איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פארענדיג היינט אויפן טראוועי האב איך זיך איינגעהערט צו א געוויסע סטאנציע (דאכטיצך: עלוויס דוראן) מיט אן אינטערעסאנטע פארוויילונגס פראגראם מיטן נאמען: "איך בין אויסגעלאפן פון... און איך האב אנשטאט גענוצט... די אייינהערער האבן אריינגערופן מיט אינטערעסאנטע עפיזאדן ווי זיי זענען אויסגעלאפען פון וויכטיגע אדער אומוויכטיגע געברויכן, און ווי אזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן אן דעם.

עס איז געווען גאר פראוויילעריש זיך איינצוהערן צו די אלע מעשות. מענטשן האבן אריינגערופן מיט רעגולארע אנקעדאטן ווי דער יעניגער וואס איז אויסגעלאפן פון מילך פאר זיין סיריעל און אנשטאט דעם האט ער גענוצט צוקער וואסער (און עס האט נישט געהאט קיין טעם), אדער די דיש וואשער זייף איז אויסגעלאפן און און ער האט גענוצט אנשטאט רעגולארע הענד סאופ זייף (און דער דיש וואשער איז געגאנגען שלאפן). דערנאך איז געווען די קארני רופער, למשל איינער וואס איז אויסגעלאפן פון פאט (קטורת סמים) און אנשטאט דעם האט ער געניצט ארעגענא דאס וואס מען לייגט אויפן פיצצא ברויט(ער האט נישט פארציילט אויס עס האט געארבעט) און אויך איז געווען גאנץ קאמישע עפיזאדן ספעציעל ווען עס איז געקומען צו טוילעט פעפער. איינער האט פארציילט אז ער איז אויסגעלאפן פון טוילעט פעפער האט ער געניצט אנשטאט דעם קאווע פילטערס (ער האט גענוצט א גאנצע בעג און ער איז נאך אלץ נישט געווען ריין). א צווייטער האט פארציילט מער א דראמאטישער מעשה, ביי אים איז אויסגעלאפן טוילעט פעפער און נישט מער נישט ווייניגער ער האט זיך גערייניגט מיט זיינע זאקן (ער איז ארויס בארוועס פון טוילעט און געלייגט די זאקן אין מיסט קאסטן).

אז דער עולם וויל קען מען דא ממשיך זיין דעם שמועס (און אפשר אביסל פאר-אידיש-ן דעם נושא) מען קען זיך לאזן הערן מיט לאכעדיגע, וויינעדיגע, קאמישע, טראגישע, אינטערסאנטע קארני עכטע, פאלשע מעשות, וואס האט פאסירט ביי זיך אליינס, ביי די ווייב, און ביי די שוויגער ביים חבר, שכן אדער קרוב.
וזה החלי:
פארגאנגענע וואך פארן לעכט צינדן, איז ביי מיר אויסגעלאפן די שמן זית און איך האב גענוצט אנשטאט דעם קאנאלא אויל (עס האט געברענט פונקט אזוי שיין).

איך בין אמאל אויסגעלאפן פון טוילט פעפער, האב איך געניצט אבנים מקורזלות (איך בין ארויסגעקומען אינגאמצן צושטאכען און צו בלוטיגט)

איינמאל איז מען ביי מיר אין שטוב אויסגעלאפן פון בדיקות האט מען האט געניצט א ווייסע טישטעך אנשטאט דעם. (נאך א מזל עס האט זיך נישט געמאכט קיין שאלות).

חברה זייט'ס ממשיך !
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר