שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

הודעהדורך פאלקמאן » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 8:40 am

נאכ'ן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט הרב מאיר שיללער פאר'ן וועקער פארשטיי איך אז ס'איז וויכטיג צו געבן א פלאטפארם פאר די ליינער וואו צו שרייבן הערות והארות אויפ'ן אינטערוויו. אלזא באגריס איך דעם קאווע שטיבל אלס א אידישער פאלקסמאן, איך וועל בלי נדר עפענען אן אשכול איבער דער טעמע פונעם אינטערוויו און פון דארט און ווייטער וועט זיך שוין פירן ווי ס'איז.
פאלקמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 5:38 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך ידעתי ידעתי » מיטוואך אפריל 04, 2018 11:13 am

איך בין א חסידישע ייד [גליציאנער אין שורש] וואס וואוינט היינט צים טאג אין ארץ הקדושה ארץ ישראל.
אזוי וי פארט מיין באקגראונד איז אין אמריקע, פעלט מיר אויס אביסל "אנשים כערכי" אין מיין געזעלשאפט, צו שמיעסן גישמאק אריבער פירן גידאנקען, הערן פארשידינע דעות אין סברות, מיט דעם אלטן יידישן טעם, לויט וי איך האב פארשטאנען איז דא דער ריכטיגע פלאץ צי דער צי, דהיינו פיינע אויף געקלערטע מענשטשן בראוד מיינדעד פערסאנס, א.א.וו.
ידעתי ידעתי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 04, 2018 11:07 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך שלום1234 » זונטאג אפריל 08, 2018 3:38 pm

איך בין א חסיד אבער האב ליב צוזעהן וואס סטון זיך אוף די אנדערע זייט...Like news Jewish articles and discussions
אידישע ארטיקלעןאון צימעס לעבט אויף דעם כלל ישראל
שלום1234
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 9:08 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך calculator » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 7:57 pm

פשוט ווייל עס איז א גיטע פלאטץ זיך אויסצליפטערען, לכתחלה געהער נישט צי קיין איין חסידות אין בדיעבד בין איך א סקולענע חסיד איך בין אלט 28, איך בין זייער א גראדע מענטש אלעס דארף ביי מיר מאכן סענס אין אויב נישט דארף איך עס ארויסזאגן.
calculator
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 8:04 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך טראק דרייווער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 7:58 pm

שוין לאנג געהערט / געזעהן פון קאווע שטיבל אבער לעצטענס האב איך מיר שוין צופיל אנגעהאנקעט מיט זיי האב איך מחליט געווען צו ווערן א געהעריגע מעמעבער כהאף כהעל הנאה האבן איך בין 25 יאר אלט א סאטמארע חסיד פון קינדווייז אן איך האב ליב דעם אייבירשטען און טריי אים צו פאלגן מיט אלעס
באניצער אוואטאר
טראק דרייווער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:15 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך Graphic24 » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 7:59 pm

שלום עליכם טייערע חברים!
אצינדער טוה איך אייך דזשוינען בכדאי עס זאל נישט ח״ו זיין א קלער פון א פארלעצונג פון די ׳פרידאם אוו ספיעטש׳ געזעץ, כידוע ווען טראמפ ירום הודו האט נישט געוואלט צולאזן מאנכע אריינצורעדן אין זיין קאנטע... וואס האט פאסירט...!
איך בין אין די דרייסיגער יארן, איך האב פון מאל צומאל געוויסע רעיונות, השקפה בליצן, מיינונגען וואס איך וואלט ׳זייער׳ הנאה געהאט ווען איך קען דאס ווען מיטטיילן מיט אנדערע... דא האף איך וועט דאס זיין א געלעגהייט.. און בעז״ה וועט דאס זיין ״זה נהנה.. וזה נהנה..״
פון פאך אויס בין איך (כשמו כן הוא..) א ׳גרעפיקער׳ מיט יארן עקספעריענס און איך ׳גלייך׳ וואס איך טוה.

...אויף צום ווידער-זען בקרוב אי״ה, דערווייל ׳ענדזשוי!׳
Graphic24
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2018 10:10 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:00 pm

עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר (לעצטנס היפּש ווייניקער) וווּ איך פלעג אַראָפּ לייגן את עניי ואת יגיע כפי. נאָר היות דער עולם האָט זיך היינט אַהער איבערגעקליבן איז דער צייט אַז אויך איך מיט מיין בידנע פּעקל זאָלן זיך אויך איבערקלייבן. נישט אינגאַנצן נאָר כמנהג הצדיקים בפּאַלם ספרינג, סאַראַטאָוגע, מיאַמי ודי בכל אתר ואתר.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:11 pm

קטלא קניא האט געשריבן:עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר

שוין גארנישט קיין קטלא קניא!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 734 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 11:39 pm

קטלא קניא האט געשריבן:עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. .

באמת? איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 471
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » פרייטאג אפריל 13, 2018 7:25 am

שוכט״ס @קטלא קניא

אפשר וואלט געווען כדאי עפעס א אויטענטיקאציע, אפשר א נאטיץ אויפן ארגינעלן בלאג אז דער נייער ניק אין קאווע שטיבעל זענט איר דאס טאקע (און פילייכט בחדא מחתא ארויסגעבן די אלטע ניק/ים אייערס)
שצם_חנכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:16 am
האט שוין געלייקט: 549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

הודעהדורך Undercoverd » זונטאג אפריל 15, 2018 12:21 pm

שלום וברכה צו אלע קאווע שטיבל מיטגלידער. איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט. איך האב שטארק הנאה פונעם שטיבל. און איך וויל דשוינען די קלאוב. איך בין בערך דרייסיג יאר אלט, איך וואוין אין מאנסי.
Undercoverd
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 13, 2018 9:12 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך תורה עבודה גמח » זונטאג אפריל 15, 2018 12:22 pm

איך זיך שוין לאנג א פלאץ זיך צו אויסגעבן און פארברענגען און די פרייע צייטן אביסעלע זיך צו אויסלופטערן און אנצופילן די קאפ און ב"ה דער אייבערשטער האט מיר לעצטנס צוגעשיקט א גוטער חבר וואס האט מיר געוויזן דעם סייט און ממש איך קען מיך נישט אפטשעפענען דערפין יעצט איז שוין די צייט זיך צו אריינסיינען מיין איך צו קענען געהעריג פארברענגען מיטן עולם
תורה עבודה גמח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2018 10:53 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך מודים-דרבנן » זונטאג אפריל 15, 2018 12:23 pm

בן תורה אין אנטוורפן, כלי קודש, אוהב שלום ורודף שלום ונהנה מיגיע כפו
פראביר וויפיל איך קען מלמד זכות צי זיין אין כמעט אלע מצבים אין ווי ווייט מעגליך בעזהשי״ת
עס איז נישא אייביג אזוי פשוט אבער אז מען שטרענגט זיך אן העלפט דער אייבישטער
וחפץ ה׳ בידינו יצליח
מודים-דרבנן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2018 11:54 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך מי כנישותא » דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:04 pm

איך בין אן לאניעריגע ליינער, וואס האט הערשט יעצט גענומען די קוראזש און צייט זיך איינצושרייבן צו קענען שרייבן, רעאגירן, קאמפלימענטן און ווי אויך קריטיקירן אויב קריטיש וויכטיג.
עס איז שוין צייט ארויסצוברענגען לאור עולם, מיין מיינונג, השקפה און מחשבה.
האפענטליך וועלן אלע הנאה האבן!
מי כנישותא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:37 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך שרייבער18 » פרייטאג אפריל 27, 2018 7:43 am

איך בין א קלויזענבורגער חסיד, א שרייבער אין א היימישע פובליקאציע און בין זייער אינטערעסירט מיטצוהאלטן וואס גייט פאר אלעמאל, איך האב ליב חסידישע נייעס, היסטארישע געשעענישן און סיי וואס. אז ס'דא א היימישע פלאץ וואו מ'קען דאס טוען איז דאך עס ממש געוואלדיג. יישר כח
שרייבער18
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 1:27 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » פרייטאג אפריל 27, 2018 7:44 am

איך בין עטליכע צוואנציג יאר אלט צום גוטן. און ליינענדיג די לעצטערע שטיק צייט פילע ארטיקלען דא אויפן קאווע שטיבל האב איך געהאט כאר אסאך צוצולייגן צו געוויסע תגובות במילא וויל איך מיך איינשרייבן צו קענען געבן פארן עולם מיין אינפארמעישען וואס איך האב צו שעירן.
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 5:52 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך לעת עתה » זונטאג אפריל 29, 2018 8:10 am

מיין לעבנסגעשיכטע טוט דורכגיין עולמות ומלואה, מיר זענען ברוך השם איינקוואטירט אין די סאמע סמעטענע פון די כלל ישראל'ס געגנטעער מיט באהאווענקייט אין די אינס ענד אוטס פון אלע הינזיכטן און בין געקומען דא זיך צו באקענען דורף זיך דורכשמועסן מיט'ן עולם אין דערלעבן עפעס בעסער און ריכטיגער פון פריער.
לעת עתה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2018 7:56 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך וואס איז נייעס?! » זונטאג אפריל 29, 2018 8:32 pm

פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א מיטגליד אין קאווע שטיבל??
דאס איז דאך די געשמאקסטע פלאץ פאר אידיש שפראך באנוצער צו דזשוינען און מיטהאלטן אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט!!!
וואס איז נייעס?!
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2018 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך טראכט א מוניט » מאנטאג מאי 07, 2018 3:55 pm

איך בין ביז נישט לאנג צוריק נאך געזיצן בין כותלי הביהמ״ד אין כולל פארברענגענדיג בשבת אחים, אבער כך גזר המלך געקומען צו א מצב אז מדארף ארויסגיין ברענגן פרנסה אין שטוב .
די געשמאקע פארברענגען דאס איז זייער שווער אויפציגעבן , איך פלעג אפט באזיכן דא אבער נישט געווען א חלק פון די זאך אין די יעצטיגע מצב האב איך געפילט סאיז צייט אריין צוגיין
טראכט א מוניט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך סיקריק » מאנטאג מאי 07, 2018 3:56 pm

מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
סיקריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 04, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך ביטער ווי א גאל » מאנטאג מאי 07, 2018 3:57 pm

א געשמאקער יונגערמאן האט ךלי צו שמועסן סאיז געשמאק און בעיקר זעה איך אסאך זאכן וואס איך האלט מיט פונדערנאנט אדער וואס איך ווייס סתם אזוי מער פרטים און איך וויל צושרייבן
ביטער ווי א גאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 04, 2018 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג מאי 07, 2018 4:01 pm

שרייבער18 האט געשריבן:איך בין א קלויזענבורגער חסיד, א שרייבער אין א היימישע פובליקאציע און בין זייער אינטערעסירט מיטצוהאלטן וואס גייט פאר אלעמאל, איך האב ליב חסידישע נייעס, היסטארישע געשעענישן און סיי וואס. אז ס'דא א היימישע פלאץ וואו מ'קען דאס טוען איז דאך עס ממש געוואלדיג. יישר כח


איך זעה אז די האסט טאקע אנגעהויבן ווי א שרייבער אין קאמענטירט בנוגע וועלטליכע פאליטיק אין איראן.
כה לחי אינז דארפן א פרישקייט מיט שיינע געשריבענע נייעס אין וועלטליכע פאליטיק.
לעב אויף די פלאץ!
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1291
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 578 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 07, 2018 4:18 pm

סיקריק האט געשריבן:מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
א סקריק איז א סיקריק ווייל ער נוצט געוואלד צו צווינגען א דעה וואס ער קען נישט אויפווייזען מיט שכל. געווענדליך איז ער אויך איינער וואס פארשטייט נישט די פרטים פון א דעה, און נעמט קאמפליצירטע זאכען מיט נאר איין פארב.

זייט׳ס געזונט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7286 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך מאי 09, 2018 7:25 am

סיקריק האט געשריבן:מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
:דיסלייק:

שלום עליכם טייערע סיקריק!
גארטל דיר אונטער און הייב אן אויפווייזן
מיר ווארטן מיט געדולד.

ובדרך אגב אבאר על קריאת שם סיקריק:
בזמן שצרו את ישראל ואת בית מקדשנו ציוו חכמי אותו הדור אז מ'זאל פראבירן זיך האלטן ווי לענגער און די גבירים פון ירושלים האבן אויסגעהאלטן די שטאט.
די סיקריקים-גרופ וואס זענען געוועהן אונטער די הנהגה פון אבא-סיקרא האט נישט געשמעקט זיך צו בייגן אונטער דער צר הצורר אותם.
אבער זיי האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט ווייל ווי-נישט-ווי האבן יענטסמאהל די חכמים געפיהרט די שטאט.
האבן זיי פארברענט אלע אוצרות פון די גבירים און געטוהן נאך פעולות אנטקעגן די חכמים כדי מ'זאל מוזן גיין מלחמה האלטן קעגן די רומיים,
און דאן איז אויפגעוויזן געווארן אז זיי זענען געוועהן גערעכט, און די רבנים וואס האבן געהייסן זיך האלטן שטיל האבן געמאכט א טעות, והראיה אז למעשה האט מען געמוזט מלחמה האלטן.
די קאנסיקווענצן פון דעם כידוע איז רבי רבבות אלפי ישראל שנשחטו במיתות משונות וחרבה עירנו ונשרף בית מקדשנו.

ביי די סמ"ך יאהרן איז געוועהן א שטיקל קאמפעטישן צווישן צוויי (אדער מעהר) מודעות-קלאפער'ס אין'עם הייליגן שטאט ירושלים,
איינער פון זיי איז געוועזן פון די עקסטרעמע רעכטע און ער האט געהאט א דרוק&קלעבן געשעפט מיט'ן נאמען "מרום"
דער קעגנער (וואס איז אויכעט געוועהן דער ערשטער) האט געהייסן ישראל-אהרן-קלעצקין (א ברודער פונעם באקאנטן קלעצקין פון די מצבה געשיכטע)
פון קהילת ה'מתמידים' בעיה"ק ירושלים, וואס זיי זענען מער לינקע און האבן זיך אפגעלאזט פון די עדה-חרדית פארטיי, וואס זיין דרוקעריי האט געהייסן 'דפוס-ישר'
הכלל, 'מרום' מיט 'ישר' האבן לוחם געוועהן מלחמות חרמה איינער אנטקעגן דער אנדערער, און פארשטייטזיך אז 'מרום' האט (כדרכם הסיקריקים מזה זמן זמנם זמניהם)
באשולדיגט קלצקין מיט כל דבר אסור וואס געשעהט אין שטאט אדאנק זיינע מודעות-קלאפן, ווי צ.ב.ש. פריצות תועבה חילולי שב"ק ועוד ועוד,
און זיינע שוטים האבן געקומען מאכן פראטעסטן אנטקעגן איהם און אינאנפאנג האט ער נאך געלאכט צוזאמען מיט אלעמען, אבער נאך א פאשקעוויל און נאך א פאשקעוויל,
און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן, און ער איז אנטלאפן קיין ניו יארק, (דאכט-זיך מיר אז ער וואוינט דארטן עד היום הזה)
ער האט פארלוירן ביי יענע מאכט אבער ער האט דערוועקט דער עולם אין ארץ ישראל (עכ"פ אין ירושלים) מ'זאל אנדערקענען זייערע צביעות,
איינע פון זיינע הגדרות אויף זיי איז געוועהן דער פסוק אין תהלים: "רוממות קל בגרונם, (אבער) וחרב פפיות בידם"
אז זיי שרייען אז זיי מיינען בלויז גאט ב"ה, אבער אין האנט האלטן זיי א שווערד וואס איז שארף פון ביידע זייטן צו שניידן קעפ פון כל העומד בדרכם.
און ער האט זיי באטיטלט מיט'ן פאסיגע נאמען סיקריקים שדרכם להטיל מורא על חכמי הדור ולהזיק את כל ישראל ובלבד שיראו הכל כי דרכם תנצח.

יעצט ווילסטו מיר נאך מסביר זיין אז ס'איז נאר וועגן זיי האלטן אנדערש ווי מיר????

ניין, ס'איז וועגן זיי האלטן אז אויב זיי האלטן עפעס, האט קיינער (אבער קיינער) נישט רעכט צו האלטן אנדערש ווי זיי, און אז ער דערוואגטזיך צו האלטן אנדערש ווי זיי
איז ער א שייגעץ אן אפיקורוס און אלע אנדערע טיטלען.

אז דו האלטסט אז איך מעג האלטן אנדערש ווי דיר, ביסטו שוין א לינקער, (אפי' ביי די אהרונים איז שווער צו טרעפן אזעלכע וואס פארשטיין אז יענער מעג האבן אן אנדערע דעה)
בהצלחה לך בדרכך העקלקלה לבאר היפך המציאות,

אין קורצן:
די נאמען סיקריק איז נישט מצד וואס דו האסט אן אנדערע מיינונג ווי א צווייטן,
נאר ווייל יענעמ'ס מיינונג טרעפט נישט קיין מקום אינגאנצן נישט לשיטתך,
נישט קיין חילוק ווער איז דער בר פלוגתא, און וואס ער טענה'ט,
איינמאהל ס'איז אנדערש ווי דיין מיינונג/אידיאלאגיע/שיטה/השקפה,
אטאמאטיש רעכנטזיך דאס ווי רשעות/אפיקורסות/מינות/כפירה/התחברות לרשעים/וכדו'
אט דאס רופט מען סיקריק.
האסט באווייזן אז נישט, יו וועלקאם.

ביי.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 456 מאל

הודעהדורך זאגט גוט » מיטוואך מאי 09, 2018 7:43 am

איך פראביר צו זאגן גוטע ווערטלעך און איך האב ליב צו הערן און מענטשן האבן האנאה פון מיר איך בין א אינגעאמאן וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה און ווייסט אביסל נייעס און קען אסאך מענטשען
זאגט גוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2018 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נקודת-אמת און 3 געסט