... והמסתעף

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

... והמסתעף

שליחה דורך יואב »

וואס עפעס טראגט אזא גרויסער פראצענט פון היימישן עולם ברילן? א שאלה וואס פייניגט דעם כלל שוין פאר שווערע צענדליגער יארן ולה אין פותר. יעדע סארט טעאריע איז שוין אויפגעברענגט געווארן, אפגעפרעגט און נאכאמאל גענומען געווארן אין באטראכט — ועדיין הקשיא במקומה עומדת.

אמביציעזע וויסנשאפטלער האבן זיך אריינגעלאזט אין דעם פעלד אנטשלאסן צו ענטשיידן די דאזיגע מיסטעריע איינמאל פאר אלעמאל. יגעת ומצאת דאס האט דאך די גמרא געוואוסט שוין א סך פריער פון די סייענטיסטן, והנה, מ'איז דערגאנגען דעם סוד.

הארצלאזע טאטעס, שטרענגע מאמעס, בייזע משגיחים, שלאף רויבער און מענטשן-פרעסער וואס פארניכטן דאס נעימות'דיגע פינסטערניש מיט א סאדיזם וואס לאזט זיך נישט באשרייבן אויף פאפיר. פון יעדן מעגליכן מעטאד אדער פראקטיש מיטל המקובל בידנו שיהא הוא מעורר את השחר, האבן זיי אדאפטירט דוקא יענע מערדערליכע שטראלן וואס לעכערט אויגן, א טייוולאניש אור וואס כרים וכסתות אפילו פון דיקסטן מאטעריאל שטייען קעגן זיין גהינומ'ישער קראפט הילפסלאז.

האט דער מילקשעיקער געטייטש: "העיני האנשים ההם תנקר", אין יענעם גורל'דיגן פארטאגס ווען משה רבינו האט זיך געלאזט אין גאנג צו וועקן די ווידערשפעניגע בני אליאב, ער האט זיי, ווי ס'פאסט זיך פאר אזא צדיק געוועקט איידל, מיט הכנעה און פריינטלייכקייט געקלאפט אויף דער טיר, אזא קול דודי דופק, האבן זיי אבער, די רשעים, געענטפערט משה'ן מיט עזות און שפאט: אפילו אז דו וועסט ר"ל אנצונדן ס'לעקטער, "לא נעלה" — פון בעט וועלן מיר זיך נישט הייבן פאר סיי וועלכן פרייז. עפ"ל.

***
א נארוואס-פארעפענטליכער באריכט איבער מסור-קעצלריי טוט בלויז באשטעטיגן עפעס וואס דער שרייבער פון די שורות האט שוין וואויל געוואוסט נאך אלס קינד.

אין רוב רעקארדירטע פעלער — לויטעט דער באריכט —  איז עס נישט דאס דורכשניטליכע קינד וואס וועט שטיין אין שפיץ פון דעם שאנדפולן אקט.

שאנסן זענען אז דער מסור געהערט צו דער עליטע. א געביגלט אינגל, א קליין שמעקעדיג משה-גרויס אזא וואס איבער זיינע פיאות איז א פלעשל דיפעטי-דא פארלאפן און זיי געמאכט קריספי, קלעבעדיג און גליטשיג אויפאמאל. ידידי הרב [tag]קאווע טרינקע[/tag]ר וואלט א שטייגער אויסגעגאנגען פאר זיינע שיינע און טייערע קליידונג; איך — פאר זיינע ריסעס פעקלעך. זיין גאנצע אנוועזנהייט צעזייט קנאה אין דער לופט, יעדער חלומ'ט פון זיין זיין חבר — ס'ליגט אבער אויסשליסליך אין יענעמ'ס הענט צו באשטעטיגן אדער אפזאגן די פריינטשאפט. נאך דעם וואס דער יעניגער האט אפגעשייגעצט את שלו, טראגט ער אריין א מסירה אויף יענעם.

דער אומבא'חנ'טער בארבארדלטער כולל-דראפאויט, דער איבערוואגיגער צעקראכענער מלמד וועלכער איז א האלבער חשוד אויף מאלעסטאציע און א מעגא מחילה-לעקער וואס קריכט אויף אלע פיר נאך עלטערן וועלכע פארמאגן אפאר דאללער, נעמט אפ דאס פעקל מסירות מיט א ברייט שמייכל. ער נאגט אריין די קאווע פון צווישן די וואנצעס אין מויל, רייבט איין האנט אין דער אנדערער — עפעס אזא ריח בשייכות צו א גוף נקי שלאגט זיך דערפון. ווי נאר ער נעמט אפיר דעם פארקער-פען גייען די חפירות אין האריגן אויער אריין אין פולן שוואונג. דאס איז אין אמת'ן א טעגליכע אקטיוויטעט, נאר בכדי צו קענען בעסער דערהערן די רכילות גראבט ער דאסמאל ביתר עז.

"איין רגע, שטייטלעך, שטייטלעך. זאג נאכאמאל איבער קלאר, הויך און שטייט. יואב האט געמאכט פאקסן מיט זיינע פינגער אין נאז אין בעק פון מיר, נו, און האט נאכדעם וואס? איך הער נישט. ארויסגעשטעקט זיין צונג? נו, און וואס נאך? געזאגט אז ווער איז א פערד? ניין? ער האט יא געזאגט אדער נישט געזאגט? אויף וועמען דען האט ער געזאגט, דעם מנהל? אהא! דאס איז געווען ווען מ'איז ארויס אדער ווען מ'איז צוריק אריין? נו, און וואס נאך? אז ווער? איך הער נישט, רעד העכער. נו, אז וואס?"

דער מלמד האפט אז דורכ'ן אויסטיילן צרות פאר די וועלכע זענען אונטערגעווארפן זיין גאט-געשאנקענעם אויטאריטעט, וועט דאס רייכע קינד, לאמיר אים רופן מיני-יואלי, זיין א מליץ יושר ווען ס'קומט צום ענוועלאופ וועלכן מ'וועט אריינשטופן אינעם פענסי שלאועכמאנעס.

“רבי, פארוואס טאר איך נישט און מיני-יואלי מעג יא?“

— מיני יואלי טאר אויך נישט. נאר יעצט האב איך פונקט דיך געפאקט, מילא וועסטו כאפן. אזא מזל האסטו — זעט אויס דו דארפסט בעסער מתפלל זיין.

"דער רבי פארלייגט זיך אייביג אויף מיר, און..."

— שוין ווייטער ביסטו א מחוצף? יעצט העסטע כאפן דאפעלט.

דאס איז אלץ מסור-קאץ נומער איינס. מסור-קאץ נומער צוויי געהערט גענצליך צום אנדער עקסטרעם.

א סעמי-בנש"ק מיט א ראציג נעזל, איין הענטל פון גלעזער פעלט אים, דאס אנדערע ליגט פארוויקלט אין סקאטשטעיפ. שטיקער פרישטאג ליגט אים נאך אין געגנווארג פון מויל, א מכת ערוב פון שפיגל-איי, אוועקאדא און פון נאך עפעס וואס באזירט אויף דעם גערוך שיינט דאס צו זיין טאמאטא-דיפ אדער עפעס קנאבל-עפיליעטעט. אן אויסגעדריבלט פארפוילט ציצית הענגט מיט ייאוש פון זיין דריי-א-פערטל פארמאכטן זיפפער; די יארמולקע וואס ער האט גע'גנב'ט פונעם בר-יוכני שלינגט איין זיין שמאל-און-לאנגען קאפ — עטליכע דיקע פינגער קענען רואיג אריינגיין אין דעם הינטערשטן חלל. וואס טראגט דאס אומבא'טעמ'טקייט צו א פרישן שטאפל איז דאס איינצעלע העקל אויף זיין הינטערשטער שלייקע. עפעס האט דאס היינט אזוי שלומפעריש אריינגעביסן אין ס'הויזן אזש טערעטאריע אנבאלאנגט דעם בודשי ליגט פארכאפט צווישן ס'קרומע ציינדלעך און איז גלוי לכל.

