בלאט 5 פון 5

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סקרן האט געשריבן:רב דאמב האט אמאל געזאגט אויף דער ליעזשער רב וואס איז אוועק די וואך (ער פלעג דאווענען ביי אים):
מ'דארף אויסהרגנ'ן אלע רבי'ס און אים איבערלאזן צו ווייזן פארוואס מ'האט זיי געהרג'ט

איך האב געהערט די מעשה פון א איד פון אנטווערפען. איך האב אים געוואלט ענטפערן "אין קראקא מיט הונדרעט יאר צוריק, האט איינער געזאגט אז מ'דארף פטור ווערן פון אלע קהלות, אחוץ אנטווערפען. כדי מ'זאל וויסען פארוואס מ'איז פטור געווארען פון אלע קהלות". איך האב עס אים נאר נישט געזאגט ווייל יענער איז א סענסיטיווער, און די אנטווערפענער שטאלצירן זיך שטארק מיט זייער קהלה, הגם......

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 12, 2019 1:00 pm
דורך berlbalaguleh
סקרן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:סקרן: ס'איז טאקע א גוט ווערטל. אבער דאס האט נאר אזא משוגע'נער ווי ..."הרב"... דאמב געקענט זאגן...!

ס'איז נישט צו פארשטיין. ער איז דאך געווען א גרויסער תלמיד חכם. ר'האט געלערנט ביי גרויסע רבי'ס. נאר ער האט געהאט א מיאוס'ן פיסק. ר'האטציך נישט געקענט איינהאלטן. אלעס אונטער'ן שלייער און מאסקע פון קנאות. דאס האט איהם געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געהאט קיין דרך ארץ אדער רעספעקט פאר קיין שום רב, רבי אדער מנהיג ישראל. ממש קיין איינער. און אין די זעלבע צייט האט ער בארעכטיגט זיינע אייגענע מעשים. ער האט געהאנדלט מיט צלמים (אויך). צי מ'מעג, סטריקטלי עפ"י הלכה. און אונטער וועלכע אומשטענדן . דאס איז א נושא פאר זיך. אבער אז אן איש חשוב און תלמיד חכם זאלל האנדלען מיט אט די זאכן וואס עקלט א יעדן ערליכן איד...! יא. מ'קומט מיט די געוויינליכע מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. איך וואלט ענדערש געזיצן איבער שבת אין א גוי'אישן האטעל און געגעסן מצות און טונא, ווי איידער גיין צו אזא מין מענטש אפילו פאר 5 מינוט...!

איך וואלט דוקא יא געגאנגען צו אים איט סאונדס לייק איט וואז א בלעסט אראונד הים
מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צו עסן וואס ער האט געזאגט נישט אלעס דארף מען גלייבן און נישט אלעס דארף מען אהעננעמען

סקרן: ס'איז מעגליך אז ער האט געזאגט א טייל פון זיינע סטעיטמענטס מיט א סענס אוו היומאר. אבער זיינע חסידים. הויפטזעכליך פון די נטורי חרתא און סאטמאר, האבן אנגענומען א יעדעס ווארט ווארט וואס איז ארויס מפה קדשו. אלס קודש קדשים...! אפילו דעם תולדות אהרן רבי (דעם טאטן) האט ער מבזה געווען. אויך הרב דושינסקיא, זצ"ל...!

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 13, 2019 2:17 am
דורך נקודת-אמת
berlbalaguleh האט געשריבן:סקרן: ס'איז טאקע א גוט ווערטל. אבער דאס האט נאר אזא משוגע'נער ווי ..."הרב"... דאמב געקענט זאגן...!

ס'איז נישט צו פארשטיין. ער איז דאך געווען א גרויסער תלמיד חכם. ר'האט געלערנט ביי גרויסע רבי'ס. נאר ער האט געהאט א מיאוס'ן פיסק. ר'האטציך נישט געקענט איינהאלטן. אלעס אונטער'ן שלייער און מאסקע פון קנאות. דאס האט איהם געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געהאט קיין דרך ארץ אדער רעספעקט פאר קיין שום רב, רבי אדער מנהיג ישראל. ממש קיין איינער. און אין די זעלבע צייט האט ער בארעכטיגט זיינע אייגענע מעשים. ער האט געהאנדלט מיט צלמים (אויך). צי מ'מעג, סטריקטלי עפ"י הלכה. און אונטער וועלכע אומשטענדן . דאס איז א נושא פאר זיך. אבער אז אן איש חשוב און תלמיד חכם זאלל האנדלען מיט אט די זאכן וואס עקלט א יעדן ערליכן איד...! יא. מ'קומט מיט די געוויינליכע מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. איך וואלט ענדערש געזיצן איבער שבת אין א גוי'אישן האטעל און געגעסן מצות און טונא, ווי איידער גיין צו אזא מין מענטש אפילו פאר 5 מינוט...!

געהערט האב איך פון א לאנדאנער ידיד מיינע, א מוצ"ש'דיגע-סיפורי-צדיקים-געשיכטע'לע,

און איך וועל דאס ברענגען דא לטובת ידידינו חברי השטיבל הע"י:

מיט עטליכע יאהר צוריק, אויף א שב"ק אין סטעמפארד-הילל געגענד שברובע העקני אשר בלאנדאן בירת מלכות החסד ענגלאנד של אחדות ממלכת בריטאניע האדירה...
האט זיך אויפגעהאלטן כ"ק אדמו"ר רבי פנחס יצחק בידרמַן שליט"א המכונה 'האדמו"ר מלעלוב-ניקלשבורג' דארט אויף שב"ק.
תושבי העיר מעדת החסידים האבן פארשטייטזיך מיטגעהאלטן סדרי השבת וכו' בלא בלא בלא...
בעת עריכת סעודתא דדוד מלכא משיחא במוצאי שבת קודש בבית הה"ח ' פינקי עסטרייכער ז"ל,

האט הכהן המיוחס הנהגה"ח ר' אברהם חיים הכהן ראפאפארט שליט"א אנגעהויבן נאך-צו-דערציילן א מעשה, וזה היה לשונו בערך:
"געהערט האב איך א מעשה פון רב דאמב זכרונו לברכה, וועגן ר' שימע'לע (הרה"ק ר' שמעון'לע זשעליכאווער הי"ד משגיח ישיבת חכמי לובלין, מדרשותיו הדפיס רב דאמב ספרי 'נהרי אש')"

האט עם דער אורח (לעלוב-ניקלשבורג'ע עבין) אפגעשטעלט און געפרעגט:
"פון וועמען דערציילט איהר דארט, פון וועמען זאגט איהר דאט נאך?, פון רב דאמב?,
קיין אמונת צדיקים האט ער נישט געהאט, אבער צום סטריקעווער, צום סטריקעווער-דער-אגודיסט, צו עם האט ער זיך מבטל געוועהן"

עכ"ל ודפח"ח.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:47 pm
דורך נקודת-אמת
איינער האט מיר ביים יאהר-צייט סעודה פונעם בעלזער רב זי"ע לעצטע וואך נאך-געזאגט א מימרא מטו משמיה דהרה"ק ר' ישראל מגער זי"ע באקאנט אלט'ס דעם: "בית ישראל"
וכה אמר:

"אלע גבאים פון די רבי'ס, האבן א ניצוץ פון גיחזי,
און גיחזי אליינס, האט געהאט א ניצוץ פון שלום פויגל"


איך נעם נישט קיין אחריות צו ער האט דאס טאקע געזאגט, באט א גוט'ס איז א גוט'ס, לייג איך דאס דא ארויף לטובת החבריא קדישא.

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:39 pm
דורך ונבנתה העיר
בשם הרב מסאטמאר ז"ל: ופרח לו איש האמת. ווער איז געבליבן? דער איש חסיד...

------

האט אים איינער אמאל גע'טענה'עט, דער רבי איז דאך א יחיד. זאגט ער, כ'בין מברר אין ספר אז דא איז איז נישט שייך יחיד ורבים הלכה כרבים. זאגט יענער, אבער איר זענט פארט א יחיד...

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:32 am
דורך אישתישבי
סאטמאר רבי האט אמאהל אויפן וועג צו מנחה באגעגענט א ליטווישע גדול, האט ער אים געפרעגט צו ער האט שוין געדאווענט מנחה, האט דער גדול געענטפערט "היינט נאך ניט", והמ"י.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב שרגא ניובערגער איז אן איידעם ביי הרב מאיר הערשקאוויטץ שליט"א ראש ישיבת סטעמפורד. ביי די חתונה האט באטייליגט הגאון הרב י"י רודרמן זצ"ל. וילך דפוק אחד און ער האט געפרעגט הרב חיים קרייסווירטה זצ"ל צו מ'דארף זאגען א ברכת אשר חלק מחכמתט ליראיו אויף הרב רודרמן. האט הרב קרייסווירטה געפרעגט "און אויף מיר פרעגסטו דאס נישט?"

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:32 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב שרגא ניובערגער איז אן איידעם ביי הרב מאיר הערשקאוויטץ שליט"א ראש ישיבת סטעמפורד. ביי די חתונה האט באטייליגט הגאון הרב י"י רודרמן זצ"ל. וילך דפוק אחד און ער האט געפרעגט הרב חיים קרייסווירטה זצ"ל צו מ'דארף זאגען א ברכת אשר חלק מחכמתט ליראיו אויף הרב רודרמן. האט הרב קרייסווירטה געפרעגט "און אויף מיר פרעגסטו דאס נישט?"


שוין גארנישט קיין "גלייכווערטל" כידוע...

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 4:52 pm
דורך נקודת-אמת
לרגל ביקור הרב מז"ל ט"ב בארצנו, פנינת חמד קיבלתי בדואר העננים והנה היא לפניכם:
"רבי אברהם יושע סלאבייטשיק האט זיך געלאזט הערן דברי פקחות אויף מהרז"ל'ס באזוך אין א"י
"איך זעה גרויסע מודעות "כבוד קדושת", "כבוד קדושת",
וואס קדושת? קדושת הגוף? א וודאי נישט,
אפשר קדושת דמים"
ודפח"ח

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 6:51 pm
דורך וואלווי
נקודת-אמת האט געשריבן:לרגל ביקור הרב מז"ל ט"ב בארצנו, פנינת חמד קיבלתי בדואר העננים והנה היא לפניכם:
"רבי אברהם יושע סלאבייטשיק האט זיך געלאזט הערן דברי פקחות אויף מהרז"ל'ס באזוך אין א"י
"איך זעה גרויסע מודעות "כבוד קדושת", "כבוד קדושת",
וואס קדושת? קדושת הגוף? א וודאי נישט,
אפשר קדושת דמים"
ודפח"ח


מ'דארף נישט די טיטול מז"ל ט"ב פאר א מליצה.

אן די "מ" קלינגט עס אויך...

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 2:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי די וויזיט פון דער גייסטישע פיהרער פון א פראקציע פון די סאטמארער באוועגונג, האט דער פיהרער געצינדען א לעכט פאר הרב שמואל אויערבאך אויף זיין יארצייט, אין פראנט פון דער לאנדאנער רב הרב אפרים פאדווא שליט"א. ער האט געזאגט אז הרב אויערבאך 'איז דאך געווען אן אייניקעל פון דער תולדות'.
הרב פאדווא האט געזאגט, "אהא, הייסטס זיין טאטע איז אויך געווען אן אייניקעל פון תולדות, ניין?"

ודפח"ח