מוצאי סוכות בריוו צום שכן.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

מוצאי סוכות בריוו צום שכן.

שליחה דורך עזריאל »

היות מיר זענען שוין גוטע שכינים פאר די לעצטע דריי יאר וויל איך אויסשמועסן מיט אייך אפאר נקודות צום נייעם יאר, זאכן וואס מענטשן קענען פארגעסן און ס׳איז כדי צו דערמאנען.

פאריאר חנוכה ווען ס׳איז געווען זייער שטארקע ווינטען האט דיין שלאק נישט אויף געהערט ארום צו קראכן און מיינע קינדער האבן נישט געקענט איינשלאפן. ביז זאת חנוכה ווען איר האט פארברענט די קנויטן (געדענקסט נאך וואס דער פייערלעשער האט דעמאלטס געזאגט? הא... וואס פארשטייט א גוי צו שריפת הקנויטן...) האט איר שוין אויך פארבינדן דאס שלאק, ביטע דאס יאר מאכט זיכער נאך פאר חנוכה עס גוט צו צובינדן צו די סוכה.

ביי די האריקעין די וואך פון פורים איז געפלויגן סכך פון אייער סוכה אויף די ארומיגע, ביטע לייג ארויף א 2 ביי 4 אויף די סכך אזוי וועט עס נישט פאלן אויף מענטשן.

ביי שריפת חמץ האט זיך אנגעכאפט די סוכה ברעטער, אפשר זאלסט איר די קומענדע שריפת חמץ נישט מאכן די פייער אין די סוכה.

שבעה עשר בתמוז ווען איר האט צענומען די סוכה איז זיך צוזאם געלאפן אלע קינדער פון די בלאק מיט די בייקס און זיי האבן חרוב געמאכט די גראז, ס׳וואלט כדאי געווען צו ווארטן נאך צוויי חדשים ביז חודש תשרי ווען די קינדער שפילן שוין נישט אויפן גאס און עס דעמאלטס צונעמען.

אה נאך איין זאך... פאריאר פסח האסטו געהאט א שאלה וועגן די סולת פון די נוי סוכה צו איר זענט עס מחויב מבער צו זיין אום יום טוב, אפשר שרייבט אויף אייער ערב פסח ליסטע א דערמאנונג אראפצונעמען די חמץ׳גע נוי סוכה...


נ.ב. דאס ווייב מיינס בעט מיר צו צולייגן אז ס׳איז נאך דא צוויי רינדעכיגע חלות אין מיין פריזער, אויב ווילסט עס דא האלטן פאר די קומענדע חודש תשרי שנת תשע״ז ביטע מודיע זיין אין מיר וועלן עס פלאצירן צוזאמען מיט די קרעפליך פון פאריאר שבועות.

אויך דיין שנור האט דא איבערגעלאזט ראש השנה ביינאכט ביים לשנה טובה זאגן איר דאבעל קערידזש, ס׳איז אביסל שמוציג פון פינאט באדדער ברויט און ס׳פאראורזאכט פלעקן פאר די דורך גייענדע, אויב וויל זי עס דא האלטן ביטע מודיע זיין פאר מיטוואך ווייל דעמאלטס האב איך א גויטע וואס קען עס קלינען.

די זאלץ וואס מיר האבן פאריאר פאר ווינטער געקויפט בשותפות פאר די שניי ליגט נאך אין דיין קאר, ביטע זאגט מיר ווען דיין קאר איז אפען אין מיינע קינדער וועלן עס ארויסשלעפן.

די ביל פון די גראז שניידער האב איך געשיקט צו דיין אימעיל אדרעסע לויט דיין פארלאנג, לאזט מיר וויסן אויב איך זאל עס איבערשיקן.

די המספיק גאזעט פון די לעצטע פאר חדשים, און די וועכענטליכער בולעטין ליגט אין די מעיל באקס און ס׳נעמט אויף זייער אסאך פלאץ, אויב ווילט איר עס מער נישט באקומען לאזט מיר וויסן און איך וועל זיי קאלן עס קענסלען עט נאו טשארדזש פאר יו.

דאס פארגאנגענע וואך איז געווען אייער טשענס קעיר צו נעמען פון די גארביטש, למעשה האב איך עס געטון במילא ביטע די וואך מאך זיכער אז ס׳ווערט געטון.

מיין אינגל גייט שוין נישט אויף די זעלבע באס ווי אייער במילא וועט מיין ווייב נישט קענען נעמען אייער קינד צום באס ווען איר פארשפעטיגט סאו ביטע נישט קאלן אינדערפרי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום עזריאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר