ווער זענען די שרייבער אויפן קאטוילישן 'kafijas telpa'?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

ווער זענען די שרייבער אויפן קאטוילישן 'kafijas telpa'?

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יולי 02, 2015 7:59 pm

אין ליכט פון יואב'ס אשכול איבער דעם מוסולמענער 'קאווע שטיבל', האב איך מחליט געווען צו גיין בעקבותיו, און אויפזוכן א קריסטליכן קאווע שטיבל. פשוט ווייל מוסולמענער דערמאנען מיר פון אייסיס, און קריסטן נישט [נאר אין די אלטע היסטאריע].

למעשה נאך א לענגערע ברייטפארצווייגטע אקציע האב איך מיך אנגעשטויסן אינעם קאטוילישן נוסח פון קאווע שטיבל, וואו די שפראך ווערט געפירט אין א מאדערנעם לאטייניש – כנוסח מקצת הקאטאליקן. און די קו ווערט געפירט אויפן זעלבן נוסח ווי דער אידישער קאווע שטיבל. דארטן זענען דא גלויביגע ווי אומגלויביגע, אויפגעקלערטע און ערליכע, תמימות'דיגע און אנארכיסטישע, פונקט ווי ביינונז אין שטעטל. פרעגט איר מיר, וויאזוי בין איך אנגעקומען צו זיי? זארגט אייך נישט, כ'האב געזען א קונטרס'ל פה – סחא, וואס זייער שטערן '@כוכב' האט ארויסגעגעבן, און נאך זייער מיסיאנערישער ביכל איז דער וועג צום וועבזייטל געווען א קורצע.

כ'האב מחליט געווען אראפצוברענגען געוויסע דעות פון ניקים דארטן, וואס זענען שטוינענד דומה צו אונזערע שרייבער'ס.

אט נעמט אזא ארי שבחבורה ווי דער @כעלמער מגיד, ער איז דער אפיציעלער פילאזאף פונעם וועבזייטל. אז דו האסט נישט ארויס דעם נקודת השילוש [פון דער טאטע מיטן זון און דער רוח הקודש], דעמאלס וועט ער איז דיר מסביר זיין ע"פ שיטת פאולוס, יוחנן המטביל, לוקס, און נאך. אויב זאגסטו אז דו האסט עס ארויס, דאן וועט ער דיר מסביר זיין פונקטליך פארוואס דו פארשטייסט עס נישט. הצד השוה שביניהם, אז ער וועט מסביר זיין אלע צדדים און נישט גלייבן אין קיין איינס.

ערגער פון דעם איז דער @לעיקוואד, וואס וועט מער פון א טעאלאגישער שטאנדפונקט צונעמען דעם נקודת השילוש, און נאכן המשלשים לך שלש פעמים בקודש, וועט ער דיר אלעס אוועקמאכן בחדא מחתא. דאס וועט אים נאכאלס נישט מונע זיין פון האלטן אלע סארטן בילדער פון מרים הצדיקת מעוברת ע"י רוח הקודש. ער וועט נאכטאנצן מיט זיין חיצוניות דעם גאנצן קו, זיך צלמ'ען מיט כוונה, גיין אין קירכע יעדן זונטאג ערליכערהייט, אבער אין זיינע שיטות?! שוין, בעסער נישט צו רעדן.

ווען די צוויי חברה שרייבן זייערע געדאנקען, איז אלס דא דער @גראדעמעכעלע וואס זאגט אז ער איז א נאר און גלייבט. ירא שמים איז אים מחזק און זאגט, אז עס איז אפילו דא א מימרא פון 'מוטב יהיה קרוי שוטה כל ימיו ואל יהי רשע שעה אחת לפני ישו ב"ה'. אבער גראדעמעכעלע איז גלויביג אין אלעס וואס זיינע עלטערן האבן אים געלערנט. למשל, וויפיל @יאיר [א משכיל'ישער מאמין. א מאדנע טיפ וואס וועט באלד באשריבן ווערן] שרייבט בראיות ברורות אז די אידן האבן 'קיינמאל' אין די היסטאריע נישט גע'הרג'עט קיין קריסטליכע קינדער אריינצולייגן בלוט אין די מצות, איז גראדעמעכעלע עומד בשלו אז אזוי האט ער מקבל געווען פון זיינע עלטערן און זיינע רבי'ס, ואינו מהרהר אחריו.

