעקאל פאר די נייעס/בילדער/אפדעיטס.

איין הערה די מעשה פון מנחם שטארק האב איך געבראכען, און עס איז דא געווען די ערשטע באריכטעט פריער ווי אין אייוועלט וכו׳


האסט מיך דערמאנט ווען איך פלעג אמאל ברעכען..

ביי וו"מ סאמאטכע האב איך געבראכען און איך פיהל נישט גוט זייט דעמאלץ.....
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3147
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

הודעהדורך BAL TSHIVA » מיטוואך אפריל 08, 2015 8:52 am

סאשי פיש האט געשריבן:איך דארף מיך טאקע נעמען אין די הענט אריין, נאך איינער האלט אזוי?

פסח עסט מען נישט קיין סאשי you still have a few days to relax
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 08, 2015 9:33 am

אזוי נישמירנישדיר איז אונזער ראשעקאל ארויף א דרגא, האבנדיג געשריבן איבער פונף טויזענט תגובות. מיט זיין הצנע לכת'דיגע התנהגות איז דאס אדורך, אין די אנגעצויגענע ערב פסח טעג, אן דעם וואס מ'זאל רעדן דערפון.

יעצט חוה"מ ווען דער עולם האט מער צייט וועט פארקומען די מעמד נתינת מזל טוב. דער עולם ווערט געבעטן אויסצופאלגן אנווייזונגען פון די סדרנים און דורך גיין פון דרום צו צפון.

מזל טוב! מזל טוב!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1887
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1930 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט