שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 6:38 am

אין ליכט פון עפעס א ספאנטאנער זעלבסמארד אין הילקרעסט וועלעכעס האט אויפגעשוידערט כלל ישראל מיט אירע איבערלאזערס, און געפירט צו אן אינטעלעקטואלער שאטדאון דא אינעם שטיבל, האב איך זיך אראפגעלאזט במצולות ים, און זיך אנגעשטויסן אין פילע אינהאלטספוריייכע אשכולות.

כ'האב דורך געאקערט אן אלטער אשכול איבער קוואנטום פיזיקס, און צוויי אשכולות איבער איינשטיין'ס רעלאטיוועטי טעאריע.

קודם בין אין נבהל ונשתומם פון אונזערע חכמים ס'דרייען זיך דא.
א @קול דודי, @פשוט-קאמפליצירט @שרגא @יידל @יאנקל, @יאיר, @ונבנתה העיר, @געפילטע פיש, און נאך.

דערנאך בין איך נבהל ונשתומם, גערעגט און ווילד, איבער די קליינע מספר קארגע סינגל דיזשיט לייקס די חברה האבן ערהאלטן.

יעצט היות כ'האב געזעהן קאווע שטיבל האט געבראכן שוין דריי מאל די באזוכער רעקארד, ומה שמיעה שמעו? אז עפעס איינער האט זיך דערהארגעט. לעבעדיג מאכן גייט מען איר נישט, די קינדער בלייבן מילא אזוי ווי דער געריכט אורטיילט, רעכטע גייען סיי ווי בלייבן רעכט, און לינקע גייען בלייבן לינק. קיינער גייט נישט טוישן קיינעמס מיינונג, די סיסטעם גייט ווייטער סיסטעמירן טראץ דעם שאטדאון, אוי טי די'ס גייען ווייטער אויטידירט ווערן, והכל על מקומו יבא כמעט בשלום.

וויל איך מודיע זיין די פילע געסט פון ארום דער גארער וועלט ס'קומען אהער לחסות בצל קורתינו.
קאווע שטיבל שטעלט פאר א רייכע אויסוואל אשכולות, וועלעכע ערהאלטן גאר ברייטע קאמפליצירטע ידיעות, הערליך עלאקוואנט באשריבן, און רייך בארבייט אויף א גרינגן וועג למען הבין לזולת דברי בינה. מ'קען זיך קונה זיין זעק מיט חכמה, נהנה זיין מזיו אורם של חכמים. זאכן מ'האט אייך נישט אויסגעזאגט, זאכן איר האט נישט געזעהן אויף מאמע לשון ערגעץ אנדערש. נישט אין אויסגאבעס, און נישט אויפן געוועב.

גייט אריין אינעם וויסנשאפט פארום, און נישטערט אדורך אשכולות ס'געפעלט אייך. איר וועט זיין סורפרייזד צו זעהן וואס דער @לעיקוואד קען אלץ.

און פאר די ניקס דא, הגר והאזרח. ס'איז א בושה אז א סטאפעד פינגער-אויסגעזויגענעם שמייכל ארטיקל קען האבן באלד 50 לייקס, און קוואנטום פיזיקס זאל האבן זיבן.
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5924 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 6:51 am

איך געב דיר בדווקא נישט קיין לייק, להוציא מלבם פון די וואס לייקען שמייכל מער פון מדע. אז איך קען נישט צוהעלפען ביים מרבה זיין לייקים אין וויסנשאפט, קען איך לפחות ממעט זיין אין שמייכל. אבער גוט זאגסטו..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3891
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6118 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 7:04 am

פארפאלן. נאטינג ביעטס א שמייכל! יבא קופערניקוס ויעיד על זה, אויב יואב גלייבט נישט אין זיך אליינס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15204
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18305 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 8:32 am

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1693
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2218 מאל

הודעהדורך טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 9:54 am

אויף א גוט שטיקל קען מען נישט לייקען מער ווי איינמאהל, איז אפשר זאל מען מאכען אינטען די גוטע שטיקלעך אזא רעיטינג באטן די עולם זאל שרייבען ווי שטארק דאס ארטיקל איז..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:27 am

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3000
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4371 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:47 am

די פילע געסט אינטרעסירט נישט קיין מדע און חכמה, זיי פארשטייען נישט די פירוש המילות פין מדע אפילו.

און פראביר זיי נישט קלוג מאכען, ווייל ווען א קלוגער ווייסט עפעס, העלפט עס אים נאר זיין מער דאם.

די פילע געסט קומען נאר זעהן צו זיי האבען זיך וואס צו שעמען מיט זיין א פרומע חסידישע איד אדער נישט, און ווילען פשוט וויסען די מעשה וואס איז געשעהן, און בכלל ציט סקווירא א גרויסע עולם, כידוע.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1642 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:59 am

@יואב זייער צום פוינט!
אבער איך ווייס נישט צו דו האסט אויפגעטון, ווייל די געסט גייע גלייך אריין אין צימעס, און זיי זען עס אפי׳ נישט, האלט איך דו זאלסט עס לייגען אין צימעס!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2362 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:04 am

איך מיין אז דא קומט זייער גוט אריין וואס די ראשקאל האט שוין געשריבען ביי אן ענליכע פאל.
ראשעקאל האט געשריבן:מערסטע באניצער אנליין איז געווען 2014 צווישן מיטוואך יוני 19, 2013 און דאנערשטאג יוני 20, 2013
שוין געוועהן דא לעבעדיגע אשכולות וואס איז א ביליאן מאהל אינטערסאנטער ווי זאלי-רוני-קעמפ'ס-ארמארי. נעבעך אז ס'דא אזויפיל מענטשען וואס נאר דאס אינטערסירט זיי. א רחמנות אויף זייערע קינדער, א רחמנות אויף זייערע ווייבער. א רחמנות אויף זייער גאט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2362 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 06, 2013 10:33 am

אזוי ווי היינט איז נאכאמאל געבראכען געווארען די רעקארד!!!
וועגען די פרשה פון מאנרא ישיבה שיעור ג׳
ברענג איך נאכאמאל ארויף די אשכול פאר די פולע חשובע געסט!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2362 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 06, 2013 10:58 am

סווערט מיר גוט מיין בחור פון מאנרוא דרייעט זיך מיר דא אינטער די פיס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4739 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1895 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:46 pm

for whatever reason ברענג איך דאס ארויף...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך טמיר » מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:03 am

ארויפגעברענגט לכבוד ר' הלל'ס דרשה

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 715
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:06 pm

יא יא, אזויווי עלענאר רוזעוועלט האט געזאגט:
“Great minds discuss ideas; average minds discuss events; small minds discuss people.”


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:07 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מוצ"ש יולי 13, 2019 11:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:08 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מוצ"ש יולי 13, 2019 11:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2019 11:13 pm

.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:30 pm

איך זעה אז איך האב באקומען לייקס פאר מיינע אויסגעמעקטע תגובות (זיי זענען אלע געווען די זעלבע תגובות פון די רוזעוועלט quote. איך האב געמאכט א טעות און עס איבערגעשיקט אפאר מאל, מיינענדיג אז ס׳איז נישט דורכגעגאנגען וועגן אן אינטערנעט failure). דאס [מודה זיין אין א טעות] האט אויך צו טוהן מיט מדע:
“The freedom to make and admit mistakes is at the core of the scientific process”
Dr. Robert Pollack


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך chosen people » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:29 am

מען זעהט די גמרא פארציילט אפאר מאל איבער די מעשה אז ראובן האט זיך מודה געווען אויף די בילבול יצועי אביו א דאנק וואס ער האט געזעהן יהודה זיך מודה זיין צו תמר. די לשון הגמרא איז "מי גרם לראובן שיודה יהודה", לכאורה וואס האט די מעשה מיט תמר מיט די יצועי אביו אז ער זאל זיך יעצט מודה זיין אויף א מעשה וואס איז געשעהן שוין יארן בעפאר. נאר לערנענדיג לעצטענס האב איך מיך געכאפט אז פשט איז אז די געדאנק פון מודה זיין אויף א מעשה וואס א מענטש האט נישט גוט געטון אין נעמען אחריות אויף דעם איז געווען אזאך וואס יהודה האט אויסגעטראפן, און נאר נאכדעם האט זיך ראובן געכאפט די דערהער דערפון האט ער עס נאכגעטאן.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:25 pm

chosen people האט געשריבן:מען זעהט די גמרא פארציילט אפאר מאל איבער די מעשה אז ראובן האט זיך מודה געווען אויף די בילבול יצועי אביו א דאנק וואס ער האט געזעהן יהודה זיך מודה זיין צו תמר. די לשון הגמרא איז "מי גרם לראובן שיודה יהודה", לכאורה וואס האט די מעשה מיט תמר מיט די יצועי אביו אז ער זאל זיך יעצט מודה זיין אויף א מעשה וואס איז געשעהן שוין יארן בעפאר. נאר לערנענדיג לעצטענס האב איך מיך געכאפט אז פשט איז אז די געדאנק פון מודה זיין אויף א מעשה וואס א מענטש האט נישט גוט געטון אין נעמען אחריות אויף דעם איז געווען אזאך וואס יהודה האט אויסגעטראפן, און נאר נאכדעם האט זיך ראובן געכאפט די דערהער דערפון האט ער עס נאכגעטאן.

און מיט דעם קען מען עס אפשר מקשר זיין צו דעם אשכול בדרך הלצה, (קהלת י כ) גם במדעך [די ענין פון מדע איז אז מ'דארף קענען אחריות נעמען אויף טעותים] "מלך" [דער מחדש דערפון איז יהודה, אשר משבטו המלוכה]...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

Re: שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 26, 2020 3:32 pm

IMG_6978.jpg

במשנתו של יצחק אסימאוו. קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס ״שמייכל״ אשכולות און תגובות האבן מער לייקס ווי זייערע קאלעגעס אין ״וויסענשאפט״ (אדער ״העמק דבר״)...

האלט א מינוט! איז דאס אליינס א וויץ?...
מעטא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יולי 29, 2020 11:06 pm

אין דעם געדאנק פון מאכן טעותים:

si enim fallor, sum [even if I err, I am]
אגוסטין

די געדאנק זיינע איז אביסל ענליך צו דעקארט׳ס באקאנטע קאדזשיטו. דהיינו, אין זיין קאנטעקסט, אז אפילו אויב עס איז נישטא קיין עכטע וועג פון ריכטיג ״וויסן״, איז אבער דאס אליין אז מ׳טראכט און מ׳מאכט טעותים אויף דעם דזשורני צו פרובירן צו באקומען/אנקומען צו ״וויסן״ איז אליין א מעלה פון דאס עקזיסטענץ, און דאס אליין איז דאך יא נענטער צו זיכער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1399
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6592 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל


גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט