דער עפפ אויף וואס איר האט ארויסגעקוקט – קיין חלום

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

דער עפפ אויף וואס איר האט ארויסגעקוקט – קיין חלום

הודעהדורך יואב » מיטוואך יוני 03, 2015 1:28 pm

איין באשעפער ווייסט פארוואס דער אשכול באלאנגט נאך אין שמייכל.

וואסי פשט אז די היימישע חתונה-זאלן פארמאגן נאך נישט קיין עפפ לתועלת הציבור. מחותנים צאלן די גאטקעס פאר דער איינער פריקן נאכט בעת וואס פאר פאמיליע און פריינט בלייבט נישט איבער מער ווי צו ווערן געשרויפט.

"נו וואו האלט מען דארט?" איין רגע, איך טעקסט מיין שוואגער. שיזל, איך זע ס'האט נאר איין טשעק, אופס, שוין צוויי, אבער נאך נישט בלוי. איך קאל אים, דער צעל כאפט נישט, אה ס'כאפט יא, ס'האקט זיך אפ, ער קאלט צוריק בשעת איך האלט אינמיטן אים צוריקרופן, און "העלא העלא!  ס'קראצט, איך הער דיך נישט, העלא, וואו האלט מען דארט?" – יעדעס מעגליך גערויש מאכט דערפאלגרייך ס'וועג אין מיין אויער אריין אויסער זיין דעמן שטימע.

אזוי גייט מען פון איין שוואגער ביז צום דריטן ברודער, זיבעטן קוזין און ארויף. אז ס'איז שוין יא דא אן ענטפער איז דאס אזוי פארלעסליך ווי ס'זאל ווען נישט זיין. דער שרייבט מ'האלט ביי דער זופ, א צווייטער וויל זאגן אז מ'האלט שוין ביים טאנצן ווארום ער איז ארויס אינדרויסן פאר דריי און צוואנציג מינוט צוריק, דעמאלט האט מען געהאלטן צווישן דער זופ און דעם פלייש, און לויט זיינע מאטעמאטישע חשבונות האלט מען שוין ביי דעם הויכן פאל פון יאסיסאלייעך.

פארוואס איז נאך נישט דא קיין עפפ, לפחות א וועב-זייטל, דער חתונה זאל וועט צאלן פאר עמיצן זאל אפדעיטן דעם עפפ דורכאויס דער גאנצער חתונה-נאכט.

שוין, תקנות? נו מילא. וואס איז אבער קאנטינענטל'ס תירוץ? עטרת אברהם, עטריאם, חינקא? רבוש"ע אין וועלכן יאר לעבן מיר היינט.

מי יתן והיה!

מומע יענטל מאכט היינט נאכט חתונה אין קאנטינענטל. נישט א קינד נאר אן אייניקל, נישט קאנטינענטל נאר אין א שאטער און נישט מומע יענטל נאר... ששש, גילוי. לשבחם יאמר, כאטש וואס קאנטינענטל'ס עפפ האט ווי מ'זאגט אריינגעזויגן עד הנה, האב איך אקורשט באמערקט אז צו דעם עפפ איז צוגעוואקסן אן אפדעיט.

מיט דעם יעצטיגן אפדעיט האבן זיי צום אלעם ערשט פארראכטן....נו ווער קען געססן? – “באגס“. וואספארא באגס, וואס האבן זיי פארראכטן, פארוואס פרירט דאס נאך אלץ – כ'ווייס נישט.

אזוי אויך קען מען זען דעם מעניו, נעמען פון די מחותנים און וויפיל טישן ס'איז אויפגעשטעלט צו דער דאזיגער נאכט. ( אפשר זאגט איר מיר ווער ס'גיבט א פליענדער וויאזוי-הייסט-עס איבער דעם צאל טישן? שוין, א קשיא אויף אן עפפ.)

ווער שפילט, ווער זינגט? – וואס נאך?  זאגן זאגט מען אז עפל ארבעט דערויף. שוין, כאילו גוגל וועט זיך עפעס לאזן. גרויסער עפל פען. פארוואס קענען זיי נישט סתם אזוי ארויפשטעלן א בילד פון דעם זאל, ניתי בילד ונחזה? ס'איז גראדע יא דא א בילד פונעם זאל, אבער גענוי ווי ביי אנדערע וועב-זייטלעך פון רעסטוראנטן וכדו' ווערט נישט ארויפגעלאדנט א בילד טעגליך. דאס לעצטע מאל קאנטינענטל האט ארויפגעשטעלט א בילד איז געווען פון דער קריטישער דירות-אסיפה.

"נו, וויאזוי איז די איצטיגע ווערסיע פונעם עפפ אין אלגעמיין?" מ'קען זיך נישט אפרעדן. צי ס'צריך תיקון? אבסעלוטלי. נעמט צום ביישפיל דעם עטרת אברהם עפפ. דארט איז פארהאן א פיעטשער, בשעת ס'שפילט דעם זעקסן הקפה ניגון קען מען מיט בלויז איין קליק באלד זען פונקטליך וואו נאך דער ניגון ווערט געשפילט אינעם דאזיגן זופ-קאוד. אזוי אויך איז פארהאן א באזונדערע נאטעפיקאציע מודיע צו זיין דעם ברייטן ציבור יעדעס מאל א רבי'לע האקט איבער די טאנצערייען מיט זיינע מצוה טענץ. כהנה האבן זיי ווי ס'פאסט פאר עטרת אברהם מערערע אינטערסאנטע פיטשעווקעס וואס סערווירט דעם היימישן המון כדבעי, הגם וואס צו מתקן זיין איז אויך דארט פארהאן. נעמט די סאמע זעלבע פיעטשער אפילו, פארוואס זאל איך נישט האבן די מעגליכקייט צו זען צי דער פאץ הקדוש האט איבערגעהאקט דעם ווילדן בחורים טאנץ אדער דעם מער ערוואקסענעם פיס-געשעלפאכץ, ווי גרויס זיין רעעש און מחילה זענען, צי ער איז געטאנצן מיט די ברילן און צי איז ער בעצם א געזונטער טאנצער אזאנס וואס מ'וואלט ווען אויסגעטוישט מיט מאשקע'ן אין דער בער-מאסקע, אדער ניין, ס'איז פשוט דעם שמעק פון גן עדן וואס ער האט איבערגעלאזט דעם עולם צו שטיין און גאפן.

אין קרית יואל איז מען אייביג מיט א טריט פאראויס. דערפאר איז נישט אזוי איראניש אז דוקא בית רחל פארדייס פארמאגט אזא הערליכן אויסשטעל און איז גרינג זיך צו באגיין. איך וועל נישט רעדן איבער דעם צומות הגידין וואנט-פאפיר אין דער הינטערגרונט וואס קומט ביי דיפאלט, און נאר אזא געפילטע פיש ווייסט וויאזוי פטור צו ווערן דערפון. איין דעטאל הפנים וואס שטארצט ארויס פון זייער עפפ קעגן אנדערע – עפעס וואס ס'איז כמעט ברור אז אלע וועלן נאכאמאכן – איז די אפציע וואס ווערט גערופן "קליק איט אדער טיקעט".

דער פראגראם ארבעט ווי פאלגנד: מאנכע צומאל, ספעציעל די וועלכע קומען צו פארן פון דער שטאט, זענען באזארגט אויב ס'איז פאר זיי נאך פארבליבן א פארציע. ברויך איך נישט לויפן פון איין סארווער צום צווייטן און נאך אלץ שטיין מיט א נאקעט גאפל און קראצן די גאמבע. זיי גיבן די מעגליכקייט צו סעלעקטירן א דיש, צום ביישפיל, איך קליק אריין ביי פיש, ס'קומט באלד ארויף "מארינעטעט סעלמאן – 6 עוועילעבל אין סטאק. איך סעלעקטיר ביי קוואנטעטי צוויי, און שרייב אריין מיין נאמען – ס'איז רעזערווירט. איך מוז אבער איינגעבן א קרעדיט קארד נומער אין פאל איך באווייז מיך נישט דארט. זיי בעטן א מינימאלן אפצאל פאר דעם פיש, און נאך א דאללער אויף צו קלינען די טוילעטס וועלכע זענען אייביג אנגעפישט פון דעקל צו דעקל. אדער אפשר נאר ווען איך קום? כ'האב דאך מ'שטיינס נישט געצאלט דעם דאללער.

דער עולם ווערט געבעטן צו האקן!
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5785 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך יוני 03, 2015 2:04 pm

:lol: :lol:
איך פארלאנג אן אפציע צו קענען טשעקן צו מיין שוואגער גייט מיט א שטריימל ביים פירסט רימאווד'ס חתונה,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1779
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2254 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יוני 03, 2015 2:30 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן::lol: :lol:
איך פארלאנג אן אפציע צו קענען טשעקן צו מיין שוואגער גייט מיט א שטריימל ביים פירסט רימאווד'ס חתונה,

בשעת דו טשעקסט, אדער אפילו פארדעם, גייט דיין שוואגער טשעקן אויב דו ביזט דארט מיט א שטריימל. נו מאי אהני לן רבנן?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:12 pm

לעצטנס בין איך איין נאכט ארומגעלאפן ברוקלין און קרית יואל צו קאווערן זעקס (6) חתונות. וואלט געוועהן די עפפ וואלט עס נאר געוועהן א האלבע גיהנום.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 692
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:50 pm

יעצט דערמאנסטי דיך? ווען די עפפ עקזיסטירט ווען א יאר צוריק וואלט געקענט פארמיטן ווערן די גאנצע עטרת אברהם טישטעך סומאטוכע
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט