אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!

שליחה דורך אפטעמיסט »

אפילו מיין ווייב, א בורבערי שפיצל-לעידי, אזא סארט קרית יואל'ע שפיצל-רייסערטע וואס קויפט רעזעלס ביי וועלערא און מאכט חוזק פון די סיסטעם, טאקע א ריפער אבער פארט איידל וואס כאפט א מיני הארץ-אטאקע ווען זי זעט א מאנספערזאן איר אנקעגן קומען אויפ'ן גאס, אזא מין יאכנע וואס ברענגט אויף פראגעס ביים מאן און גיבט אים א הארד-טיים ביים אויספילן מר. באכנערס פראגע-בויגן איבער ראמאנס און הייראט ביי חסיד'ישע פארפעלקער, אפילו זי שעצט מיין פאסטן אלס גבאי חודש.
היינט נאכט ביי נאכטמאל, בשעת'ן פרובירן באהאלטן די גרימאסן ביים זיך שטיפן צו שלינגען די צוויי-וואכן אלטע טשולענט האט זי מיר געדרייט די פאה מיט ווארעמקייט און אויסגעדריקט איר גאווה אז איר מאן האט א פירערשאפט פאזיציע אינערהאלב אזא מאכטפולע זייטל ווי ק"ש. איבערגענומען און צעשמאלצן פון ליבשאפט און רעספעקט, האט זי מיר א דריי געגעבן די אנדערע פאה און מנשק געווען דאס בערדל. "אפטע, ביסט עכט געלונגען" האט זי נישט באהאלטן איר פארגאפקייט.

אבער ביי מיר איז ממש תשעה באב, אדער גאר ה' אייר. יא, כ'בין טאקע א גבאי אבער דער עולם איז, צו מיין אנטוישונג, צו וואויל. כ'דריי מיר אין צימעס פרובירנדיג כאפן א טראלל, אפשר א מיאוס ווארט, א קללה — אבער גארנישט. קיינער גיבט מיר נישט די הנאה צו ניצן מיין מעקער. מיין ווייב זיצט דא לעבן מיר, מיין פאות איז שוין פארקניפט פון דרייען, מ'ווארט אויף א באריכט, כאטש אן אישי, אבער אן ערפאלג. דער עולם פירט זיך צו גוט אויף.

דערפאר האב איך מחליט געווען צו עפענען א ספעציעלער אשכול וואו דער עולם זאל זיך מתחצף זיין, שרייבן רבי'ס נעמען אן קיין טיטול'ך אזוי אז כ'זאל קענען טון את אשר אהבה נפשי. אין עונשין אלה אם כן מזהירין. איך ווארן אן אז יעדער וואס שרייבט דא, שרייבט על תנאי אז כ'וועל רעדאגירן און טון מיט זיין הודעה ככל העולה על רוחי. כ'גיי גראדע ווערן פארנומען און אפאר מינוט, אבער העכסטענס וועל איך מסדר זיין די נושא שפעטער ביינאכט.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר