35.
אן ענליכן מעשה האט פאסירט ביי רבי דוד [בהגרי"ז], אז געוויסע תלמידים זיינע [פון אמעריקע] זענען אמאל געווען ביים כותל, און זיי האבן געזען א גוי פון אמעריקע, אזא ריכטיגע טאם-דיק-ענד-העררי, שטיין ביים כותל און מתפלל זיין אויף ענגליש, דערנאך האט ער עפעס אפגעשריבן אין אריינגעלייגט די 'קוויטל' אין כותל וואנט. די בחורים האבן געוואלט וויסן די השגות פון א מגושמ'דיגער אמעריקאנער, האבן זיי נאכגעקוקט וואס ער האט געשריבן, און זיי האבן געזען אז האט ער געבעטן אז היות ער איז אין ארץ ישראל ווייסט ער נישט די נייעס ביי זיך אין שטאט [לאמיר זאגן 'ארקענסאו'], און ער וויל זייער שטארק וויסן ווער ס'האט געווינען די ספארט געים, וועלכע צד וכו', אויב גאט קען אים העלפן... הכו"ח פלוני אלמוני.
די בחורים האבן מחליט געווען צו מאכן א שפיצל, און זיי האבן שנעל אנגערופן זייערע חברים אין דירה אז זיי זאלן נאכקוקן די נייעס ווער ס'האט געווינען אין יענע ספעציפישע שטאט, און די זעלבע צייט זענען זיי נאכגעגאנגען דעם גוי ביז זיי האבן צוריקבאקומען די פונקטליכע ענטפער פון זייערע חברים, ווער ס'האט געווינען, מיט וויפיל פראצענט, וכו'. דאן איז איינער פון די בחורים צוגעגאנגען צום גוי און אים געפרעגט: אנטשולדיגס, הייסט איר אפשר נישט 'פלוני אלמוני'? דער גוי ענטפערט מיט א פארוואונדערטע בליק: יא. 'איר וואוינט אפשר אין ארקענסאו?' - פרעגן זיי ווייטער. און דער גוי - מיט ברייט צועפנטע אויגן ענטפערט זיי: יא.
דער בחור האט גלייך צוגעלייגט: "זייט וויסן, אז צד פלוני האט געווינען די ספארטס אין ארקענסאו, מיט אזויפיל און אזויפיל פוינטס, וכו', 'העוו עי נייס דעי'", און דער בחור איז גלייך אוועקגעגאנגען. דער בחור האט נאך אספיעט צו זען ווי דער גוי שטייט מיט אן אפן מויל, פארגלייזטע אויגן, מלא שבח והודיה פאר גאט וואס האט אים צוגעשיקט א 'שליח מן השמים' צו שטילן זיין נייגער, א קנאפע פאר מינוט נאכן עס פרעגן פון גאט ביים כותל. די בחורים האבן זיך גוט צולאכט אויפן שפיל אויפן גוי'ס חשבון, וואס מיינט שוין אז ער האט דא געזען א מחזה שמימי, און ס'איז געווען דער שמועס פון טאג אין בריסק.
ווען רבי דוד האט געהערט די מעשה, [שמעתי אז ער האט זיך צואוויינט, צוקרעכצט], האט ער געזאגט: איר מיינט אודאי אז איר האט געמאכט א 'שפיצל' אויפן גוי, אבער למעשה איז נישט אזוי. דער גוי האט אויסגעפירט. ער האט געבעטן א בקשה פון טיפן הארץ אן קיין חכמות, און 'ענק' זענען טאקע געווען שליחים מן השמים אים צו ערפילן זיין פארלאנג. איר האט געמיינט אז איר מאכט חוזק פון אים, אבער סך הכל זענט איר געווען כחומר ביד היוצר צו טון אלעס וואס פעלט זיך אויס אז דער גוי זאל וויסן וואס ער האט געוואלט...! און ער האט אויסגעפירט: ווען מיר וואלטן מתפלל געווען אזוי אמת'דיג און תמימות'דיג ווי יענע גוי, וואלטן מיר אויך גע'פועל'ט אזוי שנעל ווי יענע גוי...!