@שמעקעדיג - א קריסט וואס צלמ'ט זיך איבער טעגליך אבער לאכט פון די היינטיגע גלחים, אזא אהוב לישו ולבריות - קומט און מאכט א פשרה: אמאל ווען ס'איז געווען יד ישראל תקיפה, האבן זיי 'מן הסתם' גענוצט בלוט אין די מצות, אבער היינט צוטאגס איז ברור כשמש אז זיי טוען דאס נישט. גראדעמעכעלע האלט אויך אזוי.

@קאך_לעפל איז גרייט צו שכט'ן אלע אויבנדערמאנטע, פארן נישט גלייבן אז זיי טוען דאס היינט צוטאגס. ער גלייבט אז מה שהיה הוא שיהיה, און אין די הרי חושך טוען נאכאלס די אידן אפ זייערע פינסטערע מעשים.

א משכיל'ישער ניק איז @יידל, ער ספיקא'ט זיך אין די סאמע הייליגסטע כתבי קודש. ביי אים למשל, איז די סתירת המקראות צווישן פאולוס און לוקוס איבער'ן געבורט און די ייחוס פון יאשקע, גענוג שטארק אויף אפצופרעגן די גאנצע הייליגקייט דערפון. בכלל טענה'ט ער, אז די חיבורים זענען געשריבן געווארן אפאר הונדערט יאר נאך דעם אנגעגעבענעם זמן, און די תלמידי אדמו"ר הזקן האבן גארנישט פארשריבן. [שטילערהייט מוטשעט זיך @הוגה לויט דעם, מיט די סאמע יסודות הדת, ווי למשל: צו איז יאשקע א זון פון גאט, א חלק פון גאט, משיח, א נביא, אדער אפשר ח"ו... לאמיר נישט אויספירן ווייטער (אל תפתח פה ל'אנטי-קריסט')].

דא קומט אריין עפעס א ניי אויפגעקומענער שטערן, @אויבערלענדער חכם, און ענטפערט אים צוריק מיט מהלכים שונים וויאזוי די סאמע גדולי הקאטוילים, די רשכבה"ג'ס מרנן הפויפסטן זצוקללה"ה ולהבחל"ח שליט"א (שליט"א גייט ארויף אויף צוויי. ס'דא צוויי פויפסטן וואס לעבן. איינער האט שוין רעטייערט), האבן מיישב געווען סתירת המקראות. אלס ראי' ברענגט ער אז 'כבר היה לעולמים', אז אין דברי הימים איז אויך דא סתירות מיט די פריערדיגע כתבי קודש, און מ'פארענטפערט דאס בקש. יידל טענה'ט, אז על הראשונים אנו מצטערים וכל זה אכניס בקל וחומר.

@מאטי איז מציע – וואס בדרך אגב, איז ער א שטיקל אויפגעקלערטער אבער מיט גבולים – נישט אריינצוברענגען די דברי הימים אלס ראי', ווייל דארט איז די דיון נאר איבער פרטים קטנים, משא"כ דא רעדט מען פון סתירות אין די יסוד היסודות פונעם קריסטנטום, ישו'ס געבורט און זיין ייחוס צו מלכות בית דוד, וא"כ הדרא קושיין לדוכתא.

אונזער אויבנדערמאנטער יאיר, קומט מיט זיין צינישער אויבער חכמ'ישקייט [און שפילט תמ'וואטע], און זאגט אז ער וואלט שוין מוחל געווען די פראבלעם מיט די סתירות פון דעם נביא און יענעם נביא, ער האט ענדערש א טעאלאגישער פראבלעם מיט דעם עצם פאקט, אז וויאזוי דו זאלסט עס נאר נישט דרייען קומט אויס אז ער איז נישט קיין ריכטיגער בן אחר בן פון דוד המלך. נו וויאזוי קען ער זיין משיח?! און מיט א זויערע געזיכט לייגט ער צו, אז אפשר איז ער טאקע נישט משיח, נאר גאט'ס זון ותו לא. ער באפעסטיגט דאס מיט א צווייטן קשיא, פארוואס ווארטן מיר קריסטן פאר נאך א משיח, נאכן קרייצצוגן אונזער אלטער משיח?! משיח איז שוין געקומען אדער נישט? אלא מאי, איז יאשקע חלק פון גאט אבער לאו דוקא משיח. דאס גרעניצט זיך אבער מיט אפענער כפירה, ווייל אויב עפעס האט יאשקע געזאגט אז ער איז משיח, אבער לאו דוקא אז ער איז א חלק פון גאט.

כעלמער מגיד טאנצט ווידער אריין אין בילד, פרעגנדיג צו ס'איז א נארמאלע זאך צו זאגן אז ער איז א חלק פון גאט, אויב ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט קלאר. @חקרן ברענגט די היסטאריע פון די קאנווענשן בימי קאנסטאנטין הגדול מלך רומי, וואס האט מחזיר געווען עטרה ליושנה און מפיץ געווען דעם ריכטיגן דרך אין עבודת ה'. וואס בשעתו זענען אלע קארדינאלן זיך צאמגעקומען און נאך א לענגערע וויכוח מחליט געווען אז יאשקע אמת ואלוהותו אמת וכל השאר בדאים.

@ראשעקאל, א רעכטער גאטספארכטיגער קריסט, זאגט אז כיון שנמנו וגמרו במושב בי"ד הגדול אז אזוי איז דער פאקט, טאר מען שוין נישט מהרהר זיין דערויף. לעיקוואד ענטפערט אים אפ, אז דאס אליינס דארף א בירור פאר זיך, ווייל מאן יימר אז איינמאל ס'איז שוין אויסגע'פסק'ענט קען מען שוין נישט מערער זיין דערויף?! אויב ברענגט מען בעסערע ראיות, דעמאלס טוישט זיך דער דין.

@פריעד באטשי שרייט אז אפילו ביי אידן איז דא דער כלל אז 'אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם' וכו', און אוודאי וואס נענטער מען איז געווען צו יאשקע'ן, אלס נענטער איז מען געווען צום אמת. @יואב לאכט אים אבער אפ, ער זאגט אז די אידן זענען סתם א צומישט פאלק, און אי משום הא זאל ער ענדערש מסביר זיין פארוואס מען פסק'נט ווי די לעצטיגע ווייל זיי זענען 'בתראי'. און פירט אויס אז אונז קריסטן זענען ריין ראציאנאל, און אויב שטימט עס נישט מיטן שכל איז עס אויס! @איש את רעהו איז מוחה אויף די דברי בלע, און צלמ'ט זיך איבער כמנין צל"ם פעמים כדי נישט נשפע צו ווערן פון זייערע ווערטער.

גראדע געפינט זיך דארט עפעס א באשעפעניש @שש משזר. ער דרייט טאקע געפערליך. שרייבן שרייבט ער שארף ווי כוכב [אין שיטות ענדלט ער אויך צו אים], היסטאריע באשרייבט ער ווי חקרן, דער חילוק צווישן די קאטאליקן, יעזעאוטן, דאמיניקן, גריכישע ארטאדאקסן, און פראטעסטאנטן, האט ער ארויס אזויווי @מאראנצנזאפט, אין קריסטנטום נעמט ער אן – אויפן געוועב - מער א רעכטער שטעלונג ווי שמעקעדיג און זיינס גלייכן אבער כסדר זעט מען עפעס קרומע שיטות זענען מבצבץ כארסי יידל וחבריו. נאר אז ער שרייבט נישט קלאר ארויס זיין מיינונג, וועל איך מיך אויך צוריקהאלטן, פשוט אלס רצונו של אדם זהו כבודו.

ווידער איז דא דער אנארכיסט פונעם שטיבל, ער רופט זיך @moshav zekeinim. ער האט א מקוריות'דיגע וועג פון טראכטן, און ער וואגט זיך דאס ארויסצושרייבן ברחל בתך הקטנה. ער טענה'ט למשל, אז ס'מעגליך אז די סיבה פארוואס יאשקע האט קיינמאל נישט חתונה געהאט איז פשוט ווייל ער איז געווען 'געי'! ער ברענגט דאס גראדע אלס סיבה לפסוק אז זיין געי איז נישט קיין חסרון, אבער אזעלכע שארפע געדאנקען ברענגען ארויס בייז בלוט ביי רוב קריסטן דארטן. הלמאי? שטעלסט דיך נישט אפ ביי גאאאארנישט?! אפילו שמעקעדיג איז ארויס פון די גלייזן. @chusid שרייט ווידער, אז די סיבה פארוואס די קאטוילישע גלחים האבן נישט חתונה, איז וויבאלד זיי זענען אלע געווען געי צוויי טויזענט יאר צוריק. @שבת אחים כאפט גלייך צו די מייק, און פארפירט מיט באנומענע קולות אז דאס אז זיי האבן נישט חתונה ברענגט צו צו אלע שמוץ און מאלעסטערן קינדער אין וואס די גלחים זענען לקוי. ווען @בדחן וויל פארקויפן אז ס'איז סתם אן עלילת דם, ווערן שוין אלע חברים ווילד און בא'שגצ'ן אים אז ער ווייסט נישט די היינטיגע פאקטן.

@יואליש, א געריבענער שטיקל וואס שרייבט זיין השכלה מיט א שטילבייסיגקייט, פרעגט נאר פארוואס פונקט היינט האט זיך אנגעהויבן די מאלעסטעריי ביזנעס אין די קאטוילישע וועלט, און איז מציע אז אפשר צוליב דעם אינטערנעט קען מען שנעלער מפרסם זיין 'עושי מצוה', אבער בעצם אין כל חדש תחת השמש.

ווי פון אונטערגרונד קומט ארויף דער @ליטוואק פון בודאפעסט, וואס יעדער ווייסט אז שטילערהייט האלט ער טאקע מער פון די פראטעסטאנטישע שיטה, און איינס פון די סיבות איז וועגן דעם. עד כדי כך, אז די ליצים אזויווי @berlbalaguleh פארקויפן שוין פונלאנג אויף אים אז דער ליטוואק האט א מגן דוד אין הארץ. דא הייבט ער אן מיט זיין בייסיגע שפראך, אז די קאטוילישע סיסטעם איז טאקע קרופטירט אדורך און אדורך, און דא גייט ער אדורך דעם סדר הדורות פון אלע פויפסטן און 'אנטי-פויפסטן', און ער ווייזט קלאר די קארופציע פון אלע רבי'לעך – סארי, בישאפן און קארדינאלן – במשך הדורות.

@ישראל קאפקע איז מוחה, לדעתו זענען רוב זצ"ל'ס יא גלחים מיט א ריינע רעקארד, צווישן זיין בארימטע בעלי רוח הקודש ובעלי מופתים – די סעינט'ס. יאיר מיט זיין בייסיגע סארקאזם עפענט גלייך אן אשכול ווי ער ברענגט אויסצוגן פון חסיד'ישע רבי'ס בעלי מופתים און ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז אלעס איז איין און די זעלבע בעלאוני, לעיקוואד שאקלט מיט דעם קאפ [שטילערהייט], הקיצור – ס'איז פרייליך.

ווייטער האבן מיר דעם מאראלישן שמועס, אנגעפירט דורך @אבטולמוס, צו ס'איז א נארמאלע זאך אז גאט זאל אראפברענגען זיין זון דורך א בתולה, א ילוד אשה. דאס שמעקט פון פעגאניזם. און גלייך וועט ארויסשפאצירן פון די ארכיוון אלע געטער פון די רוימער און די גריכן, פון אפראדיטע ביז יופיטער, וואו געטער האבן געהאט קינדער מיט ווייבער וכו'. ציענדיג א פאלארעל הייבט דאס גאנצע קריסנטום אן צו שמעקן פון זנות, וואו מ'איז מעבר בתולות אז ס'גייט א רויעך.

@געוואלדיג ווידער, א ערליכער קריסט וואס ענטפערט אבער מיט שכל, האט גלייך דעם ענטפער דערויף. 'וואס איז מיט די פאקט אז יאשקע איז געווען אינגאנצן פרוש פון נשים, און אזוי אויך זיינע ממשיכי דרך זענען אלע געווען פרושים, דאס איז דער אפיזיט פון זנות'! יואליש מיט זיין קאלטע הומאר לאכט אפ, אז אדרבה, משם ראיה אז ס'איז אלעמאל געווען טראבל מיט זנות ווייל מ'ווערט נישט זאט פון די אייגענע.

דא ריקט זיך אריין @טאמבל סאס און זאגט, אז ס'גייט אים נישט אן וואס די אמת איז געווען, ער וויל נאר וויסן צו מ'קען נאך באקומען אזעלכע הייליגע מרים'ס היינט צוטאגס. ער וויל לערנען מיט זיי א פרק רוח הקודש. @ידען לאזט אים וויסן, אז אלע צדקניות זענען שוין פארנומען דורך אים. @אפטעמיסט לייגט צו, ספק ערנסט ספק בייסיג, אז ידען איז נאך הייליגער פון גאט, ווייל גאט האט נאר מעבר געווען א בתולה, און ידען האט 'הויכע' בחינות בין בבתולות בין בנשואות. בכלל טענה'ט אפטעמיסט, אז אויב גאט אליינס פארשטייט די טיפקייט פון א פרוי, מה נענה ענן אבתריה?! אויף וואס קאך לעפל ווערט אויפגעברויזט, און שרייענדיג 'קלאפ אויף דיין מויל' זאגט ער אז א פרוי איז א שטיק יצר הרע, און נאר גאט האט געקענט מקדש זיין א פרוי, והא ראי', גלחים וואס זענען נישט אויף די מדריגה האבן נישט חתונה מיט קיין פרוי. טאמבל סאס לאכט ווייטער, אז פון די נייעס איז משמע אז אנשטאטס חתונה האבן מיטן מתווך פונעם יצר הרע – דער פרוי, האבן זיי חתונה מיטן יצר הרע אליינס – מעשי זנות.

איבערלאזנדיג די אויבער-חכמים למיניהם, איז דא דער ערנסטער טיפ ווי @פלאוויוס, וואס זוכט זיך צו דערגרינטעווען צום אמת, און זיינע אויגן זענען אלס פארגלייזט אריינטראכטנדיג וויאזוי דער הייליגער יאשקע הענגט געקרייציגט נאר אפצוקומען אונזערע זינד, דער ערהאבענער בילד ברענגט אים טרערן אין די אויגן, און ער דמיונ'ט כסדר זיך אויס פאר די אויגן א יונגערמאנטשיק פון דרייסיג יאר מיט א בלאנדע בארד אין טיפע אויגן, מיט אן איידעלע שטימע, מיטן נאמען 'ישוע', וואס זוכט מתקן צו זיין די וועלט במלכות אביו. ער וועט זיך נאר וואגן צו פרעגן טעמי המצוות ודקדוקיהם, למשל, פארוואס פעלט זיך אויס די הייליגע וואסער ביים טבילה לקבל הנצרות? נאר ביי אידן איז דא די חיצוניות, אבער קריסנטום איז א סתירה דערצו. נאך א שאלה, וואס איז פשט פון די הייליגע ברויט, וואס עפעס ברויט און נישט קוגל.

@שם טוב האט א לאנגע רשימה פון תורה'לעך פון סעינט פיטער [סענפעטערע רב] אדער סעינט דזשארדזש [סענדזשארדזשע רב] אדער גאר די הייליגע מאריע [סאטי מארי רבי], וואס זאגן פשטים בדרך פרד"ס אין די 'הייליגע ברויט'. פאר די טשיקאווקייט וועל איך אראפברענגען אפאר טעמים: א' – בבחינת לחמו זו אשתו, און די גלחים האבן נישט קיין ווייב. מ'דארף צולייגן 'וזה ע"פ תורת הח"ן'. ב' – ברויט אז חיי אדם תלוי בהם, אזוי אויך איז תורת ישו חיי אדם תלוי בהם (@ברסלבער לייגט צו, אז אפילו אין די אידישע תורה איז דא אן ענדליכן מושג: אם אין קמח אין תורה). ג' – לחם איז אותיות מחל, אז דורך די הייליגע ברויט ווערן נתכפר אלע עבירות [@ונבנתה העיר שרייט אריין, אז די טעם איז נישט ריכטיג וויבאלד מ'איז סייווי מוחל די עבירות דורך זיך מתוודה זיין פארן גלח. געוואלדיג ענטפערט אפ, אז מ'רעדט פון אזעלכע עבירות וואס מ'שעמט זיך צו דערציילן פארן גלח].

צוריקקומענדיג צום איפכא מסתברא 'מושב זקנים', איז ער – ווי דער טיפישער דווקא'ניאק – דער פאן טרעגער פון אהבת ישראל. ער האט גאר א סלאגאן 'מי כעמך ישראל', און הערט נישט אויף ארויסצוברענגען די שיינקייט פון א איד, למורת רוחם של מאמיני רבינו ישו. פאר די רשעות שבו, ארבעט שבת אחים מיט מיט אים, און ברענגט גאר א ראי' פונעם פאקט אז די אידן זענען אמאל געווען אן עם הנבחר, און זעט אויס אז עפעס איז געבליבן אין זייערע גענעס אפילו נאכן אוועקנעמען פון זיי זייער מובחרות. דער שמועס ריקט זיך אביסעלע לינקס, ווען די גענעס ווערט פארוואנדעלט אין א הייסע ויכוח איבער עוואלוציע. אבער אנשטאטס איבערקייען זייערע שמועסן דארט, קענט איר ליינען וואס דער אידישער יאיר, יידל, מאטי, ראובן, לעיקוואד, וכל השאר, פארקויפן.

כ'קען אראפברענגען נאך זאפטיגע ויכוחים ודעות, און נאך אסאך טיפן זענען נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן, אבער מ'דארף עפעס איבערלאזן אויף א צווייט מאל [אפשר ווען יואב וועט אראפברענגען דעם חלק ב' איבער די מוסולמענער 'קאווע שטיבל']. אגב, קיינער האט זיך נישט פארוואס צו באליידיגן, כ'רעד דאך נאר פונעם קריסטליכן ניק...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שש משזר אום דאנערשטאג יולי 02, 2015 9:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15816 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 02, 2015 9:21 pm

אוי, דו האסט אנגעטראפן דעם ליטווישן ווערסיע, וואס איז מיט א חסידישן кафе ,pokój kawy, אדער גאר kávézó?
:P
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יולי 02, 2015 9:30 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:אוי, דו האסט אנגעטראפן דעם ליטווישן ווערסיע, וואס איז מיט א חסידישן кафе ,pokój kawy, אדער גאר kávézó?
:P

יענע זענען אייוועלט און קרעטשמע פונעם קריסטנטום... :lol:
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15816 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יולי 03, 2015 1:17 am

:like :like :lol: :lol: :lol: :lol:
דאס איז אויסערגעווענליך, שש משזר. דו האסט א זאפטיגער פעדער און א זעלטענע שעפערישקייט!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8207 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג יולי 03, 2015 3:07 am

באמת זייער שיין און הומאריסטיש,

אלע וויצן אין די זייט, לויט די היסטאָריאַנס איז יאשקע יא געוועהן חתונה געהאט מיט א ווייב און צוויי קינדער מיט די באוואוסטע מרים המגדלית (Mary Magdalene), און די קאטליאקן לייקענען עס פארשטייט זיך! :)

http://www.huffingtonpost.com/simcha-ja ... 25826.html

עני וועי דאנקע שיינע פארן שרייבן נאך א אויסגעצייכענטע ארטיקל @שש משזר סטייל!. :like
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4923 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3740 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג יולי 03, 2015 11:58 am

זייער זיס!!!
האסט נישט פערצאפאל געזעהן א קריסטליכע @המלוכה והממשלה?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » פרייטאג יולי 03, 2015 1:54 pm

איך האב מיך נישט געטראפן אינעם ארטיקל, יעצט וועסטו ווארטן פאר א לייק
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג יולי 03, 2015 3:05 pm

וואס קען ער טוהן אז דו ביסט נישט דארט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4893 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » פרייטאג יולי 03, 2015 3:06 pm

הערליך געשריבן! איך בין מקנא דיין פעדער הרב משזר.

איבערלאזנדיג די אויבער-חכמים למיניהם, איז דא דער ערנסטער טיפ ווי @פלאוויוס, וואס זוכט זיך צו דערגרינטעווען צום אמת, און זיינע אויגן זענען אלס פארגלייזט אריינטראכטנדיג וויאזוי דער הייליגער יאשקע הענגט געקרייציגט נאר אפצוקומען אונזערע זינד, דער ערהאבענער בילד ברענגט אים טרערן אין די אויגן, און ער דמיונ'ט כסדר זיך אויס פאר די אויגן א יונגערמאנטשיק פון דרייסיג יאר מיט א בלאנדע בארד אין טיפע אויגן, מיט אן איידעלע שטימע, מיטן נאמען 'ישוע', וואס זוכט מתקן צו זיין די וועלט במלכות אביו. ער וועט זיך נאר וואגן צו פרעגן טעמי המצוות ודקדוקיהם, למשל, פארוואס פעלט זיך אויס די הייליגע וואסער ביים טבילה לקבל הנצרות? נאר ביי אידן איז דא די חיצוניות, אבער קריסנטום איז א סתירה דערצו. נאך א שאלה, וואס איז פשט פון די הייליגע ברויט, וואס עפעס ברויט און נישט קוגל.


א מין טיפ וואס דו מאלסט אפ. איך האף אז אין אמת'ן לעבן איז ער מער רעאליסטיש. גיב אים איבער אז אזא צוגאנג צו לעבן און רעליגיע איז שוין לאנג נישט אין סטייל. ער וועט העכסטנס האבן א פנים ווי דער פראפעסאר מיט די ארויפגעצויגענע ברילן אויף דער נאז, אדער ווי דער מיסיאנער וואס שטייט אויף די גאסן אין מאנהעטן און שרייט מיט א קראצעדיגע שטימע "יעזוס איז האַר", אבער חוץ פון אפאר וויזיאנערן וועט קיינער וועט נישט קוקן צו זיין זייט. ער וועט נישט קענען מתקן זיין די וועלט און ער וועט בלייבן פארטונקען אין זיין אייגענעם חלום. ס'איז א שאד אויף זיין ענערגיע... אויב דו קומסט אן צו אים לאז מיך וויסן וואס ער האט געענטפערט. א דאנק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פלאוויוס אום פרייטאג יולי 03, 2015 3:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » פרייטאג יולי 03, 2015 3:07 pm

קודם כל צום ערשט מוז איך מוחה זיין במחאה נמרצת. ס'איז אן עזות און א חוצפה אז איינער זאל זיך פארכאפן מיין נאמען, מיין טיטול, ווי גארנישט. דערצו נאך א קריסט גאר. הערסט א מעשה, א מגיד א קאטאליק? וואס ווייסט מען ביי אייך פון מגידות צו זאגן? האסט שוין געהערט אמאל פון א קריסטליכע מוהל? א קאטולישע שיבער? א גוי'שע אתרוג סוחר האסטו שוין אמאל געטראפן? אזא פנים טראגט עס א קטולישע מגיד.

נאך מער פון דעם, ביי אונז איז עס נישט אזוי באקאנט אפשר, איז אבער דא א כנען'ישע סארט קאווע שטיבל, דארט דרייט זייך איינער א שש משזר, עפעס א נאמען נאך אן אלטע מצרי'שע/כנען'ישע טעקסטייל, יענער טענה'ט און ווייזט איבער בהוכחת גמורות אז דער קאטולישער גנב איז גאר נישט תוכו כברו, ער רעדט און דרש'נט און מגיד'ט ארום, דער הויבט אבער נישט אן צו גלייבן אין די גאנצע יאשקעניזם. לאמיר נאר הערן דו צולייגער, קום אריבער צו אונזער שטיבל, לאמיר עס מאכן פנים אל פנים, באווייז דיין גבורה דא, א קונץ צו זיין אן אויבער-חכם ביי די בני מרים? א פיליזאף פאר די מאלפעס, אויך מיר א דבר גדול. לאמיר זעהן צו מיט אונזער יידישע גאט קענסטו דיך אויך פארמעסטן. הא?!
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1275 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » פרייטאג יולי 03, 2015 3:22 pm

א דאנק @שש משזר, איך רייס מיר פון געלעכטער, קניינעהארע, דיין פעדער איז אומבאשרייבליך, און דיין כח הדמיון איז אומבאגרייפליך.

(איין זאך האסטו פארגעסן, אז דער ערליכער פריעד באטשי, זעענענדיג אז דער אויפגעקלערטער מושב זקנים וואגט זיך צו עפענען א ״מי כעמך ישראל״ אשכול אויף דעם קריסטליכע קאווע שטיבל ווערט גאר אויפגעשוידערט דערפון, אין ער עפענט א ״מי כעמך הגוים״ אשכול, כדי יעדער זאל זען אז עס איז נישטא נאך אזא פאלק ווי די גוי׳שע פאלק)
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 677 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג יולי 05, 2015 3:49 am

רבותי, הערשט יעצט כאפ איך אז דאס איז אייגנטליך מיין 20'סטע אשכול אין קאווע שטיבל.
[אינעם קורצן צייט אפשניט פון ארום 4 חדשים פון מיין עקזיסטענץ אינעם בית הקפה].

ויען כל העם יחדיו לאמר: מזל טוב! מזל טוב!
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15816 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 9:54 am

איף האב עס ערשט יעצט געליינט. אזוי פיל כשרון, אנבעליוועבל. ארום שווימענדיג צווישן די מהות הנצרות וכותבי השטיבל מיט אזא בקיאות.

אזא ארטיקל וואלט געמעגט האבן מער לייקס. נאר אפשר אזוי ווי איך האבן אסאך ניקים נישט געקלערט אז אונטער דעם קעפל פונעם אשכול ליגט אזא רייכע זאפטיגע הומאריסטישע ארטיקל.

רבותי, ווער עס האט נאך נישט געלייקט אבער הנאה געהאט פונעם אינסטולאציע זאל ביטע לייקן יעצט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1595 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:50 am

@פריעד באטשי ביסט יא דא? לאזט אייך אביסל הערן ביטע, א דאנק.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2395
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1948 מאל

הודעהדורך אליהו בחור » דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 12:25 am

דער קאטוילישער פרילינג אויף קאווע שטיבל.
אליהו בחור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך יולי 20, 2016 12:00 am

אליהו בחור האט געשריבן:דער קאטוילישער פרילינג אויף קאווע שטיבל.


עפעס גרוילט עס מיר.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל

Re: ווער זענען די שרייבער אויפן קאטוילישן 'kafijas telpa'?

הודעהדורך א איד » מיטוואך יולי 20, 2016 12:14 am

@שש משזר ווען קומט חלק ב'?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט