דיכטער האט געשריבן:אקעי, איך'על זיין זייער אמת'דיג מיט דיר.
תגובות וואס זענען לאנג און ברייט, ציען זיך אויס, אזש מ'דארף אראפסקרוילן זיי ווייטער צו לייענען, פאדערן א געוויסע מאס קאנצענטרירונג און אנשטרענגעניש וואס זייערע אסאך מאל ווען מ'קומט ארויף כאפן א קאווע שטיבל, איז מען לאו דווקא אין דער גיסטע זיך אנצושטרענגען, טיף אטעמען און לייענען יעדער סיליבעל פון יעדער ווארט ביז מ'האט ארויס דער קאנצעפט אונטערן שריפט,
אבער דאך מאכט זיך אמאל וואס דער גיסטע שיינט, און יא! ס'ליינט זיך א מחיה, ווארט נאך ווארט, ביז מ'כאפט זיך אז מ'האט דא דורכגעליינט די גאנצע תגובה מתחילה ועד סוף.
קאצקע ציקער האט געשריבן:שרייב וויזוי דו ווילסט און וויפל דו ווילסט אבער טריי צו מאכן paragraphs וויפל דו קענסט
קאצקע ציקער האט געשריבן:שרייב וויזוי דו ווילסט און וויפל דו ווילסט אבער טריי צו מאכן paragraphs וויפל דו קענסט
לייביששרייבער האט געשריבן:איז ווי געשריבן עס ווענט זיך אין די ליינערס גיסטע. איז עס די טשויס פון די ליינערס צו מאַכן א דעסידזשען צו איצטערט איז די צייט דאס צו לײענען אָדער נישט. מיינט עס דאָך נישט אז די לאַנגע תגובה איז די אִישָו.
אין קורצן און קלאר. עס איז נישט די לאנגע תגובה אדער דער פראבלעם מיטן שרייַבער. עס איז די ליינערס גיסטע.
איין טאמב אויף ארויף.
שערי יושר האט געשריבן:איך האב דיר געשריבן אין אישי, און זעהט אויס אז איך האב זיך נישט אזוי גוט מסביר געווען.
איך האב געשריבן בזה הלשון:
" די quotes צי לאנג, עס נערווירט אביסל"
איך האב דיך געמיינט מעורר זיין אויף די quote קנעפל, ווען מ'וויל זיך באציען צי איין שורה פון איינעם דארף מען נישט אראפברענגען יענעמס גאנצע לאנגע תגובה, מקען ציטירען נאר יענע שורה. (אגב. אייוועלט איז געפערליך געפלאגט מיט דעם)
איך וויל טאקע דערמאנען אונזער טייערע זיידע ר' בערל בעל עגלה וואס ניצט בכלל נישט די ציטיר קנעפל און אדרעסירט ביים נאמען
און לגבי דיין לאנגע תגובה'ס האב איך זייער הנאה פון דיין סטייל פון שרייבן און איך ליין דיינע לאנגע רעספאנסעס מיט דארשט,
keep up the good work
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א טיפ: נוץ נישט קיינע נקודות, עס שפירט ווי אין קינדערגארטן, און פארשווערט דאס ליינען...
שערי יושר האט געשריבן:(אגב. אייוועלט איז געפערליך געפלאגט מיט דעם)
מען קען אפשר שטאדלען ביי די מנהלים.שעפטאל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א טיפ: נוץ נישט קיינע נקודות, עס שפירט ווי אין קינדערגארטן, און פארשווערט דאס ליינען...
כ'הער, אפשר איז אמאל גוט צו ניצן א נקודה ווען מ'פאר'אידיש'ט א ענגלישע ווארט, וכדו'.
מ'ברענגט אמאל אראפ א סייענס ווארט וואס כ'האב נאכנישט געוויסט און איך וויל עס גוגל'ן אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי עס צוריק צו פאר'ענגליש'ען
דרך אגב ר' לייביש: איר זענט לכאו' פון די קומעדיגע שריפטשטעלער דא! אייער יאניק (זאל איך לייגן א נקודה?) מהלך פון שרייבן אפען די אייגענע געפיהלן ציהט אונז!
berlbalaguleh האט געשריבן:אדרבה ואדרבה. ביטע מאך אויף אן אשכול איבער די האלאקאוסט לייקענערס. איך האלט מיך פאר א סטודענט/שטודירער פון די האלאקאוסט און אלעס ארום. איך לעכץ נאך א יעדעס ווארט און א יעדע שטיקל (נייע) אינפארמאציע.
berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: האמת אגיד לך. אז דיכטער איז (בעצם) גערעכט. נאר ס'ווענדט זיך אויך אין דעם תוכן און סטיל פון שרייבן. ס'פארהאן א שרייבער וואס האט אינטרעסאנטע זאכן צו פארצייילן. נאר ביז ער קומט אן צו זיין נקודה פארט ער ארום איבער די גאנצע וועלט. נעי אין יוניווערס. ביז צו די לבנה און מארס און די אנדערע 10 שבעה כוכבי לכת. נאכדעים איז פארהאן א שרייבער וועלכער זאגט און זאגט אבער ער זאגט גארנישט (דאס איז אויך א קונץ (אדער קונסט). ער מאלט וואסער. אדער דרייט ער וואסער מיללן בלי שום תכלית (טאכלעס). אזוי ווי דאן קיכאטע (קוויקזאטי. ווי די עמי הארצות (אמעראצעם) זאגן.
משא"כ דו פערזענליך שרייבסט זייער שטארק אינטרעסאנט. און דיינע שאלות (שיילעס) ותשובות (אי-טשיוועס) זענען אויך אינטרעסאנט אז ס'ציעט און מ'איז נייגעריג צו ליינען ווייטער. עד הסוף.
בדרך כלל דארף א שרייבער כאפן מיין אטענשאן ביז 15 סעקאנדס. אויב איז ער נישט מצליח דאס צו טון האט ער מיך פארלוירן.
דער סך הכול פון מיין פשט'ל איז אז איך (און מסתמא אויך אנדערע) האב ליעב דיין אריכות. ווייל (רוב מאל) זעה איך שוין די נקודה גלייך אין אנהייב. ואידך פירושא. זיל גמור.
דער אייבישטער זאל דיר באצאלן מידה כנגד מידה און דו זאלסט האבן אריכות ימים ונשים. (ניין. איך לייד (ב"ה) נישט אויף דיסלעקסיע. און איך קען (ב"ה) אויך גאנץ גוט ספעללן. אזוי זאגט מען.)...אכיה"ר...!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט