מילתא דבדיחותא לפסח - פ"ה ס"ח ארטיקל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

מילתא דבדיחותא לפסח - פ"ה ס"ח ארטיקל

שליחה דורך סאו וואט »

שבת הגדול
ס'וועט נאך אמאל קומען א צייט וואס א רב וועט האלטן א שבת-הגדול דרשה, און וועט זיך אנרופן אזוי:

"עד כאן דברי דרוש, מכאן ואילך דברי אגדה נאך דעם קורצן אדווערטייזמענט! - האט אייער שטריימעל געגעסן טשולנט דעם שבת..."
*
הכנה לפסח

מאיר: ווי האלט דיין ווייב ביים פסח מאכן?
ברוך: אה זי האלט שוין לאנג ביי שפוך חמותך!
*
ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!
---
א אנדערע גירסא, גזירה שוה חמשה עשר חמשה עשר, סיי פסח און סיי סוכות ווערט די שלאק פערטיג צום זמן.
*
קינד - מאמי שטויב איז נישט קיין חמץ, און איך בין נישט קיין קרבן פסח.
מאמע - שעפעלע טייערע איך בין נישט קיין קרבן תמיד.
*
נישט קיין וואונדער וואס פרעה איז געווען אזוי אויפגערעגט!

וויאזוי וואלסטו געפילט ווען דו פארלירסט דיינע קנעכט ערב פסח?
*
געהערט פון ר' בערל קליין זז"ג א זיס ווארט לכבוד די ערב פסח טעג, זאגט ער אזוי בצחות לשונו "אז די פרויען ווייסען נישט וויאזוי מ'כשר'עט געלט ממילא פארברענען זיי עס" ודפח"ח
*
איינער נעמט אפיר זיין חבר: "וואס הייסט. די העלפסט נישט רייניגן אויף פסח, די הייליגער בארדיטשובער האט דאך געזאגט אז רייניגן אויף פסח איז אזוי ווי די תקיעות ווי עס איז מרומז אין קשר"ק = ק'ראצן ש'אר'וימען ק'שר'ן"? זאגט אים יענער: "איך בין בעל מקרא! פיין געזאגט.
*
א פרוי האט זיך אפגערעדט פר איר חבר'טע א ריקן די קאוטש ביים פסח'יג מאכן איז זייער שווער, פרעגט איר די חבר'טע פאר טוסטו עס נישט ווען דיין מאן איז אינדרהיים? ענטפערט איר די פרוי, ס'איז גרינגער צו ריקן ווען קיינער איז נישט דערויף.
*
אינמיטן פסח'דיג מאכן די ספרים קומט מיין שטוב אריין מיט א שטרענגן פנים: שטויב איז נישט קיין חמץ...
*
מאכט זיך א מעשה ביי א יוד און ירושלים, עס איז ערב פסח און דער טאילעט ווערט אוהם פארשטאפט. ער ריפט דעם פלאמבער. יענער זאגט אוהם אז עס איז ערב יום טוב און די צייט איז קורץ, און ער קען נישט קומען באקוקען דער פראבלעם, אבער אויב ער גייט און קויפט אליינס א נייע וועט ער קומען עס אינסטאלירען.
דער יוד, בלית ברירה, גייט און קויפט א נייע טאילעט און שלעפט עס אהיים אויף די אקסעל.

עס גייען פארביי צוויי בריסקער און קוקען דאס אהן.
זאגט איינער צום צווייטען...קוק נאר!!...א נייע חומרא פאר פסח!!!
*
זרח: איך דארף קלינען מיין טלית פאר פסח?
רב: האסט עס קיינמאל נישט אנגעהאט לענגער פון 18 מינוט, איז עס קיינמאל נישט געווארן חמץ'יג...
*
א אינגערישע אידענע רופט אהן די רב ליל בדיקת חמץ אז איר מאן זוכט שוין צוויי שעה די 10'טע ברעקל, און ער קען עס נישט טרעפן, זאגט איר די רב אז ער זאל מבטל זיין די חמץ, און אויב מ'האט עס ביז יעצט נישט געטראפן וועט מען עס שוין אין פסח אויך נישט טרעפן, זאגט זי ניין, מיין שאלה איז צו איך מעג איהם שוין אויסזאגן ווי ס'ליגט...
*
איז דא א מעשה אז דער גלח, (אדער אן אנדערער) האט געפרעגט ר' יונתן (אדער אן אנדערן) וואס איז פשט פון דעם מנהג ישראל, פון באהאלטן ברעקלעך פאר בדיקת חמץ און דערנאך גייט מען דאס זוכן, האט אים ר' יונתן געענטפערט, און פארוואס ביי ענק, פירט מען זיך, אז מ'באהאלט א טויטן קערפער אין א קעלער פון א איד און דערנאך גייט מען דאס זוכן.
*
ערב פסח
פעסטער רבי שרייבט אויף טוויטער: אין די פעסטע מצה בעקערי באקט מען שוין היינט ׳ערב פסח מצות׳ ס׳זאל זיין גענוג פאר יעדן.
*

א יוד, א עני ואביון, קומט צום רב און זאגט עם אריין אין אויער: רב, איך האב גארנישט, אפילו נישט מצות.
רב: זארגט אייך נישט, איך וועל דיר געבן מצות!
אביון: פון די גיטע מצות?
רב: א וודאי, תנור ראשון, הידור שבהידורים
אביון זאגט אריין שטילערהייט פאר'ן רב אין אויער: אין מיין די מצות מיט די בליט...
*

איינער האט געקויפט מצות אין א ראמענישע מצה בעקערי, ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געזען אויפן באקס שטייט אזוי:
בית אופה ד..... ראמעניע.
חלה גענומען.
מצה געגאנבעט...
*

מאכלי פסח
וואס איז די חילוק צווישן פסח'דיגע עסן און מן?
מן האט אלס אויסגעזעהן די זעלבע אבער די טעם אלס אנדערש, פסח'דיגע עסן זעהט אויס אנדערש, אבער האט אייביג די זעלבע טעם...
*
א: איך עס פסח נאר וואס מען מאכט אינדערהיים
ב: און וויין מאכסט אויך אליין ?
א: אויף צעלימער רב קען מען זיך פארלאזען
ב: אהא!! אז דיין באלבאסטע זאל שוויצען ביסט די א מחמיר (מאך מיר)
*
ליל סדר
פארוואס הייסט א פארמיטאג אין ישיבה סדר?
ווייל די בחורים זיצן אנגעלאנט און די מגיד שיעור עסט מרור.
*
א מאמע קומט אויף פסח צו אוהר טאכטער.
זי איז א שווערע גאסט. דאס עסט זי נישט ווייל זי מישט זיך נישט, און יענס עסט זי נישט ווייל זי מישט זיך נישט, וכו' וכו'..
זי גייט אויף אוהר איידעם'ס נערווען.

ווען עס איז שוין נישט אויסצוהאלטען גיבט אוהר דער איידעם א זאג....

שוויגער לעבען...מישט דיך יא...א גאנץ יאהר מישט דיך נישט!
*
געוועהן א פריש פאר פאלק עמי הארצים
האבען זיי געמאכט פסח צום ערשטען מאהל
ווייסט דער מאן אבער נישט וויאזוי רעכט מען אפ א סדר
שיקט ער זיין ווייב זאל אריינקוקען דורך דעם שכן'ס פענסטער און זעהן
גייט זי און עס ווערט איר שווארץ פאר די אויגען
עס איז דארט געווען א מחלוקת און דער מאן שלאגט די ווייב....
קומט זי אהיים און זי האלט דאס מויל שטייף פארמאכט
דער מאן פרעגט נו וויאזוי מאכט מען א סדר?
און זי ענטפערט נישט
ער רעגט זיך אויף: נו?
און זי בלייבט שטיל
ער ווערט מער אויפגערעגט און הייבט אהן שלאגען
און זי וויינט זאגענדיג: אויב דו ווייסט יא וויאזוי מען רעכט אפ א סדר פארוואזשע האסטו מיר געשיקט קוקען....
*
ר' יעינקעל קומט אהעים פון מעיריב פסח ביי נאכט, און זאגט: יענטע, געדענקסט נאך די מעישע פון פאר א יאהר?
זאגט זי: יע, אוודאי געוויס!
זאגט ער: אייב אזעי ברענג אריין די קנעידלאך....
*
פארוואס גנב'ט מען די אפיקומן?
אויסצולערנען די קינדער אז פון גנב'נען האט מען גאארנישט..
*
האט א קינד צוגעפרעגט א פופטע קשיא ביי די מה נשתנה, טאטע פון ווי האסטו היינט גענומען ס'געלט צו דעקן די פסח'דיגע צרכים? דער תירוץ איז ענטפערט די טאטע, עבדים היינו וכו' לפיכך אנחנו חייבים....
*
מעפאנגט אהן די הגדה מיט הא לחמא עניא, און מעזאגט דארט כל דיכפין יתי ויאכול.
דאס קינד הערט דאס צו און ווינדערט זיך דערויף און פרעגט זיין טאטע, מה נשתנה הלילה הזה וכו'?
וואס איז עפעס היינט נאכט ביסט אזוי ברייטהארציג, די ריפסט יעדען אריין עסען, אנדערש וויא א גאנץ יאהר.
אויף דעם ענטפערט דער פאטער, אז נייין! עס איז נישט אנדערשט וויא א גאנץ יאהר. עבדים היינו לפרעה במצרים, מיר זענען דאך געווען קנעכט ביי פרעה און מצרים, און אזוי וויא פרעה איז געווען א גוזר ואינו מקיים, האט מען זיך אויסגעלערענט אויך אזוי זיך צו פירען
*
אן עם הארץ רעכט אף דעם סדר. מען האלט ביי והיא שעמדה, ער דעקט צו די מצות, הייבט אויף דעם כוס, און טרינקט עס אינגאנצען אויס.
איינע פון די בני בית זאגען אוהם אז און הגדה שטייט נאר אז מען נעמט דעם כוס און האנט, עס שטייט נישט אז מען טרונקט עס.
ענטפערט אוהם דער עם הארץ, נאכדעם וואס מען הייסט נעמען דער כוס און האנט, דארף מען שוין נישט מפרט זיין וואס צו טוהן.
וואס מען טוט דערנאך ווייס איך שוין אליינס.
*
וועלכע פון די "ארבעה בנים" ביסטו? פרעגט דער טאטע פונ'ם זוהן ביים סדר

דאס קינד נעמט זיך אן פאר זיינע רעכטן: מיר האבן דאך ממש לעצטנס גע'חזר'ט בבא קמא צוזאמען און איך האב דיר נישט געפרעגט וועלכע פון די "ארבעה אבות" די ביסט
*
ס'דערמאנט מיר אז איינער האט געזאגט אז ער איז אלע ארבעה בנים:
חכם - לא לחכמים לאכול
רשע - לוה רשע ולא ישלם
תם - תם הכסף
שאינו יודע לשאול - ער האט שוין געבארגט פון גאנץ שטאט און האט שוין נישט ביי וועם צו בארגען.
*
א יוד פרעגט זיין רבין פארוואס דארף מען געבען דריי האלבע שקלים.
דער רבי זעהט אז ער מיינט נישט צי פרעגען, נאר ער וויל עפעס זאגען. זאגט אוהם דער רבי , "נו, זאג אליינס" זאגט דער יוד, ווייל זיי זענען כנגד די ארבעה בנים פון דער הגדה, קוקט אוהם אהן דער רבי פארווינדערט, און פרעגט אוהם, מעגעט דאך נאר 3 האלבע שקלים, איז וויא אזוי זענען זיי כנגד 4 בנים?

ענטפערט דער יוד, אה! דער חכם איז נישט קיין נער, ער געט נישט.....
*

פארוואס איז רבי יהודה געווען די ראש המדברים בכל מקום?
ווייל ער האט זייער מקצר געווען, ווי מען זעט אין די הגדה, רבי יהודה הי' נותן בהם סימנים דצ"ח עד"ש באח"ב...
*
אויב שוין אזוי, פארוואס האט אויסגעפעלט צו געבן סימנים?
אלזא, ווייל מכות אן קיין סימנים, איז קיין מכות נישט...
*
א פרומער איד וועלכער האט זייער מקפיד געווען אויף ערב פסח מצה האט איין יאר מחמת די גרויסע טירדות זיינע נישט אנגעקומען צו קויפן ערב פסח מצה, איז ער אריבערגעגאנגען צום שכן א גרויסער עם הארץ, אבער אויך א פרומער איד וועלכע האט געהאט ערב פסח מצות און אים געבעטן צו ער קען אים אוועקגעבן זיינע מצות אלס מתנה ע"מ להחזיר... דער עם הארץ האט נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט, האט אים דער שכן מסביר געווען אז ער וויל יוצא זיין די כזיתים מיט ערב פסח מצה און ער וועט עס אים שפעטער צוריקגעבן נאכן יוצא זיין די מצוה... דער עם הארץ וועלכער איז נישט געווען קיין גרויסער חכם האט נישט געכאפט אז מצה איז נישט קיין לולב וואס מ'קען געבן אלס מתנה ע"מ להחזיר, האט ער אוועקגעגעבן פארן שכן זיינע ערב פסח מצות מיינענדיג אז שפעטער וועט ער עס אים צוריקגעבן...
דער עם הארץ איז זיך דערווייל געזיצן און געמורמעלט די הגדה ביז מוציא מצה, און דאן איז ער אריבערגעגאנגען צום שכן אפבעטן זיינע מצות... דער שכן האט אים געזאגט אז ביז עטליכע מינוט גיט ער עס אים אפ, און ער קען אהיים גיין ווארטן ביי זיך אין שטוב.
נאך עטליכע מינוט קומט דער איד וועלכער האט שוין געהאלטן נאך די כזיתים און קלאפט אריין צום שכן דער עם הארץ, און נעמט זיך אויסברעכן די מצה אויפן עם הארץ... זאגענדיג א גרויסע יישר כח פאר די מתנה ע"מ להחזיר...
*
איינער איז געזעסן אין תפיסה ל"ע האב איך מיך אינטערעסירט ביי אים וויאזוי ער האט געפראוועט דארט דעם סדר זאגט ער מיר איך האב געהאט גענוג און נאך מרור און איך בין געווען אין חד גדיא מען האט אריינגעלאזט צו אים אביסל מצות מיט וויין מיינע שכנים האבן מיר אפילו געגנבעט דעם אפיקומן פרעג איך אים אויב אזוי מיט וואס האסטו געשפירט אז דו ביזט אין תפיסה זאגט ער מיר ביי שפוך חמתך האט ער נישט געקענט עפענען די טיר.
*
גוים האבן דאך נישט קיין מדות אבער איין זאך זעהט מען (איך ווייס נישט צו ערגעץ אנדערש אויך דאהי זע איך עס אפט) אז ווען זיי גייען אדורך א טיר און איינער גייט אונטער האלטן זיי אפען די טיר פאר יענעם אבער ביי דעם בלייבט עס מען קען אפשר זאגן א רמז עס שטייט אין פסוק חסד לאומים חטאת וועסטו מיינען אז מען רעדט דא פון אן ערנסטן חסד שטייט אין א צווייטן פסוק לפתח חטאת רובץ אז נאר ביים טיר הויערט דער חסד לאומים חטאת דארט הייבט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס מען בעט השי"ת שפוך חמתך על הגוים ווער דארף זיי האבן אפשר וועט איינער זאגן זיי טוען דאך עפעס זיי עפענען די טיר נישט קיין פראבלעם מיר קענען אויך עפענען די טיר דערפאר עפענט מען די טיר ביי שפוך חמתך.
*
געווען אן עם הארץ ביים סדר
אלץ געווען פיין און געשמאק
נאר ווען ער האט געזאגט חד גדיא האט ער ביטערליך געוויינט
פרעגט די בני בית וואס איז
זאגט ער ווי זאל איך נישט וויינען
די אלע חשובע צדיקים: ר' שונרא ר' כלבא ר' חוטרא און נאך זענען אלע אין די חד גדיא....
*
ספירת העומר
3 דריי זאכען דארף מען זיך ארויסלערנען פון ספירת העומר
1) מען דארף יעדן טאג ציילען (פון די גרינע פארשטייט זיך).

2) מען דארף יעדן טאג ציילען מער פונעם פריערדיגן טאג.

3) ווען איינער פרעגט וויפיהל ציילסטו זאג נישט אויס.
*
ביי ספירה הער איך ווי א אינגערמאן זאגט הויך "שבזכות ספירת העומר שספרתי היום יתקן מה שפגמתי בספירה פלוני השייך לאותו הלילה, ואטהר ואתקדש...
*

חול המועד פסח
קומט א יונגערמאן שבת חוה~מ פסח צום רב
און פרעגט אים אין א בהלה: געוואלד רבי! געוואלד רבי! ראטעוועט אונז!
פרעגט דער רב: וואס איז געשעהן?
זאגט ער: א שרעק! א שטיקעל מצה איז אריין געפאלען אין די טשאלענט! וואס איז דער דין?
דער רב טראכט און זאגט: איין מינוט, קומט אין ספרים שטוב....
דער יונגערמאן זעצט זיך און דער רב זוכט און זוכט...
די ספרים בארג ווערט אלץ העכער און העכער....
צום סוף זאגט אים דער רב בצער: ענטשולדיגט, איך קען אייך נישט העלפען...
אין אלע פוסקים טרעף איך נאר שאלות וועגען א משהו חמץ, אבער נישט נישט וועגען א משהו מצה....
*
שביעי של פסח
א טעג עסער איז אריינגעפאלען צי א קמצן און גלייך געכאפט ווי ער איז
האט ער ג'בראקט חלה אין וואס ער האט ג'קענט ,וואס איז זיכער איז זיכער
זאגט אים דער בעה"ב פארוואס האט מען ג'ברויכט שפאלטען דעם ים
מ'האט ג'קענט געבען יעדען חלה
ענטפערט דער גאסט עס איז דאך געווען פסח
*
א עם הארץ האט אמאל געפרעגט פון זיין חבר פשט אין הלל, עס שטייט: "הים ראה, וינוס הירדן", אז דער ים האט געזען וואס האט דער ירדן צו אנטלויפען?
ענטפערט אים זיין חבר, וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז דאך די המשך: "מה לך הים, כי תנוס הירדן", וואס האט דער ים מיטן ירדן אז ער זאל אנטלויפן?!!
*
א זון פרעגט ביי זיין טאטע'ן (נאכן זאגן הלל אין שול):
- טאטע, פארוואס עס שטייט אין פסוק "החילטם רטאטה, וחילטניס החילחראדלון"? עפעס א נישט פארשטאנדיקע זאך - פארוואס זשע ירדן האט אנטלאפן אויב דער ים האט עס געזען?
דער טאטע נעמט דעם סידור, עטלעכע מינוט קוקט זיך איין אינעם פסוק און טראכט און דערנאך ענטפערט:
- אט פונקט די שאלה פרעגט דאך דוד המלך דארטן ווייטער, זאגנדיק: "מחה-ללאךט החילטם, כלהי תטנולס החילחראדלון?".
*
אחרון של פסח
צדיקים פלעגן זאגן אז די גאנצע עבודה וואס א איד לייגט אראפ אנגעהויבן פון פורים שלשים יום קודם החג:

לערנען די הלכות
אויפעסן די חמץ
אויסרוימען די חמץ
ארבעטן פאר געלט איינצוקויפן צרכי פסח
אויסרייניגן די הויז,
כשר'ן
טובל'ן
איבערדעקן
שוויצן
באקן מצות
איינקויפן צרכי פסח
מים שלנו
בדיקת חמץ
פארברענען די חמץ
כשר'ן די ציין
גיין אין מקוה
זאגן הלל
סיפור יציאת מצרים
ד' כוסות
כזיתים מצה
כזיתים מרור
כורך
אפיקומן
ספירת העומר
שמחת יו"ט
שביתת הרגל


אלעס איז נאר א הכנה צום:

אראפרייסן די זילבער פאפיר מוצאי פסח
*
מוצאי פסח, און א בית מדרש וויא דער שמש בעצופאל איז נישט געווען אונדערהיים אויף יום טוב, האט דער עולם זיך מיישב געווען אז תיקף נאך מעריב וועט יעדער בלייבען א ביסעל לענגער אוועק פאקען די סודרים, צאמלייגען די טישטעכער, אזוי אז דאס גאנצע ארבעט זאל נישט בלייבען פארען שמש ווען ער וועט אהיימקוען שפעט ביינאכט.
און מיטען פאקען נעמט זיך איינער זינגען חסדי השם כי לא תמנו ..און דער עולם לאזט זיך ארויס און א רקידה. א פאר מינוט דערויף, דער עולם גייט צירוק פאקען.
גייט אדורך א שטיקעל צייט און יענער פאנגט נאכאמאל אהן, און נאכאמאל איז דא רקידה.. אזוי חזר'ט עס זיך איבער עטליכע מאל ביז דער רב פרעגט יענעם, שמחה מה זו עושה. ענטפערט יענער,
פאר א יעדע רקידה ווערט נאך א באקס פסחדיגע כלים אוועק געפאקט און דערהיים. אזוי אז ווען איך
וועל אהיים קומן וועט שוין אלעס זיין אוועק געפאקט.
*
I AM SICK AND TIRED ALREADY

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר