שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום

שליחה דורך בעל מדות »

{אריינפיר}
איך האב אריינגעאטעמט, זיך אריינגעשטיפט צווישן די צוויי טירן, עס וואלט קיינער נישט געחלומ'ט אז א קינד קען דארט אריינפיטן, מיין שטערן איז געווען באדעקט מיט א געדעכטע שווייס, איך האב אכטונג געגעבן נישט צו מאכן קיין שום גערויש, שטייענדיג איינגעהילט אין א שפאנענדע אנגעצויגנקייט, קוים אויסווארטנדיג אויף דעם העכסט אנגענעמע מאמענט ווען "יוסי" די "פחדן" פון "חדר" גייט פאראיבערגיין דעם טיר, ענדליך האט זיך זיין געשטאלט באוויזן און מיטן גאנצן אייפער האב איך ארויסגעווארפן ס'גאנצע קערפער פון דעם שמאלן ארט ארויסטאנצענדיג ווי די רויבער פון די מחניים ביכער אויף זייער רויב, ווען פון מיין מויל קימט ארויס א קינדעריש אבער שרעקעדיגע .... באווווואאאאווו!...

די סצענע איז געווען רחמנות'דיג יוסי מיט זיין גאנצע רמ"ח ושס"ה איז אויפגעשפרונגען פון ארט, צעטרייסלט, בלאס, און צעשאקעלט, ער האט זיך דערשראקן אויף א קלימאקס אטעמענדיג שווער און ביזן כאפן אז עס איז נאר געווען א טיפיקל שפיצל האט ער ענדליך ארויסגעלאזט א האלבע שמייכל, שיסנדיג עטליכע שעלט ווערטער אין מיין ריכטונג און ווייטער געגאנגען זיין וועג, איך האב ביזן גרייכן אינדערהיים געלאכט און געהוסט נישט קענענדיג קומען צו זיך פון די געלונגענע שפיצל.
                                    
עס איז א פארפרוירן ווינטער נאכט, די שנייעלעך באוועגן זיך מיטן ווינט, עס איז א שיינע וועטער און עס שפאצירן היבשע מענטשן אויפן גאס, ירחמיאל איז אויף זיין וועג אהיים, אין זיין מויל ליגן וויכטיגע ענוועלאופס וואס ער האט נארוואס אפגענימען פונעם פאסט, מיט איין הענט האלט ער פולע זעקלעך נארוואס איינגעקויפט אין גראסערי און מיטן צווייטן האנט פארעט ער זיך ביים אויער מיטן בלוטוט וואס האט פארלוירן איר בעטערי ווען מיטאמאל כאפט ער אזא גליטש צום ערד...זיינע בעגס האבן זיך אויפגעריסן און פולע פאטעיטעס האבן געכאפט א טענצל אויפן ראוד, ער האט זיך אויפגעשטעלט פארשנייט און צוזעצט קוקנדיג רעכטס אין לינקס ווער עס האט אלץ געזען... ער האט מיט זיינע צישניטענע הענט, און צישאסענע מאראל אויפגעהויבן זיינע פולע פאפירן וועלכע האבן זיך שוין געקוילערט אויף פולע גאסן דערנעבן, יויש האבן זיך מענטשן געהאלטן ביי די זייטן זיך ווארפנדיג פאר געלעכטער אפילו צו זיי וואלט דאס זעלביגע געקענט פאסירן.

די צוויי געשיכטעס זענען נאר א שטיקל אריינפיר, איך האב פשוט געוואלט באגרינדן און דערמאנען די פאקט אז
 עס איז פארהאן אין די מענטשליכע טבע א שטארקע פארגעניגן צו זען א דורכפאל ביי א צווייטן.
פארוואס עס איז אזוי פארשטיי איך אויך נישט, עס מוז נישט אלעמאל זיין די פאקט אז מען פריידט זיך אז פאר יענעם גייט שלעכט, נאר עס איז אזוי צוליב וואס די סצענע איז שמייכלדיג.

שפיצלעך, פרענק'ס בלע"ז זענען פארשידנארטיג און א גוטע פרענק ווידעא ווערט היינט וועלטבארימט און וועט פארן וויירעל פון איינעם צום צווייטן צו מיליאנען מענטשן און בלויז שעות, עס זענען פארהאן ריזיגע פירמע'ס וועלכע געבן זיך אפ מיט די סארט זאכן אינוועסטירנדיג מיליאנען דאלארן פשוט צו פארדרייען מענטשן די קעפ, און דערנאך פארשפרייטן די קליפס דערפון צו וועלכע מיליאנען פאסמאקעווען זיך.



אויב זענט איר פון די סארט מענטשן וואס גלייכן נישט קיין פרענק'ס דאן קענט איר מיר געבן א לייק און דריקן דעם "בעק" באטן.

איך בין נישט ממש "משוגע לאותו דבר" אבער דא, דארט, האב איך געגליכן צו זיך אראפזעצן און באאבאכטן אביסל פאר אינטערהאלטונג די סארט געדאנקען.
נאכן מאכן ריסוירטש האב איך אנגעטראפן "די גרעסטע פרענק פירמע וואס עס איז נאר פארהאן," איך האב איר שטודירט און איך בין יעצט דא איר מיטצוטיילן מיט מיינע פריינט אויפן געוועב.


ביז דאן איז נישט געווען א ערנסטע פראפיטיבל אדער ארגאניזירטע פירמע וואס זאל טוהן שפיצלעך אויף א נארמאלע אויסגעהאלטענע פארנעם און קריכנדיג אויף  יוטוב האט מען זיך נאר אנגעטראפן אין זייער נארישע אוואנטוריסטישע יוגענטליכע וועלכע האבן אויף זייער אייגענע מיסיע אויסגעפירט זייער שרעקליכע אוממענטשליכע שפיצלעך ווי ארויפווארפן שפינען אויף ווייבער און לאכן פון זייער פאניק אטאקע וועלכע איז אומעטיש, און ניטאמאל איז עס גוט אפגעכאפט, ברענגענדיג אפשיי זיי צו קוקן.

זענען געקימען עטליכע און געגרינדעט מיט די יארן א פירמע פאר יא!...איר הערט גוט, פאר שפיצלעך, משך די יארן האבן זיי זיך געבויעט און פארגרעסערט ווען היינט צוטאגס איז עס א מולטיי רייכער פירמע מיט איבער הינדערט פול טיים ארבעטער און גאר פראפעסיאנאלע אקטיארן וואס אטעמען קוים, ארימלויפנדיג אויף די גאסן אין מאכן משיגע די מענטשהייט
די פירמע רופט זיך

                    "Just for laughs gags"

זי איז סטאנציאנירט און ווערט אפגע'פילמ'ט אין מאנטרעאל קוויבעק קאנאדע.
איך האב געוואלט קאפי פעיסטן די וויקיפידיע בלאט אבער נאכן דורכלייענען האב איך באשלאסן אז עס איז היבש לאנג, בארינג, איז נישט ווערד און איך וועל אפשרייבן די פאקטן וואס איז אינטערסאנט.

די פירמע האט אנגעהויבן מיט אירע "געגס" -וויזוי זיי רופן עס- און מיט די צייט זענען זיי געווארן פאפולער, היינט ווערן זיי שוין געוויזן אויף טיווי קאנאלן אין העכער 100 לענדער ברענגענדיג א שטארקע הנאה צו די קוקער, זייער סיסטעם ארבעט אז טראץ וואס זיי רעדן פראנצויזיש נעמט מען אראפ אלעס וואס פאסירט אויפן סצענע און זיי לייגן נאר צו גוטע מיוזיק און פארשידענע שטימעס ווי מענטשן לאכן.

אנהויב ווייזן זיי איינמאל וויאזוי די פרענק גייט ציגיין און דערנאך טוען זיי עס אויף מענטשן און ווייזן די רעזולטאטן עטליכע מאל, זייערע איידיעס זענען נורא ואיום און מענטשן וועלכע ליידן אויף די הארץ זאלן עס אפשר נישט קוקן...
זייערע צוויי הויפט שפילער זענען א מאן און א פרוי, דעניס לעוועסויר איז א עלטערע פראנצויז וואס האט א שרעקליכע טאלאנט פון שפילן "טעמיש" און די פרוי איז נישט אוועקצומאכן איך וועל איר אבער אויסלאזן, זיי פארמאגן נאך א גאנצע שטאב פון אויסגעצייכענטע שפילער, זיי זענען לייסענסד און ברענגען ריזיגע פארדינסטן פאר קוויבעק. (טוריסטן, און עדווערטייזמענט)

זיי פארמאגן יעדע סארט קליידונג, זיי באזיצן א פארמעגן פון אמבולאנסן, פייער טראקס, אזש ביז ארמי טאנקען, און יעדע זאך וואס עס פעלט אויס.

זיי גיסן אריין שווערע געלטער פארן סוקסעס פון יעדן פרענק און דרייען איבער די שטאט מיט דראמא און נאך פארשידנארטיגע און אינטערסאנטע איידיעס.

זיי האבן מיט די צייט געעפנט א ברענטש וואס הייסט "just kidding" ווי קינדער וואס ווערן גוט טרענירט ווייזן זייער קענטעניס און נערווירן די מענטשהייט...

זיי זענען היינט אזוי גרויס אז כמעט יעדן טאג ערשיינען זיי מיט פרישע סחורה און מען קען ניטאמאל נאכיאגן.

איך געב נישט גערעכט, און רייס נישט אראפ, איך שילדער נאר די פאקטן ארום דעם פענאמענאן, זיי האבן ארויפגעברענגט די נארישע איידיע פון אפטון מענטשן צו א ריזן פירמע מיט מיליאנען מענטשן וואס זענען קראנק עדיקטעד און הייסע "פענס" פון דעם געדאנק.

נאכן דורכפירן א פרענק גייט געווענליך מכות און זיי פרעגן יעדעם באזינדער צו מען מעג עס ארויפשטעלן אין פובליק, זיי באפיצן עס און שטעלן עס ארויף אויף זייערע פולע וועבזייטלעך, יוטוב טשענעלס און אזוי ווייטער.

פאר טוויטער באניצער איז זייער אפציעלע אקאונט ווי זיי טיילן מיט נייע סחורה דא

איך וועל פרובירן מיט די צייט צו ברענגען נאך קליפס און לינקס -ווענדט זיך וויאזוי די ציבור וועט עס אויפנעמען-


-אזהרת נשים-! זייט געווארנט, עס איז אויף אייער אייגענע אחריות.

זיי האבן מומחים פאר עקספלאוזיעס אט האט איר
פאפקארן פרענק'ס
ארט און מעהלעריי
און א קליפ פון א העכער א שעה פאר די וואס גלייכן זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר