דער צו'חושטע מאוד אשכול

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
תנא קמא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

דער צו'חושטע מאוד אשכול

שליחה דורך תנא קמא »

מאכטס זיך אמאל, און ביי טייל אלעמאל אז מ'איז אין א צ'וחשטע מאוד, און ס'צרות. אמאל כאפט די קאסטומער, אמאל די קינדער, און צומאל ווערט אפילו די אשת חיל פארוואנדעלט אין די קרבן, און קללות לא יחסר. אלענספאל, כדי צו רעליווען די סטרעס אויף א אומשעדליכער אופן, עפענען מיר דעם אשכול אלס א פובליק סערוויס פאר די צו'חושטע געכאפטע נשמות.

בקיצור ביי מיר איז דא א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס איך וויל אין זיי פשוט אריינבייסן, אבער חיות זענען טרייף, וועל איך מוזן שומפן וועגן זיי.

מיין שווער פאר אלע שווערע רוחות האט נאכאמאל גערופן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו פאר'ן צו די קאנטרי. הער מיך אויס שווער, קום אהער, לאמיך דיר ציען ביי די קעצעלע בארד און עפעס מסבר'ן: מיינד יור אן פריקן ביזנעס! קום אהער שעפעלע, איך וויל דיר זאגן א סיקרעט: שאט די טראק אפ!

גייעך איינשרייבן פאר דעי קעמפ, זיצט דארט די אדמינסטראטער אויף א רויט לעדערנע בענקל, און קראצט די בארד צווישן די ארך אפים און רב חסד סעקשאן. ער ליינט פאר א ליסטע פון טשארזשעס ווי פאר א באשולדיגטן אין געריכט.

950 שכר לימוד
140 טריפס
200 טראנספעטאציע
15 ספרים
+טיפס


די חילוק איז אז דא איז נישט דא א לויער וואס קען אויספייטן אראפצונעמען פון די שווערע געלט שטראפן. וויש איך אפ די נאז, און געב אים א קרעדיט קארד וואס די קרעדיט ליניע טרינקט שוין וואסער. דער שמאק שמייכעלט און ווינטשט אסאך אידיש נחת! איך גיי ארויס פון אפיס און די גאנצע וועג אראפ הערט זיך פון מיר דערשטיקטע ווידערקולות פון שטערנדלעך ווערטער. **** **** וואס דו ביזט. די רייניגער טרעפט מיר דארט בין שטאק ל'שטאק און ווינדערט אויף דעם משוגענעם שמוציג מויל וואס דרייט זיך אין א קינדער שולע. וואטעווער גא טו העלל. איך פארהאק די טיר. בום, אזש אפילו די ווידיאו קאמרא האט זיך צושאקעלט פונעם זעץ. ער קוקט מסתמא אויפן סקרין און לאכט..

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר