שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

הודעהדורך נהירא נהיגא » זונטאג אפריל 05, 2020 5:15 pm

איך בין א מענטש מיט פיס אין עטליכע וועלטן. איך בין אויסנאם נייגעריק איבערצולעבן דעם ערפארונג פון זיך שרייבן מיט אנדערע היימישע לאנדסלייט, טרעפן חברים און ידידים אחים לדעה, און אויסבעסערן מיין אידישע שריפט קענטעניס.
נהירא נהיגא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2020 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 05, 2020 10:57 pm

נהירא נהיגא: שלום עליכם. דו ביסט אן איידעלער איד. א תלמיד חכם. און דו זאגסט אויף אן איידעלע גמרא שפראך אז דו ביסט א באס דרייווער. אדער א קאר סערוויס דרייווער. איך בין אבער א בעל עגלה . נאך פונדערהעים. איך האב א גרויסן יחוס. אונז זעמיר שוין זיבעצן (דאס לעצטע מאל האט עס געהאלטן ביי זיבן) דורות בעלי עגלות. איינער פון מיינע עלטער זיידעס איז שוין געווען א בעל עגלה נאך אין די צייטן פונ'ם מעזריטשער מגיד. ער האט געברענגט די אידן פון 4 אדער 5 קליינע שטעטלעך קיין מעזריטש אויף שבת מברכין און אנדערע שיינע שבתים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך איש פשוט » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:39 pm

איך האב אסאך געהערט וועגן דעם און איך בין אינטערסירט צו ליינען און שרייבען נושאים וואס זענען אינטערסאנט פאר היימישע אידן
איך האלט אז עס איז גאר א וויכטיגע זאך און די היינטיגע וועלט אז מען זאל קענען שרייבען דעות און מייניגען פאר היימישע אידן חזק ואמץ
איש פשוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 05, 2020 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך וואולקאן עראפציע » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:39 pm

'וואולקאן עראפציע' האלט זיך אלס שטיקל יודע ספר, פארשטייט א קאפיטל היסטאריע, האט א געפיל צו שפראך און גראמאטיק, און האט הנאה פון קלוגע מענטשן.
'וואולקאן עראפציע' שפירט זיך אביסל איינזאם, זעענדיג אז נישט אלע יצורי אנוש זענען זיינס גלייכן, דערפאר האט ער באשלאסן א זיפ צו טאן פונעם געשמאקן קאווע און זיך אביסל באקוועם מאכן אונטערן שאטן פונעם עץ הדעת. אין איינוועגס זיך לאזן הערן פון צייט צו צייט דברי חן, להנות בהם בני אדם.
וואולקאן עראפציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך להשכיל » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:40 pm

ברצוני להביע בעתי את עמקי הרגשותי ומחשבותי בעניני דת ואמונה. לדעתי, נתקל אמונתינו במשך הדורות בטפילות וטפלי טפילות. הרמב״ם, אולי היה חי, היה צועק, הרלב״ג, אולי היה חי, היה צועק, ואנו שליחתיהו קעבדינן. שינו את אמונתינו ממחשבה עילאה לעבודת אילולים, והכל בכיסוי של קדושה. מצוה להרעיש, ואסור לשתוק. ואם נציל רק נבוך אחד, מסתובב בספיקותיו יחידי, בבידוד וצער, די לנו על כל עמלינו, והיה זה שכרינו.
להשכיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך פריילאך שטענדיג!!! » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:41 pm

א איד וואס וויל זיין פריילאך שטענדיג
נו, ווי איז שייך צו ווערן פריילאך אויף א ערליכער חסידישער אויפן דורך "קאווע שטיבל"!
אה!
אז גישמאקע ווינקל
אזא גישמאקע שטיבל!
ברוך השם אז עס איז נאך דא אזעלכע ערליכע אידן וואס שטעלן צו אזא ערליכע חסידישע :קאווע שטיבבל"
אגרויסן דאנק!!!
פריילאך שטענדיג!!!
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 12, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך צפנת פענח » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:42 pm

איך בין א פרישע אינגערמאן אין די אינגע צוואנציגער יארן וואס איז זייער אינטערסירט אין היסטאריע (און פאליטיק) און איך פרוביר אויסצושארפן מיין פענע צו קענען שרייבן פראפעסניאל, איך פרוביר צו טראכטן פון מיין אייגענע קוק ווינקל אן קיין חסידות וואס זאל מיר שטופן אין סיי וואספארא דירעקציע
צפנת פענח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 16, 2020 11:34 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך שטארקע חסיד » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:42 pm

א גוטן ,מיין נאמען איז ''שטארקע חסיד'' דער נאמען האב איך אויסגעקליבן ווי צי אפצישפיגלען מיין טעגליכן הלוך ילך פון א שוואנץ.
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אינזין האבן צורת קדשו 24 שעה א טאג,גיין צו אלע טישן און זיך מיטכאפן מיט'ן רבינ'ס מנין יעדן טאג
און שוין!!!
שטארקע חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2020 12:47 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך אייזיק ק. » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:43 pm

כ׳בין נישט קיין שרייבער, פשוט א חסידישע אינגערמאן אין די צוואנציגערס וואס גלייכט צו ליינען אינטרעסאנטע טעמעס (אנבייעסט און אומצענזורירט) וועגן אידישקייט און אידישע היסטאריע. טעכנאלאגיע (פאונס (און בעיקר אייפאונס), קאמפיוטערס, עם פי 3 פלעיערס) האט אלעמאל גערעדט צו מיר. היינטיגע צייטן באנוץ איך זיך אסאך מיט עקסעל און גוגל שיעטס, און אסאך אנדערע נוצבארע טולס ווי למשל מאנדעי.קאם און פארשטייט זיך וואטסעפפ. איך באשעפטיג זיך מיט אן איקאמערס ביזנעס פאר פרנסה.
אייזיק ק.
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2020 1:56 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך נתנאל » דינסטאג אפריל 21, 2020 6:43 pm

In the last few days, I went through a lot of topics in the kava shteeble and it seemed very very interesting for me, but I'm not planning to write. I came from Monroe but I can write English better than Yiddish.
נתנאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 20, 2020 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:30 am

נתנאל: How did you servif? (er-Survive)?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2020 4:42 pm

שטארקע חסיד האט געשריבן:א גוטן ,מיין נאמען איז ''שטארקע חסיד'' דער נאמען האב איך אויסגעקליבן ווי צי אפצישפיגלען מיין טעגליכן הלוך ילך פון א שוואנץ.
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אינזין האבן צורת קדשו 24 שעה א טאג,גיין צו אלע טישן און זיך מיטכאפן מיט'ן רבינ'ס מנין יעדן טאג
און שוין!!!

אויף דיר איז געזאגט געווארן..."זכה. מלאכתו נעשית על ידי אחרים"...! ווייל לויט ווי דו לייגסט אראפ דיין סדר היום האביך מיך געזארגט ווער ס'וועט באצאללן די רענט/מארגידזש, עלעקטריק ביללס און גראסערי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך אלבערט איינשטיין » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:32 pm

מען דארף דא שרייבן פארוואס איך וויל זיין א חבר דאהיַַַ.. זייער פשוט ווי קען מען ליינען אזאנע אינטערסאנטע ארטיקלן אן קענען אריין ווארפן א ווארט ַ אדער מען לאזט זיך נישט אנרופן פארן זיך איינשרייבן ַ איז נישט קיין שאלה פארוואס איך שרייב מיר איצט איין ַ איך האף נאר אז איר וועט מיר אנעמען אין אייערע געלעזשאפט
אלבערט איינשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך חכם לב » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:32 pm

א גוטן יעדער איינער ! פרייליך צו ווערן פארט פון די קאווע שטיבל פאמיליע. איך בין א פשוטע עוורידש יונגערמאן מיט אסאך ידיעות און פארשידענע ענינים/נושאים. ליב האבונדיג זיך צו דערגרינטעווען און פארשטיין קלאר יעדע נושא און דורך טאן אלע צדדים. ליב האבען דיג צו טראכטען out of box. האפענדיג יעצט דא אוף קאווע שטיבל צו פילפאכיג פארברייטערן מיינע ידיעות
חכם לב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך עוקר הרים » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:33 pm

א גוטען חשובע חברים איך בין א חסודישע אינגערמאן. אין מיין קהלה פיל איך נישט אזוי אנגענימען דערפאר האב איך מחליט געווען צו קומען דא פארברענגען איך האף איהר זאלט הנאה האבען פון מיין צווי סענט וואס איך גיי אריינלייגען דא...
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך יוון אין די סוכה » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:34 pm

יבן אין די סוכה רעדט פאר זיך אליין.
טיילמאל אבסערוואר, שפעקיולעטער, אדער ראגירערץ
א קליין שטיינדעל אינעם גרויסען ים.
די ווייניגער מיר ווייסען, די גרינגער עס איז.
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב, פארט וויל עס יעדער איינער.
יעדער וויל זיין א מחותן.
יוון אין די סוכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 27, 2020 11:54 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך סדרן » מאנטאג אפריל 27, 2020 10:36 pm

שלום עליכם אלע נייע מעמבערס. מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 410 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך אלבערט איינשטיין » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:12 am

א גוטן לא איש דברים אנכי. ווער בין איך אריין צו רעדן דא ציווישן אזאנע הערן. אבער ווען מען וויל לאזן הערן דעם דבר השם......
ניין ערווארט נישט פון מיר השקפה. איך האב זייער ליעב צו דורך טוען נושאים אין סייענס פיזיקס און מעטאמאטיק ַ די מערסטע באליבט איז ביי מיר מאטעמאטיק. איך זעה אז דא זענען אסאך קליגער יודן. אפי' אזעלכע וואס איך קען מיר באגראבן קעגן זיי. פארדעם באנוץ איך מיר א נאמען וואס ברענגט ארויס כבוד אין רעספעקט ביי דעם שיכט. האפענטליך וועל איך האבן די פעדער אריין צו רעדן צווישן אזאנע הערן.


Sent from my SM-A105F using Tapatalk
אלבערט איינשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:13 am

עוקר הרים האט געשריבן:א גוטען חשובע חברים איך בין א חסודישע אינגערמאן. אין מיין קהלה פיל איך נישט אזוי אנגענימען דערפאר האב איך מחליט געווען צו קומען דא פארברענגען איך האף איהר זאלט הנאה האבען פון מיין צווי סענט וואס איך גיי אריינלייגען דא...

הרב עוקר הרים: מאכט נישט קיין טעות איהר זענט זייער וועלקאם. בפרט אז איהר האט מיר נאך גארנישט געטון. אבער, איך מעג פרעגן. אויב איהר זענט א חסיד'ישע יונגערמאן און איהר זענט נישט זייער וועלקאם אין אייער שול. פארוואס דאוונט איהר אין א יעקישע אדער מאדערנע שוהל...?. ס'פעהלט דען חסיד'ישע שטיבלאך און בתי מדרשות/ים אין די גאנצע וועלט...! אפילו אין מאסקווע און לענינגראד...! אפשר אין אירקוטסק אדער אין שעבויגן איז טאקע נישט דא אזא גרויסער אויסוואל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

הודעהדורך עוקר הרים » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:40 am

איך דאווען אין חסידישע בתי מדרשים נאר זיי האלטען אז איך בין א שטיקעל שייגץ איז ממילא בין איך אהער געקומען וויל איך זעה דא איז יעדע וועלקאם.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:45 am

עוקר הרים: ב"ה. נאר אזעלכע שקצים. איך האב געמיינט אז ווייל דו האסט צופיהל אריינגעפרעגט ביים שיעור..לאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

הודעהדורך במדבר » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:00 am

ששששששששששששששששש! ס'זאל זיין שטיל.

ברוכים הבאים! איך בין ''רעבע'' קאווע שטיבל. ענקער ''רעבע'' איז פונקט ווי א שפיגל, וואס הייסט? איך וועל ענק מסביר זיין, א שפיגל! וואס מ'לייגט אין פארנט, דאס שפיגלט ער אפ.
דאס זעלבע מיט ענק טייערע ניק'ערליך, אויב וועט איר שרייבן גוטע ארטיקלען און רעאקציעס, און טיילן לייק'ס מיט א ברייטקייט, וועט איר גענטפערט ווערן מיט גוטע רעאקציעס, און לייקס וועלן דעטרענקן אייערע ארטיקלעך.......אקעי דאס איז פאר היינט. יעצט עפענט אויף אייערע....

אהה ...איך האב די בעסטע ''רעבע''.
א אינטעלעקט גלייכט זיין איינזאמעקייט, ווי א מעזאכיסט דערנידערונג.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך גפן ממצרים » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:11 am

ווי באקאנט היינו צוטאגס ארויסצוקומען מיטן רייניגעם לויטערן אמת איז כמעט נישט במציאות וואס דאס גראדע איז אינטרעסאנט נאכדעם וואס די דור איר פארנומען מיטען מקיים זיין מצות מיט א שטאפלען מער ווי אונז האב מיר געזען ביי אנדערע דורות כאילו ארויס שטעלנדיג א פנים ווי אונז מיין מער עס מער ערענסט ווי אונזער פארגייערס אבער דערווייל שטעלט זיך ארויס אזא מאדנע בילד אז די געריכטגייט בלייבט כסדר פארשטעק מורא האבינדיג פון איר אייגענע שאין דאס לאזט איבער א גוואלדיגע צומישעניש פרובירנדיג קלאר צו ווערן זענען מיינע אויגען גלייך געפאלן אויף קאווע שטיבל אפשר דא יא
גפן ממצרים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך במדבר » דינסטאג אפריל 28, 2020 10:22 am

גפן ממצרים האט געשריבן:ווי באקאנט היינו צוטאגס ארויסצוקומען מיטן רייניגעם לויטערן אמת איז כמעט נישט במציאות וואס דאס גראדע איז אינטרעסאנט נאכדעם וואס די דור איר פארנומען מיטען מקיים זיין מצות מיט א שטאפלען מער ווי אונז האב מיר געזען ביי אנדערע דורות כאילו ארויס שטעלנדיג א פנים ווי אונז מיין מער עס מער ערענסט ווי אונזער פארגייערס אבער דערווייל שטעלט זיך ארויס אזא מאדנע בילד אז די געריכטגייט בלייבט כסדר פארשטעק מורא האבינדיג פון איר אייגענע שאין דאס לאזט איבער א גוואלדיגע צומישעניש פרובירנדיג קלאר צו ווערן זענען מיינע אויגען גלייך געפאלן אויף קאווע שטיבל אפשר דא יא


שלום עליכם! קים ארויס, מיט ''דיין (האלט עס פאר דיינע אויגן ''דיין'') ריינעם אמת''. און מיר (לפחות איך!) וועל/ן פראבירן אייך צו געבן א ריקן-ביין.
איך וואונטש אייך די בעסטע פון ביידע וועלטן.

[ביטע לייג מער אכט אויף גרעמאטישע כללים, אבער שרעקט אייך נישט מ'לערנט זיך מיט די צייט.]
א אינטעלעקט גלייכט זיין איינזאמעקייט, ווי א מעזאכיסט דערנידערונג.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:02 pm

במדבר האט געשריבן:ששששששששששששששששש! ס'זאל זיין שטיל.

ברוכים הבאים! איך בין ''רעבע'' קאווע שטיבל. ענקער ''רעבע'' איז פונקט ווי א שפיגל, וואס הייסט? איך וועל ענק מסביר זיין, א שפיגל! וואס מ'לייגט אין פארנט, דאס שפיגלט ער אפ.
דאס זעלבע מיט ענק טייערע ניק'ערליך, אויב וועט איר שרייבן גוטע ארטיקלען און רעאקציעס, און טיילן לייק'ס מיט א ברייטקייט, וועט איר גענטפערט ווערן מיט גוטע רעאקציעס, און לייקס וועלן דעטרענקן אייערע ארטיקלעך.......אקעי דאס איז פאר היינט. יעצט עפענט אויף אייערע....

אהה ...איך האב די בעסטע ''רעבע''.

במדבר: דו ביסט גראדע איינער פון מיינע 3 פעיוואריטס. כאטש דו ביסט נאך א ..."פנים חלשות"... איך מיין א פנים חדשות...! איך האב זייער שטארק ליעב דיין שכל הישר. און דער אופן וויאזוי דו לייקסט. ביד רחבה ורוח נדיבה. און דו רופסט דיך אן ווארעם לכל
דבר שבקדושה. נישט אזוי ווי עטליכע (אלט געזעסענע) ניקס דא וועלכע מאכן זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג אז דו עקזיסטירסט. און ווען זיי ענטפערן שוין יא פארן זיי גלייך ארויף אויף די כאילו דו ביסט א שטיק לופט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13623
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8738 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט