איך האלט אינמיטן ארבעטן אויפן לענגערן ספר 'פנינים שזורים', וואס נעמט אויף 450 זייטן [אן די אמשינאווע סעריע], און איך האב איבערגעארבעט די ווערטלעך לבית בריסק, און איך האב זיי צוטיילט אין ניין פרקים, ווי פאלגענד:
• א' – ה'בית הלוי' מבריסק זצ"ל.
• ב' – הגאון רבי חיים מבריסק זצ"ל.
• ג' – הגאון רבי יצחק זאב מבריסק זצ"ל.
• ד' – הגאון רבי יוסף דב - "רבי בערל" - סאלאווייטשיק זצ"ל.
• ה' – הגאון רבי חיים - "דער משוגענער" - סאלאווייטשיק ז"ל.
• ו' – הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א.
• ז' – הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א.
• ח' – בית בריסק לדורותיהם.
• ט' – די בריסקע 'מהות'.
ביי יעדן האב איך צוגעלייגט א שטיקל דיסקריפציע, מ'זאל כאפן די עומק הענין, בבחינת מי ומי ההולכים... האב איך מחליט געווען ארויפצולייגן דעם קורצן דיסקריפציע פון די ניין קאפיטלען להנאת הרבים. ליינטס מיט הנאה:
א' - ה'בית הלוי' מבריסק זצ"ל.
דער מייסד השושלת לבית בריסק, ווערט גערופן על שם ספרו 'בית הלוי' וואס איז זייער א טיפע לומד'ישע ספר, אויסגעשטעלט אויף דריי חלקים פון שו"ת. דארט זעען זיך אן די קערנדלעך פון די מהלך המחשבה פון בריסק, הגם ער ווערט קלאר נישט פאררעכנט אלס דער מייסד פונעם בריסקער דרך הלימוד.
ב' - הגאון רבי חיים מבריסק זצ"ל.
הגאון רבי חיים בריסקער ווערט פארצייכנט אין היסטאריע ווי דער מייסד המהפכה אינעם ליטווישן דרך הלימוד, טוישנדיג די אנגענומענע מהלך הלימוד והמחשבה טאקע אינעם צענטער פון ליטווישן עולם הישיבות – וואלאזשין. ער איז דארט געווארן ראש ישיבה, זייענדיג אן אייניקל פונעם ראש ישיבה, דער נצי"ב – מיט וועם ער האט זיך אפטמאל ארומגעאמפערט, אין לערנען ווי אין השקפה.
רבי חיים איז דער וואס האט אנגעהויבן מיט די בריסקע אינטרעסאנטע מנהגים, וואס מאכט 'בריסק' פאר א מהלך פאר זיך אינערהאלב די ליטווישע עולם התורה. רבי חיימ'ס חותם האט ענדגילטיג מכריע געווען די גאנצע וועלט, ווען אלע פרובירן – ווייניג מיט עכטע הצלחה – נאכצופאלגן זיין מקוריות'דיגע מהלך המחשבה.
אין די פאלגענדע וויצן וועלן מיר געפונען א היבשע פאר זאפטיגע בליצן, וואס פאסן זיך אריין אינעם דרך הלימוד וואס רבי חיים האט מחדש געווען.
ג' - הגאון רבי יצחק זאב מבריסק זצ"ל, דער 'רב'.
הגאון רבי יצחק זאב מבריסק, ווערט גערופן אין די היימישע וועלט "דער גרי"ז", אין ירושלים "רבי וועלוועלע", און אין בריסק "דער רב". אלנפאלס, אין שטאט בריסק איז ער געווען גאנץ א קנאפע רב, מיט גאר א מינימאלע השפעה אויפן שטאט, און איז ווערד אן אפהאנדלונג פאר זיך. פארט אבער, נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווארן איינע פון די גרעסטע מנהיגי הדור אין זיין צייט.
דער רב איז געווען זייער א שארפער, א נערוועזער, און א היבש שארפער מתנגד. ער איז געווען באקאנט מיט זיין פחדנות אין פריוואטן לעבן, אבער תקיפות אין אידישקייט, און זיין דמות איז געווען זייער אינטרעסאנט. זיינע ווערטלעך צייכענען זיך אויס מיט זייער שארפקייט און אפטמאל בייסיגקייט.
אסאך 'נערוון' לבית בריסק זענען אויסגעפארעמט געווארן תחת הנהגתו, און געוויסע פון זיי ווערן דא דערמאנט בין השיטין.
ד' - הגאון רבי בערל סאלאווייטשיק [גרי"ד], בן הגרי"ז זצ"ל.
הגאון רבי בערל סאלאווייטשיק, וואס נאר אין די ספרים שטייט "גרי"ד" – אבער איז שטענדיג געווען באוואוסט מיטן נאמען רבי בערל, איז געווען דער עלטסטער זון פונעם רב. ער איז געווען גאר א שארפער מענטש, וואס האט געפירט די ישיבה מיט א תקיפות [רב אין בריסק איז ער שוין נישט געווען], און ער האט באמת אוועקגעשטעלט די מאדנע און עליטיסטישע צוגאנג ביי אים אין ישיבה.
ער איז אויסדריקליך נישט געווען באקאנט אלס דער גאון אדיר, און אין פאקט האט מיין זיידע – תלמיד הגאון רבי בנימין פאלער זצ"ל, א תלמיד חביב פונעם 'רב' נאך אין בריסק – נאכגעזאגט מפי רבו, אז נאך אין שטאט בריסק איז געווען באוואוסט אז רבי דוד קען מער לערנען ווי זיין עלטערער ברודער. פארט אבער האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין חריפ'ישע מח, און האט געהאט פאטענציאל צו ווערן א גרויסע שטערן, ווען נישט דעם וואס ער איז אוועק היבש יונג פון אן הארץ אטאקע.
דאס וואס ער האט פארפעלט, האט זיין זון משלים געווען... אבער די בייסיגע מהלך פון רעדן, און די מהלך וואס ער האט איינגעפירט אין ישיבה, קען מען זען אויך פון די פאלגענדע ווערטלעך.
ה' – הגאון רבי חיים סאלאווייטשיק ז"ל, בן הגרי"ז.
רבי חיים סאלאווייטשיק, א זון פונעם רב, איז געווען אן עילוי און אביסל משוגע אפילו לויט די בריסקע סטאנדארטן... זיינע טיטלען זענען געלאפן צווישן 'חיים דער רב'ס' און 'חיים דער משוגענער' [להבדיל מהג"ר חיים בריסקער]. ער האט טאקע קיינמאל נישט חתונה געהאט.
דאס נעמט אבער נישט אוועק זיין גדלות בתורה, וואס איז געווען גאר שטארק, און ער האט זאגאר איבערגעלאזט חריפות'דיגע געדאנקען אויף ש"ס.
זיינע ווערטלעך צייגן אן אויף א בריסקע מהלך המחשבה באופן כללי, און אויף 'חיים דער משוגענער'ס' מהלך המחשבה באופן פרטי. ער איז געווען צוקער זיס, און הגם שארף, קומט אלעס באגלייט מיט גאר געשמאקע הומאר.
ו' - הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א בן הגרי"ז.
הגאון רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א איז דער איינציגסטער זון פונעם רב וואס לעבט נאך, איבערלעבנדיג אפילו יונגערע פון אים. ער איז דער פרומסטער פון אלע בריסקע קינדער, אויסגעצייכנט מיט זיין תמימות ויראת חטא, התמדה נפלאה און בקיאות בכל התורה, און גלייכצייטיג מיט זיין רוסישע נערוועזיקייט...
אנגעהויבן האט ער זיין קאריערע אלס מגיד שיעור אין ישיבה פון זיין עלטערע ברודער רבי בערל, אבער נאכדעם וואס רבי בערל'ס זון האט איבערגענומען די ישיבה, איז ער ארויס פון דארט און זיך געעפנט אן אייגענעם ישיבה. הגם נישט אזוי סוקסעספול ווי זיין פלומעניק'ס ישיבה, איז ער אבער – זייענדיג א סאלידער מענטש – גאר געשעצט איבערן וועלט, און זיין ישיבה איז פארט אן 'אויבנאן' ישיבה.
מטבע הדברים, הערשט א געוויסער פארביסנקייט צווישן זיין חצר און זיין פלומעניק'ס חצר, און אסאך ווערטלעך זענען געזאגט געווארן ביי אים אין ישיבה אויפן חשבון פון זיין פלומעניק, און זיי זענען פארצייכנט געווארן אינעם קאלום פון 'רבי אברהם יהושע'.
ז' - הגאון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א, בן הגרי"ד [בן הגרי"ז].
אויב עשרה קבין של חריפות בריסקאית ירדה לעולם, דאן איז זיכער אז 'תשעה נטל רבי אברהם יהושע', און די אנדערע האבן זיך צוטיילט מיטן לעצטן קב. רבי אברהם יהושע איז א מענטש וואס לעבט אויף קאנטראווערסיע, ווייל דאס איז אייגנטליך וואס ער האט געצויגן צו זיך כמעט פון ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע.
ער האט איבערגענמען זיין טאטן – רבי בערל'ס – ישיבה אין א יונגן עלטער, אבער זיין יונגקייט האט נאר צוגעגעבן צו זיין כאראקטער, ווייזנדיג פארן וועלט אז ער קען שניידן און אריינזאגן פאר גדולים וטובים ממנו מיט זיין בריסקע כח המחשבה ודיבור. ער האט אבער א כאריזמאטישע פערזענליכקייט וואס ציט מענטשן צו אים, זקנים עם נערים און זאגאר עשירים אדירים, און דאס געבט אים א כח.
זיין ישיבה איז עד היום הזה די בעסטע בריסקע ישיבה, און אייגנטליך די שפיגעלע פון די עולם הישיבות וואו 'יעדער' זוכט זיך אריינצובאקומען. זיינע שיעורים זענען מלא חריפות עד אין סוף, אבער גלייכצייטיג מיט אן אבנארמאלע קלארקייט צום שטוינען. זיינע חומש רש"י שיעורים זענען די 'פאליטישע שמועסן' ווען אסאך בייסיגע מעסעדזשעס זענען געזאגט געווארן במשך השנים.
ח' – בית בריסק לדורותיהם.
בריסק האט ארויסגעגעבן אסאך אינטרעסאנטע טיפן, סיי ביי די שושלת זעלבסט און סיי ביי גדולי ישראל וואס האבן קונה געווען ממשנת הבריסקאים. פאלגענד ברענגען מיר געוויסע ווערטלעך, וואס קענען צומאל כאראקטעריזירן דעם באטרעפנדן, אדער לפחות דערמאנען אז מ'רעדט דא פון "בריסקע"...
ט' - די בריסקע 'מהות'.
מיר פארשטייען שוין, אז בריסק איז א מהלך המחשבה ומהלך החיים, און נישט נאר א דרך הלימוד. די פאלגענדע ווערטלעך וואס זענען על פי רוב נישט קיין ווירקליכע פאסירונגען, צייכענען אבער אפ די געדאנקנסגאנג פונעם טיפישער בריסקער, מיט זיינע מעלות און חסרונות, און בעיקר – נערוון און משוגעת'ן.
---
ע"כ פון די רשימה...