שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:20 pm

נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:15 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
אויב קענסטו זיך אביסל אויס אין היימישע סאשיעל מידיע דארפסטו וויסן אז ביים היימישן עולם גאר א גרויסע חלק פון אזוי גערופענע פרויען זענען באמת מענער וואס ווילן אויסנוצן די אינדענטיטעט פון א פרוי פאר געוויסע צוועקן (נישט דוקא אומ-איידעלע), און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן זענען באלד חושד אן אזוי גערופענע פרוי צו זיין פאלש.

איך מיין נישט אשת חיל ווייל איך שפרונג נישט אזוי שנעל צו מסקנות, אבער דאס אז יענער אינדעטעפעצירט זיך ווי א פרוי מוז נאך נישט מיינען אז ס'איז אמת
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:49 pm

און פארוואס דארף מען זיין סקעפטיש איבער דעם? וואס גייט דיר אן וואס יענער איז באמת?
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

הודעהדורך מאיר טאקאיער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:15 pm

איך בין א יונגער מאן וואס האט ליב אויפנקייט און וויל מיטהאלטען שמועסן אויף קאווע שטיבל, איך בין נישט אונגאנצן איינשטימינג מיט אונזער סוסייעטי, און איך פיל אז איך באלאנג צו זיין א מעמבר פון קאווע שטיבל, איך בין זייער דאנקבאר פאר ענק פארן צושטעלן אזא שיינע וועבזייטל יישר כוח
מאיר טאקאיער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 5:16 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך עת לבנות » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:28 pm

איך וויל פרובירן ארויפצוברענגען וויכטעגע טעמאס וועגען עלטערע בחורים אין רעדען וועגן דעם כדי צו ברענגין א אויפמערקזאם צווישן דעם עולם איך האלט אז מרעדט נישט אסאך וועגען דעם טאקע ווייל עס איז זייער א ווייטאגליכע נושא ווי מער מ'גייט רעדן וועגן דעם אלץ מער וועט עס גרינגער מאכן
עת לבנות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:24 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך dovb » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm

I joined so that I can read about what is happening in the "yiddish" world. I enjoy reading the forums. It is of great interest to me. IWhen reading the opinions of individuals I get a better idea of what is happening in the yiddish world.
dovb
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:34 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך אנדרייער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm

איך גלייך צו לאזן הערן מיין אפיניאן אדער מיינונג און שמועסן ווען עס פעלט אויס אין סתם לאזן ווען פאקטן ווען איך ווייס אדער פארעכטען פאקטן , איך האב שוין געהאט אמאל א ניק אבער עס פארגעסן
אנדרייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:58 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך דער שטייטער הערש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:32 pm

שוין א לענגערע צייט וואס כ'האב הנאה פון קאווע שטיבל, פון אירע שיינע שרייבערס, פון די וועקער, און איצטערט פון נארוואס ארויסגעקומענער ספר "ותינוק ללמדו ספר" פונעם לעגענדארישער שרייבער קטלא קניא.
מערערע מאל וואס כ'האב געוואלט קאמענטירן, אדער אפילו באווארפן דעם עולם מיט לייקס, אבער אזוי ווי איך בין נישט דער בעסטער שרייבער, און מ'מוז זיך איינשרייבן, און נאך צולייגן פערציג ווערטער, וואס כ'פארשטיי נישט וואס עפעס פערציג?? פארוואס נישט זעקס און דרייסיג, צוויי מאל חי, אדער כמנין עפעס א שם, אדער אפשר גאר בן וכדומה. פערציג איז לעצטענס געווארן די נומ' וואס די פרויען מיט די קליינע מוחות האבן אינוואדירט, ווי פערציג זאגן שיר השירים און באקן פערציג חלות, פאר פערציג טאג נאכאנאנד און צינדן פערציג לעכט פאר פערציג טאג פאר פערציג יארצייטן, גענוג שוין מיט די פערציג משוגעת! דא אין שטיבל איז מען אויך מיטגעכאפט געווארן מיט די פערציג ווינטען?? פון בן ארבעים לבינה איז עס געווארן ארבעים לטפשות. האב איך שוין געשריבן פערציג ווערטער??
דער שטייטער הערש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:00 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך אברעימל הגראפיקאי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:33 pm

איך בין א גראפיק דיזיינער מיט א גוטע פליסיגער גוטן אידיש ווי אויך א שפרודלדיגער גוי'איש אין זיצנדיג דורך'ן טאג ביים ברעטל איז געשאפן געווארן גאר אסאך ליידיג צייט צו ליינען בלאגס אין דברים העומדים על הפרק... אין מיט'ן עסן קומט ס'אפעטיט זעהנדיג אזאכע אינהאלסטרייכע אשכולות'ער זעמער געווארן אביסל ציגעצויגן איבערצולאזן ביין מיינונג.
אברעימל הגראפיקאי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:30 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך שעפ לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:34 pm

שעפן פון קוואל און אפשר מוסיף זיין. חוץ מזה וויל איך בלייבן אנאנים. ביטע פארשטיין און פרעגט נישט מער. כבין סתם א פשוטער איד מיט קליינע השגות.

אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה. וואס ערווארט מען דא?
שעפ לעפל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:31 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך ונתנהתוקף » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:35 pm

איך בין א נייגעריגער מענטש, און האט ליב אריינצורעדן אין יעדעס נושא.

אין די פיזיקאלע קאווע שטיבל איז נישט שיין אייביג זיך אריין צו מישן אין יענעמס קאווע, אבער דא, איז עס דאך סאציאל אנגענומען פאר א נארמאלער זאך, אז ווען צוויי מענטשען האבן א טיפע דיסקוסיע, מעג א דריטער זיך אנרופען!!! איז עס דאך א תיקון גדול.

ישר כח.
ונתנהתוקף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך אגרות צפון » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:56 am

שלום עליכם! איך ליין שוין א שטיק צייט קאווע שטיבל און איך האב זייער הנאה אז עס איז נאך דא עפעס חכמה אויך די וועלט איך האב מיר געוואלט שוין פון לאנג איינשרייבן נאר היות איך האב נישט קיין צייט האב איך עס אלץ אפגעשטופט יעצט האב איך געזען איינער האט געפענט א אשכול וועגן די סדר פון זאגן פיוטים האב איך זיך נישט געקענט צוריק האלטן.
אגרות צפון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך ווערעמל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:00 am

כאב שוין געהאט אויסגעפילט די גאנצע פארום און כאב בטעות געדריקט ״ליידיג אויס דעם פארעם״.... און וואס איז געשטאנען די ערשטע מאל וויל איך נישט איבערשרייבן.
וויפיל נאך ווערטער דאף מען דא שרייבן אז סזאל אריבער גיין.
ווערעמל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט