שמעקעדיג האט געשריבן:גוגל, ביטע טראנסלעיט.
געפונען אין חומש בית יודא
אין חלום איז דאס געווען
ווען איך האב געזען
די הימלן געבויגען
צו מיינע אויגן
און נון זיינע קליידער ווייס ווי שניי
זיצט, און זיין סוויטע צוטיילט אין צוויי
אין משפט
די זכיות און די שלעכט רייד פון די באזוכער
אין קאווע שטיבל און זייערע תגובות אויסגעשמועסט
פאר אים
מ'ציילט, מ'ציילט, מ'וועגט, און ס'איז צוטיילט
בייסיגע ווערטער כלפי שמיא
ווערן דאך דארט געזאגט
מצד שני זענען פארהאן שרייבער
וואס זייערע ווערטער זענען טייער און גוט
לחלוטין
זאל מען באשטראפן די שלעכטע און זייערע שכנים
אדער פארקערט, ראטעווען די גוטע
מיט זייערע נאכשלעפער
רופט זיך אן די סנגוריא מיט א געבעט
ווי שאף אנע פאסטוך
די גרופע
איז, שטעל איבער זיי א פירער
וואס גוטס זאל ער זיי ערקלערן
פון שלעכטס
אויפן רוף פון די הייליגע מלאכים
רופן זיך אפ פיל נשמות
און זאגן, אט בין איך!
האט מען געשטעלט איין טייערע נשמה
וואס וויסנשאפט און פארבארגענישן האט זי געלערנט
אלעס
זי האט גענידערט גיך ווי א פייל
די נשמה וועלכע איז אנגעגרייט צו באלייכטן
די גלות
און אט אזוי האט זי א נאמען גענומען
שליח, כלומר צו זאגן
איך בין געשיקט געווארן
און שליח האט זיך גענומען טענה'ן
אמונה גלייכט ער, און שטויסט אפ
פארדארבענקייט
ער שטעלט זיך אוועק ווי א חתן (חסנא = פארטיידיגער) תורה
און רוימט אויס ווידערשפעניגקייט פון די מחנה
פון קאווע
ער שטעלט זיך אוועק ווי א חתן בראשית
מיט תשובות נצחות גרייט
שטענדיג
ער שטעלט זיך אוועק ווי א חתן מפטיר
ווייל ער האט גע'פטר'ט אונזער קליין וועלט'ל דא
פון שטראף
לאמיר אויפשטעלן פארן חתן א חופה
און א קידושא רבא מיט גוטע שפייזן
פיל
אין דעם טאג שמחת תורה
לאמיר אויסדרוקן אים א הערצליכן דאנק מיט אן עולם
א גרויסער
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.