צו לאנגע (באשרייבונגען) ריספאנסעס אויף תגובות

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

צו לאנגע (באשרייבונגען) ריספאנסעס אויף תגובות

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 1:20 pm

מורי ורבותי אחי ורעיי,
איך ווענד זיך צו אלע חברי השטיבל כל אחד בשמו יבורך.

בעפאר איך ווענד זיך צו מיין ווענדונג צו די אלע חברים דא. ווי אזוי מען זאגט אין ענגליש First and foremost. צום ערשט און דאס וויכטיגסטע.

איך בין סך הכל דא אריין געשריבן אין קאווע שטיבל אלץ א חבר השטיבל אפאר טאג, די ווילקאמען און די ווארעמע אויפנאמע פון מאנכע אלט געזעצענע שטיבל חברים זענען געווען אויסנאמליך, געשמאק ממש א חיזוק צו שרייבן און צו קומיונעקירן, ריספאנדען צו תגובה'ס, וכ''ו. אן עקסטערע יש''כ דערפאר.

איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא געלעגענהייט צו האלטן א פעדער אין מיינע הענט און לאזן די טינט רינען, און איינער זאל זיך אפי' צו טוהן מאכן דערפון. דא און אין שטיבל איז די טינט ב''ה נישט געגאנגען לבטלה (טינט לבטלה העלפט זיכער נישט קיין תשובה, אין חולקים ע''ז) איך מוז אייך זאגען עס פיהלט זייער גוט. א יש''כ נאכאמאל מעומק הלב פאר די אויפנאמע. אפי' עס האט נישט אויסגעפעלט האט עס מיר זייער געשמעקט. כה לחי!

פארוואס זאג איך אייך דאס, איר זאלט דאס וויסן!!!


און איצטערט צו מיין ווענדונג. טייערע חברים.

צווישען די ווארעמע אויפנאמע האב איך אויכעט געהאט די זכיה צו באקומען אן אישי פון א חבר (א שיינע נאבעלער אקט, ער האט געהאט די ברירה עס צו שרייבן עֶז עֶי ריפליי צו א תגובה מיינער ברבים. אבער דער אישי שרייבער האט זיך גערעכנט מיט מיינע געפילן און בפרט איך בין א נייער אינגל אין חדר, ער האט מיך נישט געוואלט פארשעמען, האט ער עס נאר געשיקט אין אן אישי). האט ער מיך קאנסטראקטיוו קריטיקירט. שרייבענדיג אינעם אישי צו מיר ווי פאלגענד, דיינע תגובה ריספאנסעס זענען צו לאנג, עס קען נערווייז מאכן די ליינער.

איך האב גלייַך ריספאנדעט ישר והפך, אֵיי. עֶם. סֲארִי. איך וועל פרובירן שרייבן קערצער.

לא היה רגעים מעטים, אן ער האט צוריק געענטפערט מיט איין איינציג ווארט. שכח.

אבער עס איז דורך א נאכט און דער בעל החלומות בהקיץ ריקט זיך אריין בתור מחשבותי, און איך טראכט מיר צו זיך אזוי אריין, אין וואס פארא געשמאקער אטמאספערע די שטיבעל איז צו פארברענגען, ממש א פארגעניגן, א ווירטואלער גן עדן. דאן קומט מיר ארויף א זויערע טעם, ממש ווי א מעלה גרה. נאכן אראפשלינגען די א.ג. קאנסטראקטיוו קריטיק איז עס צוריק ארויפגעקומען און אנגעהויבן קריצן אין קאפ. איז דער אישי שרייבער גערעכט? עס זעהט דאך אויס אז מיינע תגובןת ריספאנסעס פון די אנדערע חברים השטיבל זענען גאר ריסעפטיוו און עס זעהט אויס אז עס שלאגט יא ווארצלען צווישען די חברים דא.

די שנירל פון די מחשבות הייבן אן לויפן שנעלער און שנעלער זיג זאג. מאן יימר אז די ריספאנסעס צו מיינע תגובות זענען טאקע אזוי ווארעם אויפגענומען?

נאר וואסדזשע דען, גאר אסאך מענטשען האבן א טבע צו זיין פעסיוו ווען די נושא איז זיי בכלל נישט נוגע, ממילא וואס באדערט די לייקער אדער דער ריספאנדער צו געבן א קאמפלימענט, לאמיך עים מאכן פילן גוט, למה לא?
משא"כ דער אישי שרייבער איז אן אסערטיוו מענטש. ער זאגט גלייך וואס ער שפירט א ווייל אזוי קרענקט עס אים מער נישט, שוין ארויסגעשריבן די נערוויזיטעיט פֿונעם סיסטעם מיט אן אישי, און וועט קיינמאל נישט דארפן ווערן אגרעסיוו, ווען ער וועט יא ווערן נערוועז בייַ אים איז דער ענין סעטעלט, אבער די אנדערע וועלן בעצם יא ווערן נערווייז, עֶט ווָאן פוֹינט וועט זייער געדולד פלאצן ווי א בֲאלָאן און דאן וועלן איך כאפן מנה אחת אפיים פון די וואס האבן געהאט געדולד ביז עס האט געפלאצט, און ח"ו ווערן אסערטיוו און מיר דירעקט אין ברבים זאגן וואס זיי האַלטן באמת. דאן וועט עס קומען ווי א שלויך שמוציגע וואסער אויף המן'ס קאפ.

די שנירלעך לויפן דאך זיגזאג, נאופס איך דארף זייער שנעל לויפן איינקויפן עטוואס קאנפידענץ ביי די קאנפידענץ קורסן פון להשיג (מעלבער) אדער (שטיינמעץ) (איך דענק נישט זיין קאמפאני נאמען), אז איינער גלייכט נישט לאנגע תגובות מיינט נישט אז עס האט מיט מיין באשרייבונגען. מיינע תגובות זענען בעצם זייער גוט, זיינע נערווען זענען עטוואס צו קורץ פאר א געשמאקער לענגערע תגובה ספֶּען. אפשר עי. די. עיטש. די וכדו', ער האט נישט פרעאופאל יענעם טאג דאס פארהאנדלט, ע''כ זענען מיינע תגובות צו לאנג. וחוזר חלילה, איך קוק צו אנדערע תגובות זענען זיי קורצער ווי מיינע. רעד איך טאקע ווי א באבע.

שוין אביסל צו לאנג און רעפעטישעס אבער אזוי דרייט זיך די מחשבות שנירלעך ווי א צויבער רָאד.
קען מען אפשר מאכען אן אנקעטע און זעהן וועלעכער זייט פון די רָאד די רָאד דארף זיך אפשטעלן?

וואס איז אייער מיינונג דערוועגן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לייביששרייבער אום מיטוואך מאי 03, 2023 3:27 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

Re: צו לאנגע (באשרייבונגען) ריספאנסעס אויף תגובה'ס

הודעהדורך דיכטער » מיטוואך מאי 03, 2023 1:38 pm

אקעי, איך'על זיין זייער אמת'דיג מיט דיר.

תגובות וואס זענען לאנג און ברייט, ציען זיך אויס, אזש מ'דארף אראפסקרוילן זיי ווייטער צו לייענען, פאדערן א געוויסע מאס קאנצענטרירונג און אנשטרענגעניש וואס זייערע אסאך מאל ווען מ'קומט ארויף כאפן א קאווע שטיבל, איז מען לאו דווקא אין דער גיסטע זיך אנצושטרענגען, טיף אטעמען און לייענען יעדער סיליבעל פון יעדער ווארט ביז מ'האט ארויס דער קאנצעפט אונטערן שריפט,

אבער דאך מאכט זיך אמאל וואס דער גיסטע שיינט, און יא! ס'ליינט זיך א מחיה, ווארט נאך ווארט, ביז מ'כאפט זיך אז מ'האט דא דורכגעליינט די גאנצע תגובה מתחילה ועד סוף.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 03, 2023 2:09 pm

שרייב וויזוי דו ווילסט און וויפל דו ווילסט אבער טריי צו מאכן paragraphs וויפל דו קענסט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 1118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1237 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 2:19 pm

דיכטער האט געשריבן:אקעי, איך'על זיין זייער אמת'דיג מיט דיר.

תגובות וואס זענען לאנג און ברייט, ציען זיך אויס, אזש מ'דארף אראפסקרוילן זיי ווייטער צו לייענען, פאדערן א געוויסע מאס קאנצענטרירונג און אנשטרענגעניש וואס זייערע אסאך מאל ווען מ'קומט ארויף כאפן א קאווע שטיבל, איז מען לאו דווקא אין דער גיסטע זיך אנצושטרענגען, טיף אטעמען און לייענען יעדער סיליבעל פון יעדער ווארט ביז מ'האט ארויס דער קאנצעפט אונטערן שריפט,

אבער דאך מאכט זיך אמאל וואס דער גיסטע שיינט, און יא! ס'ליינט זיך א מחיה, ווארט נאך ווארט, ביז מ'כאפט זיך אז מ'האט דא דורכגעליינט די גאנצע תגובה מתחילה ועד סוף.

איז ווי געשריבן עס ווענט זיך אין די ליינערס גיסטע. איז עס די טשויס פון די ליינערס צו מאַכן א דעסידזשען צו איצטערט איז די צייט דאס צו לײענען אָדער נישט. מיינט עס דאָך נישט אז די לאַנגע תגובה איז די אִישָו.
אין קורצן און קלאר. עס איז נישט די לאנגע תגובה אדער דער פראבלעם מיטן שרייַבער. עס איז די ליינערס גיסטע.
איין טאמב אויף ארויף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לייביששרייבער אום מיטוואך מאי 03, 2023 2:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 2:19 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:שרייב וויזוי דו ווילסט און וויפל דו ווילסט אבער טריי צו מאכן paragraphs וויפל דו קענסט

Noted.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 03, 2023 2:21 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:שרייב וויזוי דו ווילסט און וויפל דו ווילסט אבער טריי צו מאכן paragraphs וויפל דו קענסט

עקזעקטלי, מער פאראגראפן און מער צוטיילונגען comma בלע''ז.
און יהא בואכם לברכה.
אלע צוזאמען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 425
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 485 מאל

הודעהדורך דיכטער » מיטוואך מאי 03, 2023 2:25 pm

לייביששרייבער האט געשריבן:איז ווי געשריבן עס ווענט זיך אין די ליינערס גיסטע. איז עס די טשויס פון די ליינערס צו מאַכן א דעסידזשען צו איצטערט איז די צייט דאס צו לײענען אָדער נישט. מיינט עס דאָך נישט אז די לאַנגע תגובה איז די אִישָו.
אין קורצן און קלאר. עס איז נישט די לאנגע תגובה אדער דער פראבלעם מיטן שרייַבער. עס איז די ליינערס גיסטע.
איין טאמב אויף ארויף.

באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך מאי 03, 2023 2:34 pm

דער אישי שרייבער איז דיר באמת א גוטער חבר מיט נאבעלע מדות און האט געמיינט דיין טובה. מענטשן וואס נעמען אראפ די צייט צו געבן פיעדבעק פאר א גר אדער תושב, און ווען ס'איז נישט געשמאק טוהן זיי עס פריוואט, איז יהי חלקי עמהם.

יענץ צום ענין. פיל גוטע שרייבער האבן זיך אויסגעריבן די זוילן אויף א פלאטפארמע ווי דא ווען זיי האבן צום ערשט גענימען די פעדער אין האנט. קיינער ווערט נישט געבוירן א פוליצער פרייז שרייבער. זיי האבן אנגעהויבן שרייבן אפי' זיי האבן זיך געשפירט ראסטיג, און לימים האבן זיי טאקע פערפעקטעט די ארט. אלזא שרייב און שרייב און מיט גוטע חברים און קאנסטרוקטיווע קריטיק וועסטו אנקומען ווייט. דו פארמאגט די דראנג און טאלאנט צו מיטיילן מיט אנדערע. דאס זענען די וויכטיגע באשטאנדטיילן פאר א גוטער שרייבער.

בדרך כלל אין שרייבן איז פיל שווערער צו שניידן און האלטן די ווערק succsinct ווי צו זאגן וואס אימער ס'קומט אויפן געדאנק. ס'איז באקאנט וואס חכם אחד האט געשריבן:I would have written a shorter letter, but I did not have the time. רעדאגירן איז פיל ארבייט און נעמט צייט און סקיל.

די עבודה פון א שרייבער איז צו פרעגן זיך אליינס, וואס איז מיין פאונט און איז דאס וואס איך שרייב יעצט וויכטיג צו מאכן די פאונט אדער א דיסטרעקציע. הגם ס'איז דא א סטיל אין שרייבן וואס הייסט stream of consciousness אבער דארט איז טאקע דאס די פאונט.

א ציכטיגע און קלארע שריפט און ארגאנאזירטע שרייבווערק איז קונסט און ס'איז ווערט די ארבייט פון פאטשקען אין די זאמד-שאכטל דא כדי צו ווערן בעסער און בעסער, אויף מיר געווינטשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום מיטוואך מאי 03, 2023 3:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2660
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 1692 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4436 מאל

Re: צו לאנגע (באשרייבונגען) ריספאנסעס אויף תגובה'ס

הודעהדורך שערי יושר » מיטוואך מאי 03, 2023 3:48 pm

איך האב דיר געשריבן אין אישי, און זעהט אויס אז איך האב זיך נישט אזוי גוט מסביר געווען.

איך האב געשריבן בזה הלשון:
" די quotes צי לאנג, עס נערווירט אביסל"


איך האב דיך געמיינט מעורר זיין אויף די quote קנעפל, ווען מוויל זיך באציען צי איין שורה פון איינעם דארף מען נישט אראפברענגען יענעמס גאנצע לאנגע תגובה, מקען ציטירען נאר יענע שורה. (אגב. אייוועלט איז געפערליך געפלאגט מיט דעם)

איך וויל טאקע דערמאנען אונזער טייערע זיידע ר' בערל בעל עגלה וואס ניצט בכלל נישט די ציטיר קנעפל און אדרעסירט ביים נאמען

און לגבי דיין לאנגע תגובה'ס האב איך זייער הנאה פון דיין סטייל פון שרייבן און איך ליין דיינע לאנגע רעספאנסעס מיט דארשט,
keep up the good work
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 439
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 729 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 643 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 4:22 pm

שערי יושר האט געשריבן:איך האב דיר געשריבן אין אישי, און זעהט אויס אז איך האב זיך נישט אזוי גוט מסביר געווען.

איך האב געשריבן בזה הלשון:
" די quotes צי לאנג, עס נערווירט אביסל"


איך האב דיך געמיינט מעורר זיין אויף די quote קנעפל, ווען מ'וויל זיך באציען צי איין שורה פון איינעם דארף מען נישט אראפברענגען יענעמס גאנצע לאנגע תגובה, מקען ציטירען נאר יענע שורה. (אגב. אייוועלט איז געפערליך געפלאגט מיט דעם)

איך וויל טאקע דערמאנען אונזער טייערע זיידע ר' בערל בעל עגלה וואס ניצט בכלל נישט די ציטיר קנעפל און אדרעסירט ביים נאמען

און לגבי דיין לאנגע תגובה'ס האב איך זייער הנאה פון דיין סטייל פון שרייבן און איך ליין דיינע לאנגע רעספאנסעס מיט דארשט,
keep up the good work

דו האסט דאך נישט געדאַרפֿט איינמעלדן אז דו ביסט עס געווען.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 4:24 pm

עה, ממש א שאד אז דאס האב איך נישט געכאפט. אבער אזוי האב איך כאטשיג ארויסגעזויגען א חיזוק.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך פונדאַמענטאַל » מיטוואך מאי 03, 2023 7:10 pm

עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע רעדן בקצרה און אזעלכע וועלכע רעדן באריכות, עס איז נישט דא קיין ריכטיג און אומריכטיג דא. אוודאי איז דא פלאץ זיך אויסצורייבן און ווערן בעסער אויף ביידע אופנים, אבער ביסודו איז קיין איינס נישט אומריכטיג.
די עיקר פאקוס פונעם שרייבער איז ארויסצוברענגען דאס וואס געפינט זיך אין איהם און דאס פארשטעלן פאר ליינער. אויב זענט איהר איינער וועלכע ברענגט זיך גוט ארויס אויף א אריכות'דיגן אופן, דאן וואלט איך נישט געוואלט איהר זאלט דאס אונטערדריקן, אפילו אויב פאר מיר פערזענליך קען עס אמאל שטערן.
נאך א נקודה. די לענגערע תגובות האבן א גרויסע מעלה, זיי האלטן די שמועס אויף א העכערע קוואליטעט. קורצע תגובות נעמען צומאל טיפע שמועסן צו א מער פשוטע לעוועל (פשוטע שמועסן האבן אבער אויך זייער חשיבות, יעדער זאך אויף זיין פלאץ).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פונדאַמענטאַל אום מיטוואך מאי 03, 2023 7:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
There's no relationship between being smart & being wise. (Jordan Peterson)
פונדאַמענטאַל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 25, 2023 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מאי 03, 2023 7:18 pm

איך נוץ נישט טעפעטאלק, אבער איך זעה אז יעדער וואס נוצט דאס דא אין שטיבל, וועט אייביג ציטירן די תגובה אויף וואס ער באציהט זיך. אפשר איז בכלל נישט מעגליך צו שרייבן א נייע תגובה אן ציטירן? כ'ווייס נישט. אבער יא, עס נערווירט שטארק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16081
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20382 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מאי 03, 2023 8:24 pm

נאך א טיפ: נוץ נישט קיינע נקודות, עס שפירט ווי אין קינדערגארטן, און פארשווערט דאס ליינען...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16081
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20382 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 8:38 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:נ

איך האב עס מעגליך אויסגעפיגערט.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך שעפטאל » מיטוואך מאי 03, 2023 10:23 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א טיפ: נוץ נישט קיינע נקודות, עס שפירט ווי אין קינדערגארטן, און פארשווערט דאס ליינען...

כ'הער, אפשר איז אמאל גוט צו ניצן א נקודה ווען מ'פאר'אידיש'ט א ענגלישע ווארט, וכדו'.

מ'ברענגט אמאל אראפ א סייענס ווארט וואס כ'האב נאכנישט געוויסט און איך וויל עס גוגל'ן אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי עס צוריק צו פאר'ענגליש'ען

דרך אגב ר' לייביש: איר זענט לכאו' פון די קומעדיגע שריפטשטעלער דא! אייער יאניק (זאל איך לייגן א נקודה?) מהלך פון שרייבן אפען די אייגענע געפיהלן ציהט אונז!
נישטא קיין לייק'ס לימוט אויף ק"ש דערווייל. ס'שטופט דעם שמועס ווייטער. חוץ אויב איר האלט אז אונזערע תגובות שמירען סתם אהן דעם אשכול :D כ'בין פשוט הונגעריג, כ'עס אויף יעדע לייק...
שעפטאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 496 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מאי 03, 2023 10:50 pm

שערי יושר האט געשריבן:(אגב. אייוועלט איז געפערליך געפלאגט מיט דעם)

אוי אוי... עס איז טייל מאל נישט צום אויסהאלטן דארט. עס קוקט אויס אז דעם עולם דארט גייט עס בכלל נישט אן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16081
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 19840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20382 מאל

Re: צו לאנגע (באשרייבונגען) ריספאנסעס אויף תגובות

הודעהדורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 03, 2023 11:39 pm

שעפטאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א טיפ: נוץ נישט קיינע נקודות, עס שפירט ווי אין קינדערגארטן, און פארשווערט דאס ליינען...

כ'הער, אפשר איז אמאל גוט צו ניצן א נקודה ווען מ'פאר'אידיש'ט א ענגלישע ווארט, וכדו'.

מ'ברענגט אמאל אראפ א סייענס ווארט וואס כ'האב נאכנישט געוויסט און איך וויל עס גוגל'ן אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי עס צוריק צו פאר'ענגליש'ען

דרך אגב ר' לייביש: איר זענט לכאו' פון די קומעדיגע שריפטשטעלער דא! אייער יאניק (זאל איך לייגן א נקודה?) מהלך פון שרייבן אפען די אייגענע געפיהלן ציהט אונז!
מען קען אפשר שטאדלען ביי די מנהלים.

Sent from my SM-X800 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לייביששרייבער אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:43 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:02 am

לייביששרייבער: האמת אגיד לך. אז דיכטער איז (בעצם) גערעכט. נאר ס'ווענדט זיך אויך אין דעם תוכן און סטיל פון שרייבן. ס'פארהאן א שרייבער וואס האט אינטרעסאנטע זאכן צו פארצייילן. נאר ביז ער קומט אן צו זיין נקודה פארט ער ארום איבער די גאנצע וועלט. נעי אין יוניווערס. ביז צו די לבנה און מארס און די אנדערע 10 שבעה כוכבי לכת. נאכדעים איז פארהאן א שרייבער וועלכער זאגט און זאגט אבער ער זאגט גארנישט (דאס איז אויך א קונץ (אדער קונסט). ער מאלט וואסער. אדער דרייט ער וואסער מיללן בלי שום תכלית (טאכלעס). אזוי ווי דאן קיכאטע (קוויקזאטי. ווי די עמי הארצות (אמעראצעם) זאגן.

משא"כ דו פערזענליך שרייבסט זייער שטארק אינטרעסאנט. און דיינע שאלות (שיילעס) ותשובות (אי-טשיוועס) זענען אויך אינטרעסאנט אז ס'ציעט און מ'איז נייגעריג צו ליינען ווייטער. עד הסוף.

בדרך כלל דארף א שרייבער כאפן מיין אטענשאן ביז 15 סעקאנדס. אויב איז ער נישט מצליח דאס צו טון האט ער מיך פארלוירן.

דער סך הכול פון מיין פשט'ל איז אז איך (און מסתמא אויך אנדערע) האב ליעב דיין אריכות. ווייל (רוב מאל) זעה איך שוין די נקודה גלייך אין אנהייב. ואידך פירושא. זיל גמור.

דער אייבישטער זאל דיר באצאלן מידה כנגד מידה און דו זאלסט האבן אריכות ימים ונשים. (ניין. איך לייד (ב"ה) נישט אויף דיסלעקסיע. און איך קען (ב"ה) אויך גאנץ גוט ספעללן. אזוי זאגט מען.)...אכיה"ר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 18143
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 22555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13423 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:42 am

איך דאַנק דיך פערזענליך פאר דיין ווארעמע המלצה, און די חיזוק צו גיין ווייטער מחיל איך חיל, און אויך דאנק איך אלעמען פאר די שטיצע דא.

ע"כ וויל איך פרעגן נאך איין אנקעטע.

זאל איך פּרובירן עפענען א פרישער היסטארישע אשכול וואס איך שטודיר שוין יארן, פארשטיין די האלאקאסט לייקענער, און זייערע מטרה? אדער איז די טאפיק שוין אויסגעדראשן דא?

אדער סתם מחשבה וואס בליצט אריין, געפיל, אדער סתם לייף עקספיריענסעס וכו'?
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 04, 2023 10:48 am

אדרבא, ס'איז א אינטערסאנטע נושא וועגן די האלאקאסט, טראכט נישט אזוי פיל אויב ס'איז אויסגעדראשן ווייל אפילו א אויסגעדראשענע נושא קען מען אלעמאל אויפפרישן מיט פרישע חומר און געדאנקען.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:46 am
האט שוין געלייקט: 1118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1237 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 04, 2023 10:49 am

פיין, אומר ועושה.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 04, 2023 8:35 pm

לייביששרייבער: אדרבה ואדרבה. ביטע מאך אויף אן אשכול איבער די האלאקאוסט לייקענערס. איך האלט מיך פאר א סטודענט/שטודירער פון די האלאקאוסט און אלעס ארום. איך לעכץ נאך א יעדעס ווארט און א יעדע שטיקל (נייע) אינפארמאציע.

איך האב געליינט צענדליגע ארטיקלען און ביכער און געזעהן קליפס איבער דעם האלאקאוסט און אלעס ארום.

אפילו דעם עקל'דיגן מנובל'דיגן און האספולן, נארישן בוך געשריבן דורך אדאלף שיקלגרובער, ימ"ש אליינס. אויסער די האס און מערדערליכע שנאה וואס ער שפייט אויף אידן איז עס זייער שלעכט געשריבן. אפילו זיינע גוטע פריינט ווי פעטריק ביוקענען, ימ"ש זענען מודה אז דער נאראטיוו איז זייער שלעכט און אומאינטרעסאנט פון א ליטערארישן שטאנדפונקט.

איין קליינע סעמפל פון זיינע נארישע בילערייען. ער זאגט בתוך הדברים אז ער איז "ברויגז" אויף די טשוירטש אלס אינסטיטוציע. טראץ זייער היסטארישע שנאה אויף אידן. ווייל אויב א איד שמד'ט זיך (ח"ו) הערט זיך אויף זייער שנאה צו איהם. און ער האט פיינט א איד אלס אפשטאמיגער פון די אידישע ראסע. עפרא לפומיה הטמא ומח שמו וזיכרו לעד ולנצח נצחים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 18143
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 22555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13423 מאל

הודעהדורך לייביששרייבער » דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:32 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:אדרבה ואדרבה. ביטע מאך אויף אן אשכול איבער די האלאקאוסט לייקענערס. איך האלט מיך פאר א סטודענט/שטודירער פון די האלאקאוסט און אלעס ארום. איך לעכץ נאך א יעדעס ווארט און א יעדע שטיקל (נייע) אינפארמאציע.

דער ערשטער פארזעצונג איז אפ. ישר כח פאר די חיזוק.
הק' לייביש שרייבער
לייביששרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:18 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג מאי 25, 2023 6:30 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: האמת אגיד לך. אז דיכטער איז (בעצם) גערעכט. נאר ס'ווענדט זיך אויך אין דעם תוכן און סטיל פון שרייבן. ס'פארהאן א שרייבער וואס האט אינטרעסאנטע זאכן צו פארצייילן. נאר ביז ער קומט אן צו זיין נקודה פארט ער ארום איבער די גאנצע וועלט. נעי אין יוניווערס. ביז צו די לבנה און מארס און די אנדערע 10 שבעה כוכבי לכת. נאכדעים איז פארהאן א שרייבער וועלכער זאגט און זאגט אבער ער זאגט גארנישט (דאס איז אויך א קונץ (אדער קונסט). ער מאלט וואסער. אדער דרייט ער וואסער מיללן בלי שום תכלית (טאכלעס). אזוי ווי דאן קיכאטע (קוויקזאטי. ווי די עמי הארצות (אמעראצעם) זאגן.

משא"כ דו פערזענליך שרייבסט זייער שטארק אינטרעסאנט. און דיינע שאלות (שיילעס) ותשובות (אי-טשיוועס) זענען אויך אינטרעסאנט אז ס'ציעט און מ'איז נייגעריג צו ליינען ווייטער. עד הסוף.

בדרך כלל דארף א שרייבער כאפן מיין אטענשאן ביז 15 סעקאנדס. אויב איז ער נישט מצליח דאס צו טון האט ער מיך פארלוירן.

דער סך הכול פון מיין פשט'ל איז אז איך (און מסתמא אויך אנדערע) האב ליעב דיין אריכות. ווייל (רוב מאל) זעה איך שוין די נקודה גלייך אין אנהייב. ואידך פירושא. זיל גמור.

דער אייבישטער זאל דיר באצאלן מידה כנגד מידה און דו זאלסט האבן אריכות ימים ונשים. (ניין. איך לייד (ב"ה) נישט אויף דיסלעקסיע. און איך קען (ב"ה) אויך גאנץ גוט ספעללן. אזוי זאגט מען.)...אכיה"ר...!

רעב בערל, ס'קוקט אויס אז איר זענט א גרויסע קונצלער (אדער קונסטלער)...

איר באווייזט אין א תגובה וואס מ'רעדט פון מאריך זיין און פארפארן פון די נושא, און איר טוט עס תיכף ומיד...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1156
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 8:28 am
האט שוין געלייקט: 7578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1917 מאל


גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און איין גאסט