מען זיכט א שידוך פאר זאפטל...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

מען זיכט א שידוך פאר זאפטל...

שליחה דורך בעל מדות »

העלאו? יא איז דאס דער שדכן מיס קליין? יא א גוט יאר דא רעדט מר. יענצל צימענט די טאטע פון זאפטל, איך וואוין אין אוריגוויי, איך ארבעט מיט דיאמאנטן, יא אוודאי קען איך פריעד זיי זענען מיינע שכנים וואס? איר האט אויסגעפירט זייערע שידוכים? אהא איך הער יא יא איר טוט א געוואלד מיט חסד, איר ווייסטאך עס הערשט א מאנגל אין שדכנים איר טוט א געוואלדיגע זאך...

יא איז אזוי איך האב עטליכע קינדער ממש מצויינים וואס שטייען יעצט ביים שוועל פון די זמן שידוכים און זיי וואקסן מיר אונטער און בפרט מיין עלטסטער ממש מען זאגט אויף אים אז ער איז די קומענדיגע ווילנע גאון פון דעם דור, הא? וואס? ניין!.. איך זאג אז די ראש הישיבה זאגט גרויסע זאכן אויף אים, יא זיינע חברים זענען מלא התפעלות פון זיין התמדה...

עניוועיס מיין זון דארף א שידוך, מען צורייסט זיך אויף מיינע קינדער, פון אלע זייטן קריג איך טעלעפאן רופן, יא... אבער איך ברויך עקספיריענס, איך קעניש צוהערן צו אלע טעלעפאן רופן ווייל מען מוטשעט מיר אויף שוואכע זאכן, איך ברויך עפעס א מחותן וואס זאל האבן פון די גרינע איר פארשטייט וואס איך מיין.

מיין זוהן זיכער! ער דאוונט פאר שעות! עס נעמט אים דריי שעה זיין שחרית, ער איז אלעמאל בעל תפילה, איר דארפט הערן דאס ער האט א גאלדענע שטום, שוין ממש פון אלץ קליין קינד האט ער געזינגען ביי משפחה שמחות...מענטשן פלעגן ממש שטיין געפלעפט צו הערן זיין זיסע קול, יעצט אלץ בחור זאגן מבינים אז ממש ער דארף גיין צו וואויס לעססאנס, איך האלט אז די נעקסטע הינדערט צוואנציג יאר ימים נוראים האט ער זיין פאזיציע ביי א ברעטל, די רב פון שול האט אים לעצטענס געזאגט "מען זעט אז דיינע איברים זענען מוזיקאליש".

זיינע מדות? ער האט א הארץ פון פוטער א נשמה פון גאלד ער געבט מיר א שטיק נחת, ממש זיין צורה שיינט, ...יויש איך ווער אזוי עמאושענעל, ער הייסט נאך מיין טאטע וואס פלעגט זיין אזא וואוילע איד א צדיק, נישט לאנג צוריק האט מיר א איד דערציילט וועגן מיין זון אז ער איז פארביי א מחאה דורך אנשי נטורי קרתא אינגעלייט און זיי האבן נישט פארמאגט גענוג מענטשן צו האלטן די שילדן וואס מען הענגט און האלט, זיי האבן געזען מיין זון דורכגיין און אים געבעטן ארויסצוהעלפן, נו פאר פינעף שעה האט ער זיי געהאלטן דעם שילד ממש א אומגלויבליכע זאך, זיך אוועקגעבן פאר א צווייטן פאר אזא לאנגע צייט איך שטראל ווען איך הער אזעלכע זאכן.
 מיין זון איז א אמת'ע געטרייער ער שטעלט זיך אלעמאל אפ צו געבן היטשעס פאר מענטשן...המממ וואס האב איך געזאגט? נישט געמיינט היטשעס ער ..העממ...מממ... ער חס ושלום וואס היטשעס? ער קען ניטאמאל דרייוון ער האט געפעיל"ד זיין ראוד טעסט...געוואלד וואס זאג איך דא? ער לערנט אין היטשן ער ממש איז די בריח התיכ...ווי זאגט מען נאר די "בריח התיכון" יא דאס! די הנהלה האט אים באשטימט צו זיין גבאי חק"ס! יא גבאי חק"ס! ער איז גוט! ער קען פירן א פירטשאפט מיט אזא געניטקייט און געטריישאפט, איך הער נאך פון מענטשן אז די סיסטעם וואס ער האט דארט איינגעשטעלט מיט די סטיקערס אויף די ספרים פאסן נאר פאר א ריזיגע קאמפאני מיט עטליכע מענעדזשערס! איך מיין איך טרייב נישט איבער ווען איך גיי דיר זאגן אז ער די גאנצע ממונה אויף די הענגער'ס אין ישיבה, ער פירט די פלאץ און מאכט זיכער אז אלעס קלאפט.


וואס פרעגט איר? צו ער איז מטשאר? איך גלייב נישט! ער דרייט זיך נאר מיט ערליכע בחורים!

מיין חתן בחור -זאלט איר וויסן- רירט נישט צו צום שעדליך אפגעפרעגטן ציגערעטל ניטאמאל שטיין נעבן א רויכערער מעג ער, ער איז אלערגיש צו רויעך.

און אז מען רעדט, איך האף איר שרייבט אראפ, מיין זוהן האט פארלוירן שוין דרייסיג פונט זינט שבועות, נעבעך ער איז נישט שולדיג ער פארמאגט די א.נ. קראנקהייט וואס מאכט אים פעש, איך אינוועסט גרויסע געלטער אים דאר צו מאכן אבער איר דארפט נישט זארגן ער וועט זיין דאר ביים בעשוי.


אהה! פארגעסן צו דערמאנען ער רופט אויס די נעמען ביים עולה זיין ב' וה' און ער איז די אויסשליסליכע גבאי ביים קאלעקטן די געלט דערפאר, יא! יא! יא! אט דאס יא! אזוי ווי איר זאגט, די ישיבה האט געוואלדיגע טראסט אין אים.


יעצט למעשה זיין יארגאנג רוקט זיך און איך קען באשטיין אים חתונה צו מאכן בעפאר ער ווערט צוואנציג, יא קע"ה ער עלטערט זיך אין פריידן ער ווערט יעצט פינעף חדשים צו זיין צוואנציג... אבער עס איז נארמאל איך בין אזוי מיט אלע מיינע קינדער, איך יאג זיך נישט ביז די אכצן.

איך האב ניטאמאל גערעדט מקצת שבחיו, ער איז א ריז אין די נושא פון טאלאנטן ער פארשטייט צו גרעפיקס הוהא ער מאלט אניגראמען פאר זיינע חברים! איך זאג אייך מען רעדט נישט דא פון "א זאך" מען רעדט דא פון "די זאך" א כלי, א בעל חסד, א איידעלער, א תלמיד חכם קיין עין הרע א טשאטשקע.


און ביידעיוועי וויזוי צאלט מען אייך? איר נעמט טשעקס? איך פארשטיי מען האלט נאכנישט אינערגעץ אבער איך וויל גרייט מאכן די געלט איך בין זייער א אויסגערעכנטער און גראדע מיין זון איז א עפל פון בוים ווי גייט דער אויסדרוק?...ער איז א מסודר'דיגער א פינקטליכער מיט צייטן אזש עס איז א געשמאק צו ארבעטן מיט אים אינאיינעם.

יא איך זאג אייך נאכאמאל ער איז א כלבו.. פרעגט אייך נאך ביי זיינע חברים איך געב אייך די נומערן איין רגע'לע האלט דעם טעלעפאן, געדענקט אבער אז צופיל איבריגע אינפארמאציע קען נאך שאטן איר ווייסט וואס מען רעדט דא און איר וועט קענען טוהן אויך אהן זייטיגע הילף.


צום לעצט זייט נישט ברוגז איך גלייך צו זיין אויפריכטיג, די חסרון פון מיין זון איז א פראבלעם וואס מען האט שוין געהערט אזאנס, ער איז אין א וויעלטשעיר און ער מוז ווערן געפירט פון איין ארט צום אנדערן.

יא יא! איך פארשטיי וואס איר זאגט, און אוודאי פארגעסט נישט איר זענט העפליך געלאדנט צום לחיים און תנאים, איר זענט דאך פון די הויפט בעלי שמחה...


פיין איך ווארט אויף אייער קאל...
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר