די קאשמארן ערב תשעה באב, אן נר מצוה'ס אש...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

די קאשמארן ערב תשעה באב, אן נר מצוה'ס אש...

שליחה דורך אדנירם »

אדאנק [tag]מאטי[/tag]'ס אשכול, איבער וואס נר מצוה קען נאך מתקן זיין אויף דער וועלט, האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול:

ווי ס'שטייט אין שו"ע פירן מיר זיך אלע ערב תשעה באב צו עסן אייער מיט אש, אלס זכר לחורבן. יעדער מוטשעט זיך אפ צו אפירקומען מיט א רעכט שטיקל אש. די מחמירים זענען מחמיר עד כביצ"ה... אפילו די מקילים עסן דאס אויך מיט עפעס אן אומפארשטענדליכן אפעטיט, זעט אויס כדי צו געפעלן גאט ב"ה אז זיי וויינען אויך מיט מיטן חורבן.

אבער דאס ארגסטע איז, דאס עצם באשאפן די גרויסע מאס אש וואס ס'פעלט זיך אויס פארן גאנצן משפחה. קודם כל, די פייער כאפט זיך נישט גוט צו, אייביג הייבט עס אן ברענען און שטעלט זיך אפ אינדערמיט. דאס איז שוין נאכן זיך אפמוטשענען צו כאפן וועלכע מאטריאל איז דאס בעסטע געאייגנט צו האקן שטיקער פון דעם, צו פעיפער טאועל, סתם פאפיר, צייטונג פאפיר, אדער טישא'ס.

ענדליך ברענט שוין דאס פייער, און פארלענדט מיט אירע צינגען די פאפיר, איז מען זוכה צו א גאר בא'טעמ'טער שמעק אין הויז, וואס וועט אייך דערמאנען פון די פייער שמעק ביים חורבן בית המקדש. די שמעק זיצט און לאזט נישט נאך, ס'דאך ערב תשעה באב, מעג מען אביסל שפירן דעם שמעק פון פייער. אבער דאס אלס איז נאר א הכנה צום העכסט אינטרעסאנטן 'קאץ און מויז' שפיל, ווען מ'פרובירט צו האלטן די אש אין איין פלאץ, אז ס'זאל זיך נישט אוועקבלאזן ווי אש מיטן ווינט...

אשר על כן, אפעליר איך דא צו נר מצוה, אז אפשר זאלן זיי פארקויפן אזעלכע קליינע אש סקיטס פאר א דאלער א שטיקל, אזויווי די צען ברעקלעך וואס ווערט פארקויפט... כ'בין זיכער אז יתרבו עליו הקופצים ובזכות זה נזכה להיגאל בביאת משיח צדקינו. אופס, דעמאלס איז די ביזנעס דערנאך...

כדי צו כאפן גאר אסאך קונים, וואס זאלן קויפן מערערע פעקלעך, וועל איך צושטעלן עפעס א חיד"א וואס שרייבט אז ס'דא א מנהג צו לייגן אש אויפן שטערן בשעת'ן זאגן די קינות, אלס 'אם לא אעלה את ירושלים על ראש' [איי ס'שטייט שמחתי, איז צוויי תשובות בדבר, א' - אויב על ראש שמחתי, איז דאך כל שכן ביום החורבן. ב' - תשעה באב איז דאך אויך יום שמחתי, ס'דאך 'קרא עלי מועד']. כ'וועל אויפזוכן עפעס אן אדמו"ר זצוקללה"ה וואס שרייבט אז ס'איז א מנהג הקדמונים זיך מתפולש צו זיין אין אש בשעת'ן זאגן איכה. און ליתר שאת וועט מען צולייגן, אז רבי חיים פלאג'י ברענגט אין איינע פון זיינע ספרים א תפילה נוראה וואס מ'האט זיך געפירט צו זאגן בשעת'ן לייגן די אש אויפן שטערן, פארשטייט זיך מיטן אויספיר פון א ספר ישן ונושן וואס ברענגט א הבטחה פון רבי שמשון מאסטראפאלע: 'והוא מסוגל לרחמים גדולים, ויזכה להיות בין מקבלי פני משיח צדקינו'.

און היידא, ס'וועט זיך יאווען אש קויפער'ס לרחצה, און אינעם נעקסטן מהדורה פון ספר נטעי גבריאל אויף הלכות תשעה באב וועט אראפגעברענגט ווערן דעם מנהג וואס איז 'יסודתו בהררי קודש', וכן מנהג עדת טורקמעניסטאן ויהדות קורדיסטאן, וכן נהג מו"ר מ'פאפא, וכן הוא במנהגי חב"ד. און האבמיר שוין א באוואוסטע הלכה ומנהג שאין לזוז ממנו כמלוא נימה ח"ו.

צום לעצט וועלן מיר זוכה זיין צו א בירור פון רבי ישראל דוד הארפענעס, צו דער ענין איז צו לייגן א שיעור כזית אש אויפן שטערן, אדער נאר ס'זאל זיין ניכר. לאחר בירור עמוק וועט ארויסקומען אז מ'קען מקיל זיין, אבער 'המחמיר תבוא עליו ברכה'. א צווייטע דיון וועט זיין, צו מ'איז מתפולש אין אש ביז די קניען, לענדן, אדער נאר שמוציג צו מאכן די קליידער זיינע. בקיצור, נר מצוה וועט האבן אסאך מקורות פאר זייער סוקסעספולע מערכה איבער פארקויפן אש לרבים, בבחינת 'שק ואפר' [=א זעקעלע אש] יוצע לרבים.

נו, רבותי, כ'בין שוין הונגעריג פאר א שטיקל אש!!!...

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר