אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

שליחה דורך עזריאל »

דאס איז ידוע אז עשיו שונא ליעקב און יעדער גוי האט פיינט דעם איד בתכלית השנאה נו אויב אזוי שטעלט זיך א קשיא פארוואס איז דא קאמפעניס וואס פראדעצירן ארטיקלען דייקא פאר די אידישע מארקעט, א שטייגער ווי די האנדא און טיאטע מיני ווענ'ס, באגעבא קערידזשעס, און טעיסטער טשאוס קאפי ועוד ועוד.

די תירוץ איז פשוט, זייי אלע האבן א מיטל דערמיט אריינצונארן די היימישער עולם מיט געוויסע הארבע עבירות וואס מיר כאפן נישט אייביג אבער ווען ס'ווערט נתגלה זעהט מען קלאר זייער ציל.

אצינד איז נתגלה געווארן אז די טעיסטער טשאוס פירמע האט נישט אומזינסט אויף געהאלטן א אפערעישאן פון א ביליון דוללער א יאר נאר צו מאכן קאווע פאר די היימישע כולל אינגעלייט, די ציל איז געווען סך סך טיפער, זיי האבן מיט יעדער באטל קאווע מכשיל געווען צענדליגער כולל אינגעלליט מסלתה ומשמנה פון וואס מיר פארמאגן מיט הארבע איסורים, און טאקע מיט איינע פון די שלוש חמורות וואס מיר פארמאגן דהיינו גילו עריות. און הערט וויאזוי,

אויב איר וועט גוט קוקן אויפן באטל, (גוט קוקן מיין איך אזוי דער דיין קוקט און אזויווי מ'קוקט אויפן אתרוג, מיט א פארגרעסרונג גלאז אונטער א שטארקע לעקטער) וועט איר זעהן אז דארט איז דא א געפערליכער אויסגעלאסן בילד רח"ל, אויב האבן מיר געמיינט אז פון די דאזיגע געמיינע זאכן וועלן מיר פטור ווערן מיט פילטער'ס אוף די כלים טמאים ווערן מיר אצינד געוואר אז דער זקן כסיל האט זיך זיינע וועגן וויאזוי מכשיל צו זיין אידישע קינדער, אזאש אז אפילו קאווע קען מען מער נישט אריינעמען אין א אידישע שטוב.

ס'איז טאקע אויפגענומען געווארן מיט פרייד אז עטליכע טייערע עסקנים האבן גענומען אויף זיך א פליכט צו מזרז זיין אחינו בני ישראל אנצורופן די פירמע און זיי אויף פאדערען שוין אראפ צו נעמען דער בילד, ווי פארשטייט זיך וועט דער פירמע תיקף אויספאלגן די רוף פון אחינו בני ישראל יושבי כולל וואס כאטש זייערע צייט איז באגרעניצט מיט פיל אנדערע אקטיוויטען וועלן זיי אראפנעמען די 5 מינוט לצורך קדושת ישראל.

ווי אויך ווערט באקאנט אז פון היינט און ווייטער וועט נישט אנגענומען ווערן אין די היימישע מוסדות א קינד ווואס די עלטערן פארמאגן טעיסטער טשואס אינדערהיים, דאס איז נאר ערלויבט ביי די ארבעט און נאר אויב מ'ברויך עס לצורך פרנסה

איך לייג ארויף די בילד מ'זאל וויסן אויף וואס נישט צו קוקן.
אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן דא אין שטיבל ווערט די גבאי געבעטן עס אראפצונעמען.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0113.JPG
IMG_0113.JPG (89.95 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
IMG_0137.JPG
IMG_0137.JPG (342.63 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום עזריאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר