גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 9:56 pm

כוונת קדשו פון ר' אליעזר איז געווען אז דער רדיפה אחרי חומרות און דער רדיפה אחרי טשאקאלאד קעיק איז גענוי די זעלבע. פון איין מקור קומט עס און איין פשט האט עס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:39 pm

כ'האב היינט געהערט א אינטערסאנטע אמת'ע מעשה וואס איז מיר שטארק געפאלן.

א איד האט זיך אמאל פארליבט אין א גוי'טע אין שווייץ און געוואלט חתונה האבן מיט איר, איז ער געגעאנגען צו הרב ברייש פון שווייץ און געבעטן ער זאל איר מגייר זיין, האט הרב ברייש איר געפרעגט פארוואס ווילסטו ווערן א איד, ווייל דו ווילסט טוישן גלויבינגען אדער ווייל דו ווילסט חתונה האבן מיט אים? האט זי מודה געוועהן אז די סיבה איז טאקע ווייל זי וויל חתונה האבן מיט אים. האט הרב ברייש אפגעזאגט איר מגייר צו זיין.

דער חכם איז געגעאנגען און גערופן הרב ברייש אין שווייצער ליבעראלע געריכט פאר דיסקרימינאציע, דער שופט הערט די מעשה און פרעגט דעם רב אזא לאגישע שאלה,

רוב אידן זענען דאך במילא נישט פרום, ס'איז דא מיליאנען פרייע אידן, וואס גייט אייך אן צוצולייגן נאך איינס? וואס וועט שוין זיין???

ענפערט הרב ברייש, פשוט, ווען איך בין אריינגעקומען וואוינען קיין שווייץ און געוואלט ווערן א שווייצער בירגער האט די שווייצע רעגירונג געוואלט וויסן:
אויב איך בין עדיוקעיטעט,
האב פרנסה,
נישט עדיקטעט צו אלקהאל און דראגס, און אזוי ווייטער

לכאורה, ס'איז דא גענוג און נאך שווייצער בירגער וואס זענען נישט עדיוקעיטעט און זענען שיכורים, וואס גייט ענק אן צוצולייגן נאך איינס?

נאר די תירוץ איז פשוט: די שווייצער זאגן אונז האבן שוין גענוג פון אונזערע "אייגענע" אומגעלערנטע שיכורים, מיר דארפן נישט יענעמ'ס גארבידזש.

די זעלבע פירט אויס דער רב איז ביי אונז אידן, מיר האבן מיליאנען פרייע אידן - על הראשונים אנו מצטערים, מיר דארפן נישט נאך...

מורא'דיג גוט געענטפערט! אויסגעצייכענט!
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3432 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:57 pm

דערמאנט די מעשה מיט שאצער רב מיטן אימיגראציע שופט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2521 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 07, 2017 4:30 pm

לכבוד דער ראפשיצער רב׳ס יארצייט.
אן עגונה איז אמאל געקומען צום ראפשיצער רב אז מ׳האט געטראפען איהר מאנ׳ס קערפער אין ים, און זי וויל א היתר. האט ער איהר געפרעגט "פון וואנעט ווייסטו אז ס׳איז דיין מאן?"
"האט זי גע׳ענטפערט "ס׳הייסט? ער האט דאך געשטאמעלט"
ופרצו כל העם בצחוק. איינער האט געלאכט אביסל מער ווי די אנדערע, האט דער ראפשיצער רב איהם געזאגט "וואס איז שלעכט מיט איהר טענה?"
"וואס הייסט? דאס איז א סימן? אסאך מענטשען שטאמלען דאך"
האט דער ראפשיצער רב געזאגט "אייך וויל איך אלס גבאי"
זיעועכ"י, לחיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך א איד » זונטאג מאי 07, 2017 9:46 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכבוד דער ראפשיצער רב׳ס יארצייט.
אן עגונה איז אמאל געקומען צום ראפשיצער רב אז מ׳האט געטראפען איהר מאנ׳ס קערפער אין ים, און זי וויל א היתר. האט ער איהר געפרעגט "פון וואנעט ווייסטו אז ס׳איז דיין מאן?"
"האט זי גע׳ענטפערט "ס׳הייסט? ער האט דאך געשטאמעלט"
ופרצו כל העם בצחוק. איינער האט געלאכט אביסל מער ווי די אנדערע, האט דער ראפשיצער רב איהם געזאגט "וואס איז שלעכט מיט איהר טענה?"
"וואס הייסט? דאס איז א סימן? אסאך מענטשען שטאמלען דאך"
האט דער ראפשיצער רב געזאגט "אייך וויל איך אלס גבאי"
זיעועכ"י, לחיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי אזוי האט דער גבאי געהייסן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 08, 2017 9:14 am

אתפשטותיה בכל דרא, למה זה תשאל לשמי, אין יעדער דור געפונט זיך די נשמה צווישען אונז, להחיות בהם נפש כל חי, ואטו כי רוכלא ליחשב וליזיל....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

הודעהדורך אברך משי » מאנטאג מאי 08, 2017 11:05 am

ידוע שמשמשו של הרה"ק מראפשיץ שמו היה יושע, וקראו לו "יושע בהמה", ובצדק.
עליו מסופר העובדא הנ"ל
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

הודעהדורך לך לך » מאנטאג מאי 08, 2017 12:15 pm

איינער האט געברענגט פאר'ן ברך משה זיין טאכטערס צירונג פאר'ן חתונה ער זאל עס בענטשען
האט דע ברך געפרעגט בענוות קדשו: "וועלכע ברכה מאכט מען?"...
כהאב געזעהן אין עפעס א אויסגאבע יעצט ביים יארצייט
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך יהושע חיים » מאנטאג מאי 08, 2017 6:24 pm

א איד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכבוד דער ראפשיצער רב׳ס יארצייט.
אן עגונה איז אמאל געקומען צום ראפשיצער רב אז מ׳האט געטראפען איהר מאנ׳ס קערפער אין ים, און זי וויל א היתר. האט ער איהר געפרעגט "פון וואנעט ווייסטו אז ס׳איז דיין מאן?"
"האט זי גע׳ענטפערט "ס׳הייסט? ער האט דאך געשטאמעלט"
ופרצו כל העם בצחוק. איינער האט געלאכט אביסל מער ווי די אנדערע, האט דער ראפשיצער רב איהם געזאגט "וואס איז שלעכט מיט איהר טענה?"
"וואס הייסט? דאס איז א סימן? אסאך מענטשען שטאמלען דאך"
האט דער ראפשיצער רב געזאגט "אייך וויל איך אלס גבאי"
זיעועכ"י, לחיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי אזוי האט דער גבאי געהייסן?

מען פארציילט עס אויפן גבאי יהושע בהמה
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 08, 2017 7:38 pm

ס׳איז דא נאך מעשה׳ס וויאזוי דער ראפשיצער רב האט געקליבען גבאים. זעט זיך אויס אז ס׳איז געווען מער ווי איין שיעלע בהמה. אדער האט עס איהם גענומען א שיינע פאר איינליידונגען ביז ער האט געכאפט וואס מ׳וויל פון איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך א איד » דינסטאג מאי 09, 2017 12:24 am

איך האב געוואוסט די נאמען, נאר כ'האב געוואלט ליטוואק'ן אויסלערנען די נאמען, על דרך שאלה ותשובה
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 5:30 pm

א איד האט געשריבן:איך האב געוואוסט די נאמען, נאר כ'האב געוואלט ליטוואק'ן אויסלערנען די נאמען, על דרך שאלה ותשובה

איך האב אלס געהערט די פאלגענדע מעשה ארום דאס ארויפנעמען שיעלע בהמה אלס גבאי
viewtopic.php?p=239836#p239836

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 25, 2017 12:29 pm

איך האב די וואך געהערט א גוט ווארט ביי א שיעור אויף פרקי אבות.

אין פרקי אבות פרק חמישי, משנה י"ט...

מה בין תלמידיו של אברהם אבינו, לתלמידיו של בלעם הרשע...

איז שווער... פארוואס פרעגט נישט די משנה, מה בין אברהם אבינו לבלעם? פארוואס פרעגט די משנה אויף די תלמידים?

האט געזאגט דער ראפשיצער רב, ז''ל... ווייל בלעם האט אוסעזעהן ווי א רבי, פונקט ווי אברהם אבינו, ער איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל, בעקיטשע, זילבערנע שטעקן מיט א גרויסען פעלץ, אז מען האב איהם אנגעקוקט האט מען געמיינט אז מען קוקט אויף א אמת'ר רבי א צדיק... מען דארף קוקען אויף די תלמידים צו זעהן און אויסגעפונען ווער "באמת" דער רבי איז
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 15, 2017 8:11 am

איינער פלעגט קומען יערליך פון א"י נאך געלט פאר א מוסד, און ווען ער פלעגט גיין צום סאטמארער רב זצ"ל, פלעגט ער באקומען א טויזענטער.

לימים, איז נתברר געווארען אז יענע מוסד האט אנגעהויבען נעמען געלט פון דער מדינה. קומענדיגע מאל, ביים אריינגיין צום סאטמארער רב, האט ער איהם נאר געגעבן 950.

ר' יוסל האט איהם געפרעגט וואס איז דא געשען. האט איהם דער רבי געזאגט: "דעם מוסד וויל איך שוין נישט שטיצען, אבער דער משולח דארף נאך זיין חלק".
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 05, 2017 9:38 am

ביים הנחת אבן הפנה פון ישיבת בית יוסף נאוואהרדאק בני ברק, וואס די בנין איז נתנדב געווארען דורך ר׳ קלמן בלס ז"ל, האט איינער זיך געווערטעלט צו איהם אז קלמ"ן איז ראשי תיבות 'כזבנו לצנו מרדנו נאצנו', ווייל בת ק' כבת כ'. דער חזו"א האט דאס אונטערגעהערט און ער האט חושד געווען אז דער נדבן איז געטשעפעט געווארען, האט ער געזאגט 'קלמ"ן ר"ת נ'׳דב מ'גרש ל'׳ישיבה ק'דושה'.

(ארחות רבינו ח"ה דף קפ"ו)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:46 pm

פעם אחת נסעו יחדיו ברכבת ה'אמרי אמת' מגור וה'חפץ חיים'.

בכל תחנה המתינו על הרציף יהודים למאות ולאלפים, שבאו לראות את פניהם של שני הצדיקים. הרבי מגור קם ממקומו, התייצב ליד החלון, הושיט את ידו לקהל ובירך אותם. לעומתו, ה'חפץ חיים' נשאר במקומו.

פנה אליו הרבי מגור: "הלוא הציבור שהתאסף כאן לא בא רק לכבודי, אלא גם לכבודכם!".

השיב ה'חפץ חיים': "בשמים מנכים לאדם מזכויותיו על הכבוד שקיבל בעולם הזה".

הגיב ה'אמרי אמת': "כדי לשמח יהודים כדאי להפסיד חלק מהעולם הבא!".

קם מיד ה'חפץ חיים' ממקומו ואמר: "מצווה לשמוע דברי חכמים". עמד ליד החלון ודאג שכל הקהל יוכל לראותו.
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 07, 2018 12:18 pm

א. ווען דער אמרי אמת האט איבערגענומען, האט ער געטוישט די סדר און געמאכט אז מ׳זאל דאווענען בזמנו וכו׳. די זקני החסידים זענען געקומען מיט טענות, ווען וועט מ׳קענען מכין\מוחין זיין פאר׳ן דאווענען? האט דער רבי געזאגט "וואס דארף מען עקסטער מוחין זיין און מכין זיין, מאך זיי ביידע אינאיינעם".

ב. הרב אביש׳ל פראנפורטער זי"ע איז אמאל געווען א מוהל ווען דער סנדק איז געווען א גראבען ע"ה. ביים זיך איינבייגען צו מאכען מציצה, האט דער סנדק געזאגט "זעסט, דער רב בוקט זיך פאר מיר". האט ר׳ אביש׳ל געזאגט "וישתחו אברהם לפני עם הארץ". פון דא.

ג. די צוויי איידעמער פון דער מיטעלע ליובאוויטשער רבי, דער צמח צדק מיט דער טשערקאסער, האבען אמאל געהערט ווי א איד זאגט צו זיך "איך האב געפאסט ווי עס דארף צו זיין, און אליהו הנביא איז נישט געקומען. עפעס שטימט ניט דא".
זענען זיי ארויף אין בוידעם מיט א פאס וואסער, און זיי האבען עס אראפגעגאסען אויף איהם, זאגענדיג הויך 'טהור טהור'. און אזוי איז ביי יענעם פארענטפערט געווארען די קשיא. פון דא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך מערץ 07, 2018 6:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל

הודעהדורך newkave » מיטוואך מערץ 07, 2018 3:01 pm

ביטע שרייב מקורות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך newkave אום מיטוואך מערץ 07, 2018 7:24 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך מערץ 07, 2018 7:16 pm

מען זאגט נאך פון צדיקים א ראי' אז המן איז געוועהן א רשע...

ווייל, המן איז ןןאו מען ווייסט געווען א חכם, אבער וואס האט ער געטראכט? ל"ע הרג'נן אלע אידן אין איין טאג? וואס איז ער משוגע געווארען? שטעלט אייך פאר ווען היטלר ימ"ש וואלט ווען געוואלט הרג'נן אלע 6 מיליון אין איין טאג, עס איז דאך אומעגליך...

נאר באמת האט המן געוויסט אז ער וועט נישט אויספירען נאר ער האט אויך געוויסט אז מיר אידן וועלען מאכען א יום טוב אויף איהם, ער האט אבער נישט געקענט פארגינען נאך א זיבען טעג יום טוב, האט ער עס געמאכט איין טאג, אז ווען מען גייט מאכען א יום טוב אויף זיין בארד וועט עס נאר זיין איין טאג
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 12, 2018 10:05 pm

איינער פון די בארימע רבנים אין די ליטא איז אמאל אין א קיהלן, זומער'דיגן טאג געגאנגען אנגעטון א מאנטל. איז פונקט דארט אדורכגעגאנגען א לץ. און ער רופט זיך אן צום רב..."חמרא בתקופת תמוז קרירא לי'"...מיינענדיג צו זאגן אז דער רב איז (ח"ו) א חמור...! רופטציך אן דער רב צו איהם . אין אמת'ן ביסטו דער חמור. ווייל ס'מאכט זיך א קאלטער טאג. און א מענטש טוט זיך אן א מאנטל. אבער א חמור שעהמט זיך. און ער בלייבט קאלט...!

אמאל איז געווען א מנהג אז דער עולם האט ערב יוכ"פ געברענגט געלט פאר'ן רב. ס'האט געהייסן ..."כפרה געלט"...! קומט אמאל אריין אן עם הארץ צום רב אום עיוכ"פ. און ער געט דעם רב א פינעווער (קליינגעלט) און ער זאגט ..."רבי...זייט מיין כפרה"...האט איהם דער רב געענטפערט...וואס דארפסטו מיר געבן דעם פינעווער און איך זאלל זיין דיין כפרה. האלט דו דעם פינעווער. און זיי דו מיין כפרה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8283 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 13, 2018 1:58 am

א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:מען זאגט נאך פון צדיקים א ראי' אז המן איז געוועהן א רשע...

ווייל, המן איז ןןאו מען ווייסט געווען א חכם, אבער וואס האט ער געטראכט? ל"ע הרג'נן אלע אידן אין איין טאג? וואס איז ער משוגע געווארען? שטעלט אייך פאר ווען היטלר ימ"ש וואלט ווען געוואלט הרג'נן אלע 6 מיליון אין איין טאג, עס איז דאך אומעגליך...

נאר באמת האט המן געוויסט אז ער וועט נישט אויספירען נאר ער האט אויך געוויסט אז מיר אידן וועלען מאכען א יום טוב אויף איהם, ער האט אבער נישט געקענט פארגינען נאך א זיבען טעג יום טוב, האט ער עס געמאכט איין טאג, אז ווען מען גייט מאכען א יום טוב אויף זיין בארד וועט עס נאר זיין איין טאג

יעך האב געהערט, אזוי,
אין א שטעטעלע איז געוועהן א יודעלע וואס פלעגט זיך אנטרונקען שוין פון ראש-חודש-אדר.
האט מען איהם געפרעגט פון וואנעט נעמט זיך דאס מנהג, דבשלמא ביום הפורים שטטיט דאך חייב איניש וכו' אבער פון ראש חודש מהיכי-תיתי?
האט דער יודעלע געענטפערט, וואס איז געוועהן המן'ס געדאנק אויס-צו-הרג'נען אלע יודען אין איין טאג?
ווייל ער האט מורא געהאט אז ער וועט האבן א מפלה און די יודען וועלן מאכן א יו"ט, און ער האט נישט פארגינט פאר די יידען א גאנצער חודש א יו"ט.
און איך ווייס דאך יא המן-הרשע'ס געדאנק, דארף איך דאך א וודאי חג'ן און האליען דעם גאנצן חודש אדר.
ודפח"ח ודפט"ט. (קרעדיט: @געוואלדיג)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 505 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך אפריל 18, 2018 8:52 pm

דער הייליגער בארדיצ'ווער, ר' לוי יצחק בן שרה סאשה איז אמאהל געגאנאנגען אויפון גאס מיט אפאר חסידים.

אין מיט'ן גיבט ער זיך א רוף אן...

איד'ן, עס ווייסט וואס איך וואלט ווען געטוהן אויב איך וואלט ווען געוועהן דער באשעפער?

אלע האבן אנגעפאנגען פרעגען נייגעריג, וואס? וואס?

רופט זיך אן דער צדיק... גארנישט אנדערער ווי יעצט, וואס מיינען ענק ? איך בין עפעס קלוגער פון דער באשעפער?
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:27 am

איך האב געהערט א גוט ווארט בשם דער בית הלוי ז"ל

שלמה המלך זאגט אין משלי, (משלי כז · יט)... כמים הפנים לפנים, כן לב האדם לאדם... דאס מיינט ווי אזוי מען פירט זיך אויף מיט א צווייטען, פירט ער זיך אויף מיט דיר.

איז שווער, פארוואס זעהט מען אז די גוים האבען פיינט אידן מער ווי אידן האבן פיינט גוים? אויב דער מאמר... איז אמת דארף עס זיין פונקט די זעלבע?

זאגט דער בית הלוי, ז"ל, באמת האט איעדער איד א שטיקל גוי אין זיך, איינער האט 5 פראצענט איינער האט 4 פראצענט איינער האט נעבעך 10. איז דער פראצענט גוי האט ער נישט פיינט, ווייל דער חלק איז דאך גוי, דער איבריגער איז ער דאך א איד. איז דער וואס האט לאמיר זאגען 5 פראצענט האט נאר פיינט דער גוי 95 פראצענט.

מש"כ דער גוי, האט נישט אפי' קיין איין חלק איד אויך נישט, איז זיין שנאה צום איד אינגאנצען. 100 פראצענט
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:39 am

דער באוואוסטער ראש ישיבה האט געבעטן א ריעל עסטעיט בראוקער זאל איהם פארשאפן א דירה העכער איצקאוויטש שטיבלאך. לתדהמתו ענה לו, "איך וויל אז אויף מיין לעטערהעד זאל שטיין 'הרב שך #2'.

עוד מעשה שהיה. ביי די 'עצרת המילליאן' אין אדר תשע"ד האט די ראש הישיבה הידוע זיך ביטערליך צעוויינט, לשאלת תלמידיו ענה "ס'געווען יזכיר לו יום המיתה". ודפח"ח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג אפריל 24, 2018 12:13 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2360
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:47 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:[אה... וויפיהל קליפה אין א מתנגדישע 'איהר'...]


זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער די חבדסקע זענען גאאאאאאאאאאארנישט בעסער אין דעם.

וויפיל קליפה ליגט אין א חב"דסקע 'אָונז'. ווי האט נאר יענע חב"דסקער געזאגט, "ביי אָונז אין חב"ד האט מען געהאט ביטול היש". ודפח"ח.

וידוע אז א פראק איז אזויווי א אמבולאנס, ס'איז אפן פון הינטן און אינעוויניג ליגט א חולה. ובנוסח אחרת: א פראק איז אזויווי א גארבידש טראק, ס'איז אפן פון הינטן און אינעווייניג איז א שטיק גארבידש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג אפריל 24, 2018 1:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2360
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט