דיכטער האט געשריבן:א אינגערמאן, א טאטע פון עטליכע.
איך דריי מיך ארום אויפן געוועב זוכענדיג א רואיגע ווינקל מיט א באקוועמען טיש וואו אראפ צו לייגן דעם הייסן גלאז עקספרעסוי וועלכע ליגט אין מיין האנט, ווארטענדיג מיט א דומם'דיגע געדולד איך זאל פון איר פארזוכן. אבער איך, זייענדיג א מענטש, קען איך דאך נישט טרינקען א קאווע ווי א פרעמדע ביים עק פונעם קארידאר, נעבן דער מקווה, צווישן די ביסכיסעס און דער טרעפ ארויף צום בית מדרש, איך זוך געזעלשאפט מיט וועמען צו שמועסן, אויף וועמען צו קאכן און קעגן וועמען צו ווכח'ענען. איך בין גרייט, איר זענט מיט מיר?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט