דראסטישע שינויים ערווארטעט אין ארטאדאקסישע געמיינדעס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

דראסטישע שינויים ערווארטעט אין ארטאדאקסישע געמיינדעס

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

יא, אזוי ווי איר הערט, עס איז דא צו 'עקספעקטן' רעוואלוציאנערע טוישינגען צווישן אונז. איך באריכט טאקע נישט קיין פונדאמענטאלע טוישינגען אינעם חרדישען סטרוקטור, איך הייס דאך נישט ראובן. אבער פון אן אנדערע סארט טוישינג אנכי מדבר.

די באפעלקערונג וואס קנעלט זיך אויף בעדפארד עוו', גייט אט אט גיין צו א שטאפעל פון וישוכו המים, די בייזע רוחות גייען זיך צופיצען פון דאנעט, די "הארמאנען בייטער'ס", יא יא, די באלי הוטן, גייען אלע אפטרעטן פון אינטער די אויגן. טאקע קורצ-טערמיניג, אבער דאך א נחמה פורטא.

קוים קוים וואס עס האט אים אנגעהויבן אינטערן ארעם צו שמעקן, און ער איז שוין א גאנצע טאטע. זיי האבן אינוואדירט די שולן, ביסקיסעס, ווענדונג מאשינ'ס, צייטונגען שטח אין גראסערי, און ווי נישט.

ביי יעדע מנין ווי מען טרעט אריין, הערט מען גלייך א קול א קוויטשיגס, ביי יעדען ברעטל זענען זיי א חפצא, מאכן מנינים ווי מען טרונקט קאווע, און קאווע'נען ווי מען דאווענט. קופקעס קוקט אויס זענען במחשבה תחילה במקום עובר ושב.

פון וואסערע אינגרידיענטס די אינהאלט פון די קיפקעס באשטייען, איז קובע ברכה בפני עצמו, איך האב זיך אינטער געהערט ווי צוויי פון די 'באלי הוטן' דעבאטירן אויף קרוז:

איך זאג דיר, דער שוטה אבאמא, ער איז אפי' נישט קיין אמעריקאנער בירגער, איך האב קלאר געהערט פון מיין ברידער וואס האט געזען די פיקטשער אז ער איז געבוירן אין א אראבישע לאנד, כ'מיין אפריקע...

די הערסט, העלט-קער האט אים באגראבן פאר לייף!, ס'הארגעט טויזענטע מענטשן,

פון ווי ווייסטו דעיס?,

וואס הייסט פון ווי, איך בין א 'פען' (א נייע ווארט קען ער מיר שוין) פאר 'מארק לימבאו' איך הער אים יעדען טאג אויף cbc,

וואס הייסט, דיין טאטע ווייסט?,

אה , איך האב עס אויף מיין סענסע קליפ, מיין טאטע מיינט איך הער נאך לחיים טעיפ, ביז א חודש האב איך שוין מאטי אילאוויטש'ס 'נייע' סידי...

ווי אזוי ארבייט העלט-קער?

חחחח, און וויאזוי אבאמא'ס ווייב הייסט ווייסטו יא? ס'אזא פראגרעם וואס די באקומסט געלט פון די שטאט, די הערסט, זיי האבן א פיסקעל (דערמאנט כאטשיג זעקס מאל דעי שווערע ווארט) א יאר פון 'טו פוינט טרי'! נישט מיליון, ביליאן מיט א בית...

און איך זיץ אינגאנצן א פריטשמעליטער פון די סיני וטוחן לופט'ניקעס.

דאס איז נאך מיט די קליינע, די קאטאסטראפע הייבט זיך הערשט אן ביי די גרעסערע פליקערס, זיי זענען אויף קרוז, מען 'טשילט' מען שטייט שוין אינדרויסען ביי די סוכה פונקט ווי טאטע באמס, מיט א גראד-געמאכטע פנים וואס פארשלייערט אינטער זיך א טרייסעלדיג און פאר'צאפעלט נפש, גייט ער צו צו א יונגערמאן, האלא, האסט א ציגארעטעל?, זיין נאז שוויצט אים מיט נאסע באבלעך, אבער מ'טשילט, געווענליך גייט די שמועס צווישן צוויי בחורים, האלא, ווס'נייעס? ווא'טיצעך, גיימיר טשילען?.

יעצט מאך קאפי פעיסט פיהר מאל אויף די לעצטע פינעוו זאצן.

--גראדע, איך וועל זיין אפען מיט ענק, איך האב באשלאסן צו טעיסטן טעם השלוו פון 'טשילן', איך האב געקויפט פונעם ווענדונג מאשין א 'בלעק טשערי סאדע', אריין געשאשקעט אין א פאום קאפ, ארויס אין די בעק, זיך גע'מאכט שיעף מיין הוט, ארויס געשלעפט א ציגארעטעל פון הינטער שלאס און ריגעל פון הוט ארויס, אויפגעמאכט א מאושר טעלעפאון, געמישט פון קאנטעקטס קאלקאלעיטער און אפי' גערופן אלטר משה, האלא, יוסי, ס'נייעס? גיי מיר טשילן, גיי מיר קיין פעטמארק? (Wow). אודה ולא אבוש, איך בין א געווארן א פארברענטע סימפאטיקער פון 'טשילען'...

[center]~~~~~[/center]

יעצט אבער אז די 'הארמאנען בייטער'ס' פיצען זיך אפ, ווערט ערווארטעט א פארלייכטערונג אויף פארשידענע סטראטעגישע סטאנציאנען.

~~ פלעצער אין היכל התורה וועט זיין צו טרעפן, געווענליך 'בינהזמאנים' באשטייען די פלעצער פון א גמרא מסכת גיטין מיט א הוט ארויף געלייגט דערויף.

~~ דער שמש גייט שוין צוריק לייגן די געהעריגע טעיסטער-טשויס, די קאווע טרינקערס גאפלען אפ פון אונז, א קאווע חודש תשרי אין קאווע שטיבעל האט געמיינט ווערן אנגעגאסן לפחות א האנטפול מאל, פארשטייט זיך אפגע'פטר'ט מיט א טשולדיג, דאס איז געווען א פסיק רישא, פיריעד.

~~ עס וועט זיין צו טרעפן א ליידיגע הכנות בודקע, וואס איז נישט אקופירט דורך די 'באלי הוטן' וואס פארפלייצן (תרתי משמע) די בודקעס.

~~ די אריינגענג צו די גראסערי געשעפטן וועלן זיין לויז פון די 'באלי הוטן' וואס ליינען די צייטונגען מיט די פולסטע רואיגקייט ווי דער פריץ פון ביאליסטאק. האלא, אז דיין טאטע קויפט עס נישט, איז עס נישט פאר דיר! (ניין?)

~~ די טישן אין שוהל וועלן ווערן מערקבאר צום מענטשליכן אויג, די מאסע געפירקעלט און צום טויט צעפליקטע פאום-קאפס מיט די ווייסע בערגלעך פון 'מקבלי צואת האף' וועט רעדוצירט ווערן צו א מינימום.

~~ די טייכלעך נעבן די סעלטצער מאשין, און די נאסע האנטוך -וואס מאכט נאסער כל הנוגע בו- וועט זיך ערלויבן זיך טריקענען אין פריידן.

~~ די מקוה מאלעסטערס (ניין, נישט פון קינדער) וואס בארויבן די שעמפאו פלעשער מכל פח שעמפאו הבא ליד, ווי ס'איז מוכן ומזומן מימות יהושע פאר דער שטינקער, גייען זיך אפ'זאטלען פון אונז. די שעמפאו רויבער! ווער מיינסטו די ביסט? ביסט עפעס א מחותן מיט אנטוגנוס איש סוכו?.

[center]~~~~[/center]
[center]ווי שטייט נאר אין משניות, לא היה ימים טובים לישראל כהתחלת הזמן.[/center]

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר