די אויסוועלטניקעס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

די אויסוועלטניקעס

שליחה דורך עזריאל »

די וועלט זאגט א ווערטעל אז זייט די לויה פון רבי יוסף חיים זאנעפעלד ווען מ׳האט מען אויסגערופן א ביטול מלאכה האבן אלע ארץ ישראל׳דיגע אידן גענדיגט ארבעטן און היות מ׳האט עס נאך קיינמאל נישט מבטל געווען האבן זיי קיינמאל נאך נישט צוריק אנגעהויבן. דאס איז א גוטע ווערטל אבער ס׳איז פארהאן אזא סיפור אין עכט און גאר מיט ערגערע רעזולטאטן.

ס׳איז אויס וועלט האט רבי עזריאל דעמאלטס געשריגן, פשט אין די ווערטער איז כפשוטו ״אויס וועלט״ פערטיג, דא האט זיך אלעס אפגעשטעלט, אלעס וואס איז געווען ביז דאן איז אויס.

אז איר מיינט אז דאס איז א שפריך ווארט מאכט איר א טעות, איך האב אנגעהויבן אריינצוטראכטן אין די מצב פון געוויסע מענטשן און איך האב מיר איבערצייגט אז דאס איז עס, -ווי זאגן די ליצים- רבי עזריאל האט געהאט א ווייטע בליק, ס׳איז דא אידן וואס זינט כ״ו אב האט זיך ביי זיי אויסגעלאשן דאס חיות, זיי זענען ממש אויס.

אידן דרייען זיך ארום צובראכן אויף שברי שברים, מ׳הערט פון זיי געפערליכע דעפרעסיע לשונות אלל דעי לאנג, פון די גאנגבארע שפריך ווערטער ביי די דור דעה איז א שטייגער ווי; נעה... א רחמנות אויף די יוגענט... זיי האבן נישט ׳קענען געלערענט׳ דעם רבין.... וואס פארשטייען זיי... ועוד ועוד כל מיני לשונות של יאוש וואס דו חברה פרייען זיך ארויס צו לייגן פון צונג בכל עת ועידן. וואס פארשטייט די יוגענט? אמאל איז געווען א וועלט, געווען א וועלט, פשוט, וואס זאל איך אייך זאגן.... מהאמיר גארנישט היינט....

אויף יעדע מאורע וואס וועט ארויף קומען אין זייער סדר החיים וועלן זיי האבן א ידיעה ברורה וואס די רבי האט געהאלטן דערוועגן, אפילו דאס זאל זיין אזאך וואס איז נאכנישט געווען בחייו פון רבין וועלן זיי שוין וויסן צו דערציילן א מעשה רב וואס זיי ׳אליין׳ זענען אנוועזנד געווען בשעת מעשה, וועט זיך אבער אייביג מאכן אז פונקט ווען דער יעניגער ענדיגט דערציילן זיין סיפור וואקסט ארויס א צווייטער אויסוועלטניק פון דער דור דעה שידע את יוסף און ווייסט צו פארציילן פונקט פארקערט, און נישט נאר דאס נאר אפילו די דאטומ׳ס וואס דער האט אנגעגעבן שטומען נישט ווייל פונקט דאן איז די רבי געווען אין בעל הארבער, בקיצור ס׳ווערט פארפירט א מלחמה קריג, שטייען דא צוויי אידן מיט ערשט האנטיגע סיפורים שסותרים זה את זה, און ביידע ווילן ארויף צווינגען זייער ווערסיע אויפן אנדערן, און דאס געשעהט געווענדליך כאטש צוויי מאל א טאג ביי שחרית און ביי מנחה מעריב, נו איז דען נישט אויס וועלט?

תמיד וועט מען הערן פון די אידן ערשט האנטיגע סיפורים וואס זיי האבן נאך ביז איצט קיינעם נישט פארציילט און ווילן אצינד אויך נישט זאגן די נעמען מפני הכבוד, אבער געווענדליך אז מפרעגט זיי נישט די נאמען וועלן זיי באקומען די סעטיספעקשאן אויס צו זאגן די נאמען שטיל-הויעך, (דהיינו אזוי ווי די קליינע קינדער זאגן ברוך שם גענוג הויעך אז יעדער זאל הערן.) דאס וועט פאסירן ביי יעדע מאורע, זאל עס זיין די סדר פסח ביינאכט אדער תשעה באב נאכמיטאג, א שידוך שליסונג פון א קינד ביז ביים זיצן שבעה, כסדר וועט מען הערן די שפייעכץ רינען ביי די צוויי כאוו׳ס פון ז׳כרונה לבר׳כ׳ה וואס איז אמאל שווער צוזאם צו כאפן כאחת, מ׳זאגט אויף עטליכע פון די אידן אז אויב האבן זיי נישט דערמאנט דרייסיג מאל א שעה די ווארט רביזכרונהלברכה מוז זיין אז זיי זענען הייזעריג. קלוג זענען די בעלזא אז זיי האבן צוזאם געלייגט די גאנצער קאפיטל אונטער דריי אותיות: מר״ש.

געווענדליך דערציילט זיך אזא מעשה בהאי לישנא; הער וואס איך זאג דיר, איך בין דעמאלטס אראפגעפארן קיין שעראן ספרינגס, געווען א לאנג ער מהלך, נאכנישט געווען די טרוועי ווי היינט, די רבי האט זיך נישט גוט געשפירט, זריל האט געזאגט אז נישט דא וואס צו רעדן-מ׳קען יעצט נישט אריינגיין, מאיר דייטש׳ן האט אבער געשתדלט אז מיר זענען רבי טובי הערשעל׳ס קינדער, די רבי איז דעמאלטס געווען אנגעלאנט אויפן פאטעל מיט די פיס ארויף, ס׳איז געווען נאכן רויז פון שנת תש״כח, (והוא מחולל מפשעינו) ווי נאר די רבי האט אונז געזעהן האט ער געגעבן ווי אזא שיין אויף, ער האט זיך אזוי ארויף געלייגט די האנט אויפן שטערן, ווען די רבי האט געליינט דעם קוויטעל איז ער ווי איינגעשלאפן, די רבי האט געהייסן יאסל׳ן זאל שוין רופן דעם רעבעצין פרעגן דאקטער בענדער׳ס נומבער, ווי נאר מיר זענען ארויס פון רבינס צימער האמיר געפילט ווי א שטיין איז אונז אראפ פון האלטז, וכך הוי, דער דאקטער האט געזאגט אז די מאמע האט סך הכול געהאט פיבער און מזאל נעמען א אספרין.

די אידן זענען מער נישט מיט אונז, די וועלט האט זיך שוין ביי זיי גענדיגט, זיי לעבן אין אנדערע פלאנעט. ווען די זעסט די צוויי אידן אין פאליש זיך טענהן צו די רבי האט אזוי געטאהן אדער נישט, למשל צו די רבי האט יא אדער נישט געזאגט יוצר שבת שקלים ווען דאס איז זיי ביידע נישט נוגע ווייל בשעת וואס דער עולם זאגט די יוצר זענען זיי סייווי זיך פארנומען טענה׳ן זאלסטו וויסן אז דאס איז אונזערע אויסוועלטניקעס.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר