א באזוך ביים דרוקעריי, אין די סעריע פון ״מיין איבערלעבענישן״

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

א באזוך ביים דרוקעריי, אין די סעריע פון ״מיין איבערלעבענישן״

הודעהדורך פיש כאפער » מיטוואך יוני 24, 2015 1:44 am

ש@%! ס׳איז 7:15! וויאזוי האב כ׳געקענט פארשלאפן?! כ׳האב א וויכטיגע אפאוינטמענט ביי HUD היינט וואו איך דארף פארלייגן מיין ׳פלענס׳ פאר א ׳רי-דעוועלאפמענט׳ פראיעקט אין די בראנקס, כ׳דארף נאך ארויספרינטען די פלענס, און די מיטינג איז געפלאנט אויפ׳ן היינטיגן פארמיטאג אא״וו.

מיט איין אטעם טאנץ איך פון בעט ארויס, לויף אין שול אריין, זאג למנצח בצורת מנורה (אזויווי כ׳טו אלעמאל פאר כ׳האב א וויכטיגע מיטינג) כ׳דאווען שוין אין איינוועגס אויכעט, און עוד נשמתי בידי, צווישן אני מאמינ׳ס און שש זכירות, פלי איך אריבער צו ׳פרינטאוט׳ ארויסצופרינטן מיין פלענס. אוודאי איז נישטא אוואו צו פארקן, שטעל איך מיר ביים פייער היידרענט, איי, א טיקעט? גלייב איך אז אויב די מיטינג גייט אדורך גיין בחסד בעז״ה, און אויב די פראיעקט ארבעטס זיך אויס ווי געפלאנט בעז״ה, וועל איך לכאורה נישט האבן א פראבלעם מיט׳ן באצאלן א קארגע 65 דאלערדיגע טיקעט. על כל פנים, ביז דער פראיעקט איז פערטיג וועל כ׳שוין נוצן דעם קרעדיט קארטל.

אזוי טראכטנדיג נאר פונעם דיעל איז מיר שוין לייכטער געווארן אויפ׳ן הארץ. געמיטליך שפרייז איך אריין אין ׳פרינטאוט׳ און מיט אן עושר׳ס קאנפידענץ (א נאטור וואס כ׳האב אקארשט אנטדעקט אין זיך) האב איך געפאדערט מ׳זאל מיך ׳סערוויסן׳. אייגנטליך, כ׳האב נישט ממש ״געפאדערט״, וואס אן אמת, האב כ׳מיך שיין געשטעלט אין א זייט, אבער דאס איז נאר געווען וויבאלד פארנט פון מיר איז סערווירט געווארן א כולל אינגערמאן. א אינגערמאן מיט א לעכטיג צורה, פארשלאפענע פיאות, גארטל במתניו, און פונעם ווינקל פון מיין אויג האט דער שפילצייג אין זיין האנט אויסגעקוקט ווי אן אבאמא פאון.

וועסטו אוודאי פרעגן וואס זיכט א כולל אינגערמאן 8:35am אין ׳פרינטאוט׳? לכתחילה האב איך מיר פארגעשטעלט אז א חבר זיינער לויפט דעם געשעפט, און אונזער תכשיט׳ל וויל פשוט ניצן דעם קאמפיוטער. אבער דאס האט נאר פארענטפערט פארוואס ר׳איז בכלל אינעם געשעפט, אבער נישט פארוואס ער איז אזוי פרי אינעם געשעפט, נאך אלעם ארבעט גוגעל אום כולל צייט אויכעט (גע׳פילטערטע אוודאי). אונזער אינגערמאן האט מיר נישט לאנג געלאזט זיך מאטערן מיט מיין ספיקות, און אויסגערופן הויעך אז ער דארף אן איינלאדענונג צעטל פאר א וואכנאכט. אין שמחה כהתרת ספיקות, ווייס כ׳שוין פארוואס ער איז אויף אין די פארטאגס שטונדען. אונזער צדיק איז עכ״פ אקארשט אהערגעקומען פונעם שפיטאל ווי זיין בני בית האט נאר וואס געבוירן א אינגעלע בעיבי למז״ט!

מיין שמחה אויף התרת ספיקות איז זייער שנעל צורינען ווי נאר איך האב רעאליזירט אז כ׳גיי מיר נישט אזוי שנעל ארויסזען פונעם געשעפט. אנגעהויבן האט זיך עס מיט׳ן איינלאדענונג צעטל׳ס קעפל. דער אבי הבן אונזערער האט ׳דייקא׳ (כ׳זאג נאר נאך וויאזוי ער האט עס געזאגט) געוואלט ס׳זאל שטיין ׳וואכנאכט׳ און נישט ׳וואכנאכט וברית מילה׳ ווייל סיי זיין יצחק׳ל און סיי זיין חיים ברוך׳ל זענען נישט געווען גרייט צום ברי״מ אום אכטן טאג. ״יצחק׳ל איז געווען רויט און חיים ברוך׳ל איז געווען געל.… המממ… פארקערט יצחק׳ל איז געווען געל און חיים בר…״ ער גיבט א האק אין שטערן ״איך דענק שוין נישט״ ״לאמיך רופן מיין שווער פרעגן״. רופט ער דעם שווער, די שווער האט מחמת איזה סיבה שיהי׳ נאר געוואלט וויסן וואס די יולדות מאכט, און ער האט נישט געוואלט נעמען ׳נו…שוין…כי…׳ פאר אן ענטפער. ענדליך האט דער גאנאיידעם דערלעבט צו פרעגן זיין הייסע פראגע צו יצחק׳ל איז געווען רויט און חיים ברוך׳ל איז געווען געל אדער פארקערט אז יצחק׳ל איז געווען געל און חיים ברוך׳ל איז געווען רויט. דער שווער האט זעט אויס נישט פארשטאנען די פראגע, ווי ווייט ער האט געדענקט פון פאריגע וואך מוצ״ש זענען זיי ביידע נאכאלץ געווען רויט (אדער ווי די שוויגער האט עס גערופן ׳סטראבערי בלאנד׳)

שוין, האט ער שוין געזען וואו ער גייט אנקומען מיט׳ן שווער זיינעם, האט ער אנגענומען די ברכות פונעם שווער (ער האט נישט עספיעט צו הערן די קללות ביים אראפלייגן נאכ׳ן איינמעלדן דעם שווער אז ער גיט סנדקאות פאר דעם משפיע זיינעם) און צוריק גיי מיר צום נוסח ה׳איינלאדענונג צעטל צום וואכנאכט (נישט צום ברית! סיי מיין יצחק׳ל און סיי מיין חיים ברוך׳ל זענען נישט געווען גרייט צום ברי״מ אום אכטן טאג).

דא שפרייזט אריין נישט קיין אנדערער ווי דעם אבי הבן׳ס ברודער, דער צוקונפטיגער קוואטער. ״מזל טוב!!! זאלסט זען אסאך אידיש נחת ביי דעם בן זכר, ביי אלע אנדערע בן זכר׳ס, געזונטערהייט, מיט הרחבת הדעת, ולגדלו לתורה לחופה ולמעש״ט!״ ״וויאזוי פילסטו? מיד? הע? דאנט ווארי! די ווייב איז נישט אינדערהיים, די קינדער אויך נישט, וועסט דיר אויסרוען ביפאר יא נא איט!״ ״אייגנטליך, ביי וועמען שיקסטו דיין יצחק׳ל? אה, ביי דיין שוואגער עזריאל, און כ׳שטעל זיך פאר אז חיים ברוך׳ן איז ביי יעקב אליעזר, און די עלטערע מיידל? ביי משה׳ן. פיין. און די אינגערע? אויך ביי משה׳ן? ער האט פלאץ? אהא. שוין ס׳זאל מיט זיין מזל…״
ווייטער האב איך שוין נישט געהערט, מיין קאפ האט מיר שוין געשווינדלט. צווישן אזויפיל פעטערס און שוואגערס, וואו איז מיין פלענס!!!! גאט אין הימל כ׳האב א וויכטיגע מיטינג!! כ׳פארשטיי אז איך וואלט געברויכט ארויספרינטען די פלענס א טאג בעפאר, אבער לויט די דאזיגע לאגיק וואלט דער אבי הבן געברויכט עס טאן מיט א ניין חדשים צוריק!

האלטן מיר שוין ב״ה באלד ביים סוף, און אט איז אנגעקומען דער פראבלעם. דער דרוקער האט זיך ערלויבט צו שרייבן דעם אבי הבן׳ס נאמען ווי פאלגענד ״שלום וויינשטאק״ וועסטו דאך אוודאי פרעגן וואס טאקע איז דער אבי הבן׳ס נאמען? דער תירוץ צו דעם איז אז דער אבי הבן׳ס נאמען איז טאקע שלום וויינשטאק, נאר וואזשע דען? איז אזוי. דער ר׳ שלום אונזערער האט זיך געלאזט מעלדן אז מ׳שרייבט דעם נאמען שלו׳ מיט א שטרעכל׳ע און נישט ח״ו שלום מיט א ענדע מם. מ׳שטיינס געזאגט שלום איז גאר דעם אויבערשטען׳ס א נאמען, און דעם אויבערשטען׳ס נאמען, ווי איעדער חדר אינגעל ווייסט, שרייבט מען נישט ארויס. פארוואס אונזער ר׳ שלום׳ס טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאכ׳ן אויבערשטען און נישט נאך א זיידע אדער גאר אן עלטער פעטער, קען איך אייך נישט זאגן, ווייל איך ווייס נישט. אזויפיל ווייס איך יא, אז דער ר׳ שלום, וואס הייסט נאכ׳ן אויבערשטען, האט געהאט נאך כמה פראבלעמען וואס ער האט געמוזט מסדר זיין איידער מ׳דרוקט דעם וואכנאכט (נישט ברית!) איינלאדענונג.

כ׳געדענק נישט דעם סוף, ווייל ס׳האט מיר אנגעהויבן צו שווינדלען, שווארצע מלאכים זענען מיר אנטקעגן געקומען ביז ס׳איז מיר געווארן אינגאנצן טונקל, און איך האב מיך אויפגעוועקט ליגנדיג אויפ׳ן ערד. מיין באקן האבן מיר שטערבליך וויי געטאן. עכ״פ דער רך הנימול איז אריינגעפאלן אין א פיינעם שטוב, מיט א פיינעם חינוך, ווי עס שיינט פון זיין פאטער, דער אבי הבן, ר׳ שלום׳ס (וואס הייסט נאכ׳ן אויבערשטען) גרויסע האנט וואס האט מיט גאר פלינקע באוועגונגען מיר דערלאנגט אזוינע פייערדיגע פעטש, אזש כ׳האב שיעור נישט צוריקגעפאלן אין חלשות. איך האב געזען ס׳איז פיקוח נפש, כ׳האב שנעל געוואונטשען ר׳ שלו׳ מזל טוב, און ארויסגעלאפן. ע״כ המעשה.

וואס? אה! די דיעל האט זיך למעשה נישט אויסגעארבעט, מחמת כמה סיבות, 1) זיי זענען אנטיסעמיטן, נאך ערגער ווי די אנטיסעמיטן אין בלומינגבערג און די נאציס ביים האלאקאוסט. 2) זיי האבן געוואלט איינעם מיט עקספיריענס, און מיין שותף האט נישט געהאט די נויטיגע עקספיריענס.

וואס? פארוואס פארצייל איך עס? אה! כ׳וואלט געוואלט וויסן אויב דו ווייסט אפשר פון איינעם וואס ׳פייט׳ פארקינג טיקעטס פאר׳ן פארקירן פארנט פון א פייער היידרענט. וועסט מיר לאזן וויסן. אוואס? ניין, נישט פאר מיר, פאר א שותף מיינער. יא. ייש״כ. הצלחה רבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פיש כאפער אום דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:14 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יוני 24, 2015 3:58 am

פיש כאפער האט געשריבן:ס׳האט מיר אנגעהויבן צו שווינדלען.

גם אני מצטרף, ס'שווינדלט מיר אין די אויגן אזא לאנגע תגובה נישט צוטיילט אין פאראגראפן.

אפשר טוסטו א טובה און דו צוטיילסט עס כדבעי? דער עולם וועט הנאה האבן, און לייקן כדבעי...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15832 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » מיטוואך יוני 24, 2015 10:04 am

אי״ה. א דאנק פאר׳ן לאזן וויסן.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » מיטוואך יוני 24, 2015 10:22 am

שש משזר האט געשריבן:
פיש כאפער האט געשריבן:ס׳האט מיר אנגעהויבן צו שווינדלען.

גם אני מצטרף, ס'שווינדלט מיר אין די אויגן אזא לאנגע תגובה נישט צוטיילט אין פאראגראפן.

אפשר טוסטו א טובה און דו צוטיילסט עס כדבעי? דער עולם וועט הנאה האבן, און לייקן כדבעי...


בעסער?
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך יוני 24, 2015 11:19 am

די פרעגסט אפי'? געב א קוק אודאי איז עס בעסער
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6777 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1297 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יוני 24, 2015 11:35 am

דאס ארטיקל איז מלא רגש. כ'האב ממש געפילט ווי איך שטיי דארט און כ'גיי אויך חליש'ן, ווייל אזוינע סיטואציעס איז מיר זייער קענטיג און געשעט מידי יום ביומו.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1437 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » זונטאג יוני 28, 2015 10:21 am

א שאד א גרויסע שאד! איך האב געמיינט אז איך גיי נאך אנקומען צום מיטונג, דערווייל האסטו מיר/אונז איבער געלאזט אינעם פרינטניג פעקטארי ווען די ביי די מיטונג האסטו פארגעסן צו שילדערן מיט אלע פיטשעווקאס., כהאף אז א פארזעצונג וועט נאכפאלגען ווייל בעת אצום פרינט אוט קען איך אריישפאצירען ווען איך וויל, איז צו א מיטונג אונטער פארשפארטע טירען קען איך נישט אריינגיין , אבער דאס איז זיכער אז מיר האבען זייער הנאה געהאט פונעם ערשטען חלק באריכט..
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל

Re: א באזוך ביים דרוקעריי, אין די סעריע פון ״מיין איבערלעבענ

הודעהדורך וויל קענען » זונטאג יוני 28, 2015 10:34 am

א גיטע פאנטיזירטע מעשה פרינטאויט פרינט נישט קיין צעטלעך(און כ’מיין אז זיי זענען נישט אפן אזוי פרי)
די פוינט איז א גיטע אן אמת’ע
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » זונטאג יוני 28, 2015 10:45 am

קאמענטירער האט געשריבן:א שאד א גרויסע שאד! איך האב געמיינט אז איך גיי נאך אנקומען צום מיטונג, דערווייל האסטו מיר/אונז איבער געלאזט אינעם פרינטניג פעקטארי ווען די ביי די מיטונג האסטו פארגעסן צו שילדערן מיט אלע פיטשעווקאס., כהאף אז א פארזעצונג וועט נאכפאלגען ווייל בעת אצום פרינט אוט קען איך אריישפאצירען ווען איך וויל, איז צו א מיטונג אונטער פארשפארטע טירען קען איך נישט אריינגיין , אבער דאס איז זיכער אז מיר האבען זייער הנאה געהאט פונעם ערשטען חלק באריכט..

א מיטינג וועט אי״ה נאכפאלגן. מיין ׳שותף׳ האט צוגעשטעלט אסאך פיינע שטאף דארט.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט