כ'האב לעצטנס געליינט אן אינטערוויו מיט הרב ישעי' בלוי, בן הקנאי רבי עמרם בלוי זצ"ל, וואס איז געווען מקורב ביים גרי"ז. אלנפאלס, ער האט דערציילט דעם
אויבנדערמאנטן מעשה אז ער איז דארט געווען בשעת מעשה ווען דער רב האט געענטפערט וואס ער האט געענטפערט. לפי עדותו איז דער מספר המעשה החסידי צום רב, געווען א איד בשם ר' אשר הויזמאן.
עכ"פ כ'האב געזען נאך אפאר גוטע וויצן מאוצרו של רי"ב, וואס כ'וועל דא ברענגען.
---
[center]65.[/center]איינער האט אמאל געפרעגט דעם רב, אז די הפגנות אין ארץ ישראל טוען דאך גארנישט אויף, און וואס איז פשט פון מאכן כסדר'דיגע הפגנות? האט אים דער רב געענטפערט מיט א מעשה:
אין שטאט בריסק איז געווען א גוי וואס פלעגט פארדינגען קליינע שיפלעך צו שווימען דערמיט ביים וואסער. איינמאל האט א איד געדינגען אזא שיפל, און זיך ליידער דערטרינקען אין וואסער. די גאנצע שטאט איז געפארן אויף רעדער, און אידן זענען געלאפן פון אלע זייטן צו פרובירן צו ראטעווען דעם דערטרונקענעם. צווישן זיי איז דער גוי אויך ארומגעלאפן צוטומלט און צושטורעמט. איז איינער צוגעגאנגען צו אים פרעגענדיג: "פאריגע וואך האבן זיך צוויי גוים דערטרינגען ביים זעלבן טייך, און דו ביזט געבליבן רואיג ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, און יעצט ביזטו עפעס אזוי צושאקלט?". האט דער גוי געענטפערט: "איך ווייס נישט, אז מ'רודערט איז מען צורודערט"...
האט דער רב אויסגעפירט: "אזוי אויך דא, אז מ'רודערט איז מען צורידערט"... [מיינענדיג צו זאגן, אז מ'רודערט קען מען אויפרודערן דעם דעת הקהל].