"רבי, יואב האט געזאגט א מיאוס ווארט".

— נאה, וואס האט ער שוין ווייטער געזאגט? ס'אייביג די זעלבע צוויי דריי אינגלעך וועלכע מאכן מיר תמיד פראבלעמען.

"איך ווייס נישט צי איך מעג דאס ארויסזאגן."

— פאר א רבי מעג מען זאגן.

"עם, עם, עם ס'הייבט זיך אן מיט א בי"ת."

—  נו, האב נישט מורא, זאג. וואס האט ער געזאגט, בעלי-באטען?

"ניין."

— נאר וואס? נו, פאר א רבי נישט מ'מעג זאגן, נאר מ'דארף זאגן. ס'איז א חיוב. שעם דיך נישט, נו, זאג דאס ווארט וואס ער האט געזאגט.

"בודשי!"

די סיבה צו די מסירות איז צווייפאכיג: קודם כל פארכט ער פון דעם "ואם לא יגיד ונשא עוונו" —  די שרעק-ווארפנדע דרשה פון מנהל ליגט אים נאך אין די ביינער. און אז ס'האנדלט זיך פון נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר יענעמ'ס מעשים תעתועים, ווען דען, אויב נישט יעצט זאל ער זיך וועלן אפשאקלען פונעם ערבות. צוליב ניבול פה ווייסט ער דאך אז יונקי שדים שלא חטאו ווערן קאלטבלוטיג דערמארדעט, מ'הייצט דעם גיהנום, און נאך א טוץ נורא-ואוימ'דיגע שטראפן וואס קומט אלץ דערפאר.

נאך א סיבה פארוואס ער קעצלט: היות חברים האט ער נישט, זוכט ער פינסטערע מיטלען וויאזוי אנצוקניפן באציאונגען מיט עמיצן, זאל זיין מיט'ן טייוול אליינס.

דער מלמד פארשטייט זיך זיין וועלטל, ס'שמעקט אים קנאפ א רילעישאנשיפ מיט דעם צעשלימפערטן הויזן-טראגער. ער כשלעצמו האלט זיך בכלל נישט צוריק פון רודפ'ן דאס קינד — סיידן אויב ברענגט יענער אריין די נויטיגע מסירות, דאן קען ער האבן נוצן פון אים. ער וועט זיך אויך צוריקהאלטן פון טשעפען אין יענער פרומער מינוט אין יאר ווען ער נעמט זיך שילדערן פאר די קינדער ערשטהאנטיגע דראמאטישע מעשיות פון מענטשן וועלכע האבן אלס קינד געטשעפט א צווייטן, און יעצט קומען זיי אפ אויף דער וועלט מיט איוב-סטיל צרות. זיי זענען גרייט אלץ אין דער וועלט צו טון אבי יענער זאל זיי ארויסזאגן די צוויי ווערטער "מחל לך". יענער ווידער וויל נישט, וויל יא אבער ס'העלפט נישט, זאגט אז ס'איז נישט אים וועם מ'ברויך בעטן מחילה, לעבט שוין נישט, לעבט יא אבער איז געווארן א פרוי.

פארוואס טאקע האט דער תלוש נישט קיין חברים? אה! ערשטנס ווייל ער מסר'ט — וואס איז געווען ערשט, דאס הינדל אדער איי?

סיבה נומער צוויי איז ווייל ער גייט אנגעטאן ווי א חזיר, חוזר ומחוסר. און דריטנס? איך ווייס טאקע נישט. כ'האב טאקע רחמנות אויף אים. למעשה ארבעט עפעס נישט א פריינדשאפט מיט אים. כ'האב פראבירט, האלב פאר גוטסקייט, האלב ווייל אין אמת'ן נייטיג איך מיך אויך דרינגנד אין א חבר און געקלערט אולי וועט מען עפעס קענען ארויסקוועטשן — איט דידנט ווארק פאר וואטעווער ריזען. נעקסט קעיס.

***
וועד למשמרת דיוקנא-קדישא האט פארעפענטליכט רעזולטאטן פון אן אויספרעג וואס זיי האבן דורכגעפירט צווישן אנ"ש מיט פיר-קאנטיגע בערד אין דער יארגאנג פון פערציג ביז אכציג. א שאקירנדער צוויי און זיבעציג פראצענט האבן מודה געווען אז דער סוד פון דעם שארפן קעסטל איז נישט מער ווי א חמצ'דיג מצה-באקס. ס'טייטש איידער מ'נעמט זיך אונטערצוהאקן די ווילד-געוואקסענע כנפות שטעלט מען אויף זיי ארויף דאס ליידיגע באקסל ס'זאל דינען אלס א מאלד, אזוי אז נאך דעם שניט קומט ס'בארד ארויס אפילו מער קעסטלדיג ווי א סקווער זעלבסט — הענט וועלכע קומען אין בארירונג מיט די דאזיגע שארפע עקן קענען זען אזש בלוט. אנדערע וואס זייערס א צעפלאכטענעם בעזעם גייט צוליב דער ברייטקייט נישט אריין אין ענגען מצה-באקס, האבן אנגעוויזן אויף דעם קארן-פלעיקס באקס אלס בעסטן מעטאד און מערסט-פארלעסליך געצייג.

***
אן אקאדעמישע פארשט גרופע וואס האט זיך אריינגעלאזט אין דער ארבעט פון שטודירן משלים האט געפינען אז אפגעזען די צייט, דאס לאנד, דעם ספר אדער מחזור אין וואס דער משל איז זיך פארלאפן, ווען ס'קומט צו מלכים איז דער אויסגאנג ממש אייביג אראפגעקומען צום פאלגנדן סצענאר: מלכים — אנדערש ווי דער המון — האבן געהאט בלויז איין קינד.

אויב האט דאס קינד געהערט דעם מענליכן מין, דאן האט זיך דאס לכולו עלמא געהאט פארזינדיגט. צי דער קעניג האט דאן דאס קינד פארשיקט פון זיין פאלאץ, אדער ס'איז אליינס אנטלאפן, דאס איז שוין א מחלוקת הפוסקים. וואס אלע וועלן אבער מודה זיין איז אז דאס קינד האט זיך ערשט געדרייט אין פאלאץ, און איז דערנאך מער נישט דארט געווען. וואו יא? זיך גע'חבר'ט מיט שלעכטע חברים, פויערן, בעלי עבירה, נידריגע עלעמענטן און שמוציגע לייט וואס צווישן זייערע הויפט פריאריטעטן איז געווען צו באוועגן דאס קינד ער זאל זיך דערווייטערן פון זיין פאטער. די פראצעדור האט מתחילה געזאלט צוגיין נייטראל, אבער אז ס'האט אויסגעפעלט האבן זיי, די רשעים, נישט געטון זשאלעווען העץ-רייד אויף זיין פאטער, דעם גרויסן קעניג.

די רעאקציע מצד דעם קינד ווענד זיך ווייטער פון וועלכן קעניג מ'רעדט. ביי איינעם האט דאס געהאט גוטע באציאונגען מיט די שרים, אזוי ארום האבן זיי מיט זייערע נאנטשאפטן און קאנטאקטן צום קעניג באוויזן דאס קינד ארויסצושלעפן פון פלאנטער איין מאל, צוויי מאל צי אפילו דריי מאל. ביי א צווייטן ווידער האט זיך דאס קינד פארבענקט, נאר אנדערש ווי ביי דעם ערשטן, האט ער נישט געוואוסט וויאזוי צוריק זיך צו דערנענטערן צום פאטער. בא הכתוב השלישי, ער איז שוין געווען אזוי טיף פארזונקען אין דער בלאטע, ס'איז אים שוין אזש פארגאנגען דעם אפעטיט צוריקצוקערן זיך אהיים.

פונקטליך וואס האט פאסירט ווייטער איז די פאזע וואס איז דאס מערסטע פארנעפלט, וואס איז איינמאל זיכער איז אז דער קעניג האט געגארט דאס קינד זאל פאלן צו זיינע פיס און בעטן מחילה — דער בן-מלך ווידער, הממממ.

דאס איז אלץ אויב דער קעניג האט זוכה געווען צו א בן זכר. אויב איז דאס קינד אבער געווען א מיידל, דאן כולו עלמא לא פליגי. יעדער איז מודה אז דאס קינד איז געווען טאלאנטפול ביז גאר. די וועלט האט גע'שמ'ט מיט איר קלוגקייט, איר חן, שיינקייט און גרויס בינטל מעלות האט עפעס ווי אריינגעפאסט בלויז אין א משל. זי איז געווען דאס שווארץ-אפעל פון קעניג'ס אויג. פון אלע זייטן וועלט איז מען געקומען כאפן א בליק — יעדער האט איר באוואונדערט.

א משל אן קיין פראבלעם קען דאך קיין נמשל נישט געפינען, מילא האט זיך אנגערוקט א פראבלעם. דער פראבלעם האט געקענט זיין איינער פון די צוויי: ווי שאפט זיך עפעס דעם באשערטן, דעם יעניגן בחור וואס פאסט זיך אריין צום דאזיגן שידוך; די בת יחידה איז קראנק, די בעסטע דאקטוירים פון ארום דער גארער וועלט קומען היילן, מ'קען נישט אידענטיפעצירן די מחלה, מ'קען יא נאר ס'איז א זעלטענע, ס'איז נישט קיין זעלטענע אבער א טויטליכע, די טאכטער רעאגירט נישט, רעאגירט יא אבער איז אויסגעדארט, איז נישט אויסגעדארט אבער פארלוירן דאס גאנצע שיינקייט, איז נאך אלץ שיין אבער דער קעניג איז דעפפרעסט — און מיטאמאל באווייזט זיך דער שפאנענדיגער נמשל איינגעהילט אין א טלית מיט א פעקל טישוס אין דער זייט.

***
דער צווייטער טאנץ ביי היימישע חתונות האט געזען א דראסטישע העכערונג אין איבעררייסונגען פון זעקסטן הקפה — לויט א לעצטן פן-ירבה באריכט מיט דאטא געזאמלט פון די לעצטע פינף יאר. ס'איז נישט באקאנט אויב דאס איז דער רעזולטאט פון א ויקם מלך חדש לויט דעם ערשטן פשט, נישט ממש אז דער אלטער הימל-פליער איז שוין גענצליך אפגעפלויגן, נאר פשוט ליתר שאת ולהגדיל הקרעפלעך האט א פרישער טראנספארט פארגלייזטע אייגעלעך זיך אראפגעלאזט במחננו. או יאמר שנתחדשה גזירותיו. ס'האנדלט זיך פון זעלבן שטיקל סטראקעס, נאר ווי קען מען אפטאנצן דאס טענצל פריער אדער שפעטער, און דערלויבן דעם חתן זיך צו פרייען מיט זיינע חברים; ווי קען מען צולאזן דיסקאו, טריפה'נע ניגונים פונעם "גוי" שפילן אין דער זעלבער צייט וואס א דעלעגאציע מיט זיידעס פון גן עדן זענען אנוועזנד.

אני כשלעצמי קלער אז אלו ואלו דברי אמת. עפעס א סתירה? ס'איז צוגעקומען נייע און די אלטע זענען געווארן ערגער.

דער אשכול איז מיוחד פאר אינטערסאנטע שטודיעס, באריכטן, ... והמסתעף. דער עולם זאל מוסיף זיין, וכל המוסיף מוסיפין לו לייקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר