בלאט 1 פון 1

שנונות ומשונות - לבית בריסק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:00 pm
דורך אדנירם
א גוטן טייערע ידידים לבית הקפה.

ווי באקאנט זענען דא פארשידענע עדות, און מהלכים, אין [חרדי'שן] אידישקייט. ס'זענען דא חסידים, ליטאים, ספרדים, תימנים, ליובאוויטשע, חזון-איש'ניקעס, און 'בריסקע'...

נארט אייך נישט. 'בריסק', איז א בריה בפני עצמה. טאקע נענטער צום ליטווישן וועלט, אבער פארט אן אייגנארטיגער מהלך המחשבה, מהלך הלימוד, מהלך הפסק, און מהלך החיים.

דא אינעם 'שמייכל' אפטיילונג גיי איך מיך נישט אריינלאזן אדורכצואקערן די פילאזאפיע פון 'בריסק'. אבער דער וואס פארשטייט די יסודות פון זייער שפראך [און אפילו ווער נישט], וועט זיכער געפונען אינטערעסע אין דיזן אשכול.

שוין א לענגערע וויילע וואס איך בין מלקט ווערטלעך וואס האבן א שייכות מיט 'בריסק'. דאס נעמט אריין ווערטלעך וואס די בריסקע גדולים האבן געזאגט במשך הדורות, צו גאר ווערטלעך אויף זייער חשבון. ווערטלעך וואס ברענגען ארויס לשבח די בריסקע געדאנקנסגאנג, און ווערטלעך וואס מאכן ליצנות פונעם בריסקן קו. ווערטלעך וואס זענען באשטעטיגט אלס ריכטיגע בדיחות וואס זענען געזאגט געווארן, און ווערטלעך וואס זענען 'עממי' אן קיין מקור, אבער פאסן אריין אינעם בריסקן שניט. פשוט אז די נאמען 'שנונות ומשונות' איז אממערסטנס צוגעפאסט פארן בריסקן מהלך, והמבין יבין.

על כן אמרתי, אל תמנע טוב מאנ"ש, און וואו דען זאל מען דערציילן אזעלכע געהויבענע ענינים ווי דא אין קאווע שטיבל. אי"ה וועל איך ארויפלייגן כסדר פרישע ווערטלעך - בתנאי אז דער עולם וועט צייגן אינטערעסע, און ווילאנג דער עולם וועט הנאה האבן וועל איך אי"ה אנגיין. יעדע ווערטל וועט אי"ה באקומען א נומער פאר זיך.

אזוי אויך, ווער עס האט א גוטס פון 'בריסקע ווערטלעך', זאל עס אויך ארויפלייגן - מיטן פרישן נומער אינעם רייע.