בלאט 1 פון 1

איך פארלאנג צו זעהן מיין מעדיקאל רעקארד'ס!!!

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 9:22 pm
דורך זר זהב
המממממ.... ווערט'ס נישט בייז אויף מיר, איך דריי שוין צופיל א קאפ דא איבער דעם נושא, אבער דאך בין איך ממש שאקט פון עפעס וואס הייבט מיר אן אויסצוזעהן ווי א קאמפליעט קאווער אפ מצד מיין פריימערי העלט קער דאקטאר און פון מיינע חשוב'ע עלטערן.

די מכה בפטיש איז געשען היינט לייענענדיג די אנאנסן פארוואס איך דארף וואוטען פאר וועלקעוועז פאר קאנגרעס זיץ אין וויליאמסבורג. (אנטלויף נישט! ס'פאר שלחן עורך!)

שטייט דארט אז פאר די לעצטע 20 יאר איז זי א אידן פריינט און זי שטייט צוהילפ פאר אונדז אידן די לעצטע .... 20 יאר!

20 יאר

איר הערט ?

איך - און נאך צענדליגע שרייבער דא - זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג. געב איך אזא טראכט צו מיר, איך וויל צוריקגיין צו גירסא דינקתא.

ווען איינער זאל מיר אויפוועקן 20 יאר צוריק אינמיטן א טיעפן שלאף און מיר פרעגן צי איך ווייס ווער "נח דיער" איז ? --- אוודאי! ווער ווייסט דען נישט ? אפילו ער האט מיר נישט פארטרעטן האביך געוויסט ער פארטרעט מיינע אידן אין ב.פ.

ווייסטע ווער "דזשאסעף לענטאל" איז ? יא! ער איז מיין אסעמבלימאן!

און ווער איז "סטיוו קאהן" ? דו פרעגסט ווער ? נאך פון וויגעלע דענק איך דעם נאמען,... עפעס א ליעדער איז ער...

און ווער איז "מארטין גאלדען" ? אה ער פארטרעט ניטאמאל מיין היים וויליאמסבורג אבער איך ווייס דאך ער פארטרעט בארא פארק אין די סטעיט סענאט!

זאג נאר אינגעלע, ווער איז "עד טאונס" ? ---- טוה מיר א טובה! ער איז מיין קאנגרעסמאן נאך פון משותלח'ת צייטן!!

(אפאר יאר שפעטער) ווער איז עריק עדעמ'ס ? עם עם עם געמיר א מינוט, יא! ער איז אין די סטעיט סענאט, פארטרעט מיינע ברודער אין פלעטבוש און קראון הייטס. לעצטענס האט ער געספאנסערט 'בולעט פראוו' וועסטלעך פאר די שומרים מעמבערס נאך די שיסעריי.

אה דו קענסטעך יא, זאג'שע מיר ווער איז "נידיע וועלקעוועז" ???

ההההם ? ס'א נאמען פון א מענטש ?!?!

יא יא שעפעלע! זי איז א פרוי וואס פארטרעט שוין 20 יאר נישט בארא פארק, נישט פלעטבוש, נישט קראון הייטס נאר א חלק פון דיין געבורטס היים!

איי איי איי שעפעלע האסט פארלוירן דעם טעסט
:(
---------

מורי ורבותי, איך האב מיך אראפגעזעצט אין פארצווייפלענישט און געקומען צום אויספיר אז נישט מער און נישט ווייניגער איך בין ל"ע ול"ע געווען אין א קאומע פאר א שיינע שטיק צייט פון מיין לעבן.

ווייל ווייל ווייל ווייל - אוי געוואלד איך קען עס נישט גלייבן - דער נאמען "ניידיע וועלאסקעז" האב איך נישט געוואוסט און נישט געהערט ביז א 2 וואכן צוריק :x

ביניך אליין ? סיריעסלי ?

מיינע טריט זענען יעצט געוואנדן צו דיוויזשאן מעדיקעל סענטער, ביי הוק און ביי קרוק, איך גיי ארויסכאפן מיינע מעדיקעל פיילס!!!