אנקעטע: בילדער פון פרויען

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

וואס זאל זיין די שטעלונג פון "קאווע שטיבל" לגבי בילדער פון צניעות'דיגע פרויען:

הסקר נגמר בתאריך פרייטאג מערץ 09, 2012 7:09 pm

גענצליך פארבאטן
16
35%
גענצליך ערלויבן
21
46%
ערלויבן בלויז פארווישטע פנימ'ער
9
20%
 
וויילער בסך הכל: 46

געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:דער דיון איז נישט דא איבער די הלכה צי מ'מעג צי מ'טאר נישט, מען גייט נישט אריין צי עס איז דאורייתא אדער א דרבנן , דעם חילוק צווישן א צניעות'דיגע פרוי אדער נישט און צווישן ראיה און הסתכלות. אויב יא, קומט נישט קיין אנקעטע, נאר אן אשכול איבער א בירור הלכה. נאר וואס דען? פשוט די ערשטע בליק פון די מיטגלידער אויף א היימישן פארום צי עס קומט מיט בילדער פון נשים, אפילו צניעותדיגע, צי נישט.

אמת לאמתו
שרגא האט געשריבן:יעצט רוב זענען געוואוינט אז נישט און זיי ווילן דאס נישט

די נאמבערס סעי אדערווייז.
שרגא האט געשריבן:דאס איז דער גדר אין חרדישע צייטונגען, און דאס זעלבע ערווארט מען דא אויך. (יא, אסאך פון די אלע "ניין-זאגערס" און אויך פון די אנדערע "היימישע פארומס" בין איך חושד האלטן זיך נישט אפ פון גיין אויף אנדערע גויאישע נייעס-וועבזייטלעך וואו מ'קען זען בילדער פון פרויען, און טאקע נישט פון דעם צניעות'דיגסטן סארט, און אפילו אויף יו-טוב, אבער למעשה אין דעם אידישן קווארטאל וואו עס איז מעגליך וויל מען כאטש האלטן די גדרים און פארוואס זאל מען עס דא ברעכן און נישט מאכן דעם גדר.)

אז די ווילסט מאכן גדרים, גוד פאר יו, צווינג אבער נישט ארויף דיין מיינונג אויף אנדערע.

שרגא האט געשריבן:און באמת איז עס לכ' טאקע צוליב דעם אויך הארבער עפ"י הלכה פאר חסידים וואס זענען נישט געוואוינט בכלל צו קוקן אויף נשים, ווייל עס קען אונז טאקע ענדערש ברענגען צו הרהורים.

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא מין הלכה, אדרבא, טאמער זהירות ברענגט צו מכשולות מה הועילו חכמים בתקנתם? אפשר איז טאקע כדאי מבטל צו זיין דעי זהירותן.
ראה חטא עץ הדעת "וּמִפְּרִי הָעֵץ אֲשֶׁר בְּתוֹךְ הַגָּן אָמַר אֱ־לֹקים לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ וְלֹא תִגְּעוּ בּוֹ פֶּן תְּמֻתוּן"

שרגא האט געשריבן:אויך איז זיכער דא דער ספק, איבערהויפט ווען דער פאקט איז אז רוב ווילן דאס נישט פאר א סיבה, אז איינער וועט הנאה האבן פון דעם בילד, וואס צו קוקן ליהנות איז דאך זיכער אן איסור גמור לכל הדיעות. איז אויך אלס ספק דארף מען זיך אפהאלטן.
און אויב עס הייבט זיך אן מיט נאר צניעות'דיגע פרויען, וועט זיך אנהייבן יעדן טאג פרישע אנקעטעס צי "איז די פאלגנדע בילד נאך אין גדר פון צניעותדיג אדער נישט?".

פארדעם האבן מיר א שולחן ערוך.
שרגא האט געשריבן:נאך א פונקט: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

מיט דעם קען זיין ביזט גערעכט אבער אלע וואס האבן געוואוט ווייסן דאס אויך און אעפ"כ האבן זיי געוואוט אויף יא.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך שרגא »

געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:דער דיון איז נישט דא איבער די הלכה צי מ'מעג צי מ'טאר נישט, מען גייט נישט אריין צי עס איז דאורייתא אדער א דרבנן , דעם חילוק צווישן א צניעות'דיגע פרוי אדער נישט און צווישן ראיה און הסתכלות. אויב יא, קומט נישט קיין אנקעטע, נאר אן אשכול איבער א בירור הלכה. נאר וואס דען? פשוט די ערשטע בליק פון די מיטגלידער אויף א היימישן פארום צי עס קומט מיט בילדער פון נשים, אפילו צניעותדיגע, צי נישט.

אמת לאמתו

שרגא האט געשריבן:יעצט רוב זענען געוואוינט אז נישט און זיי ווילן דאס נישט

די נאמבערס סעי אדערווייז.
רוב היימישע אידן זענען געוואוינט נישט צו זען אין היימישע פלעצער בילדער פון נשים. איך זע נישט וועלכע נאמבערס סעי אדערווייז. אויב רעדסטו פון דעם היגן אנקעטע, האלט עס דערווייל ביי האלב, און זיי אלע וועלן אויך מודה זיין אז אויב וועט דא זיין נשים וועט דאס זיין די ערשטע היימיש-אידישע פלאץ וואס טוט דאס.

שרגא האט געשריבן:דאס איז דער גדר אין חרדישע צייטונגען, און דאס זעלבע ערווארט מען דא אויך. (יא, אסאך פון די אלע "ניין-זאגערס" און אויך פון די אנדערע "היימישע פארומס" בין איך חושד האלטן זיך נישט אפ פון גיין אויף אנדערע גויאישע נייעס-וועבזייטלעך וואו מ'קען זען בילדער פון פרויען, און טאקע נישט פון דעם צניעות'דיגסטן סארט, און אפילו אויף יו-טוב, אבער למעשה אין דעם אידישן קווארטאל וואו עס איז מעגליך וויל מען כאטש האלטן די גדרים און פארוואס זאל מען עס דא ברעכן און נישט מאכן דעם גדר.)

אז די ווילסט מאכן גדרים, גוד פאר יו, צווינג אבער נישט ארויף דיין מיינונג אויף אנדערע.

איך האב נישט גערעדט פון צווינגען אדער נישט, איך האב געפרעגט פארוואס מען זאל דא ברעכן א גדר וואס איז נאכנישט געבראכן געווארן אויף קיין שום אנדערע היימיש-אידישע פלאץ. אויך האב איך מסביר געווען אז נשים קען מען זען גענוג איבער'ן גאנצן נעט אויב איינער וויל, סאו פארוואס זאל עס דוקא אויספעלן דא? חוץ אויב איז טאקע דא דער ציל זיך אויסצוגעבן און מען וויל טאקע דוקא פארטרייבן די אביסל ערנסטע סארט, דאן פארשטיי איך.

שרגא האט געשריבן:און באמת איז עס לכ' טאקע צוליב דעם אויך הארבער עפ"י הלכה פאר חסידים וואס זענען נישט געוואוינט בכלל צו קוקן אויף נשים, ווייל עס קען אונז טאקע ענדערש ברענגען צו הרהורים.

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא מין הלכה, אדרבא, טאמער זהירות ברענגט צו מכשולות מה הועילו חכמים בתקנתם? אפשר איז טאקע כדאי מבטל צו זיין דעי זהירותן.
ראה חטא עץ הדעת "וּמִפְּרִי הָעֵץ אֲשֶׁר בְּתוֹךְ הַגָּן אָמַר אֱ־לֹקים לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ וְלֹא תִגְּעוּ בּוֹ פֶּן תְּמֻתוּן"

אויב אזוי דארפסטו איבערלערנען די הלכות. אויסער די שאלה אויף דעם עצם זען, איז דאך קלאר אז אויב עס ברענגט לידי הרהור איז אן איסור דאורייתא. שוין געזען די מעשה אין די גמרא וואו מען האט געפסקנט אז "ימות ולא יראינה"? ווייסטו אז המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה 'ונתכוין ליהנות ממנה' כאילו נסתכל בבית התורף שלה?
מה הועילו חכמים בתקנתם? קוק וויאזוי רוב היימישע אידן ווערן ב"ה נישט נכשול (און אויב ווייסטו וואס טוט זיך אין די אנדערע זייט וועלט, ווייסטו דעם אנדערן האלב אז ביי אונז איז שוין איינמאל הועילו חכמים בתקנתם). מבטל זיין די זהירות? ס'הייסט מ'זאל לאזן גענוג מאל נכשול ווערן, ווייל נאכדעם וועט מען עס שוין נישט שפירן... דאס אויסער דעם וואס נאכדעם גייט מען דאך נאר צום נעקסטן שטאפל, ווייל דאס באפרידיגט נישט.


שרגא האט געשריבן:אויך איז זיכער דא דער ספק, איבערהויפט ווען דער פאקט איז אז רוב ווילן דאס נישט פאר א סיבה, אז איינער וועט הנאה האבן פון דעם בילד, וואס צו קוקן ליהנות איז דאך זיכער אן איסור גמור לכל הדיעות. איז אויך אלס ספק דארף מען זיך אפהאלטן.
און אויב עס הייבט זיך אן מיט נאר צניעות'דיגע פרויען, וועט זיך אנהייבן יעדן טאג פרישע אנקעטעס צי "איז די פאלגנדע בילד נאך אין גדר פון צניעותדיג אדער נישט?".

פארדעם האבן מיר א שולחן ערוך.

הא? וואס איז נאכאמאל דיין תירוץ פארוואס מען זאל ברענגען בילדער אויב וועלן מענטשן אפשר הנאה האבן פונעם בילד, וואס דאן איז אן איסור גמור. און לכ' די בילדער וואס מען וועט וועלן ברענגען, וועלן דאך ווארשיינליך זיין ראוי הנאה צו האבן... האסטו אויך נישט געכאפט מיין פראגע: אויב לאזט מען נאר צניעותדיגע בילדער, וועט מען אנהייבן יעדן טאג "מעיין זיין" אויף די בילדער צי זיי זענען גענוג צניעותדיג? און דערווייל וועט עס אויך ליגן פאר יעדן צו זען ביז די אנקעטע איז געענדיגט? און נאך דעם אלעם, וואס וועט דער שולחן ערוך העלפן, די גדרים קען אויך האבן מיט'ן אינדיווידועלן מענטש

שרגא האט געשריבן:נאך א פונקט: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

מיט דעם קען זיין ביזט גערעכט אבער אלע וואס האבן געוואוט ווייסן דאס אויך און אעפ"כ האבן זיי געוואוט אויף יא.


דאס אז אנדערע וואוטן זע איך, אבער מיט דעם האסטו, אדער זיי, נאכנישט פארענטפערט מיין פראגע: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך קרעקער »

איך שטים
פארבאטען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך דבילה »

לויט ווי איך פארשטיי איז שרגא מסכים אז דער וואס קוקען יא אויף בילדער פון פרויען שלא בדרך הסתכלות און שלא ע"מ להנות זענען נישט קיין עבריינים. די עיקר שאלה איז צו שרגא ובדומה לו וואס זענען יא מקפיד אפילו אויף געווענליכע ראיות וועלן זיך פילן באקוועם. טא, אויף דעם איז דער עצה פשוט. אויב איינער וויל עפענען אן אשכול מיט א נושא וואס פארלאנגט זיך בילדער פון פרויען דערין, קען ער דאך שרייבן אין די קעפל א זהירות פאר די מקפידים און שלום על ישראל.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך קופערניקוס »

כ'זעה נישט די מחלוקה דא, סתם א בילד פון א פרוי מעג מען. נישט ווייניגער ווי הרבנית אלטא פייגא ז"ל האט געמעגט זיצן ביי כ"א כסליו אין ארמארי נעבן איר מאן אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, און נישט ווייניגער ווי די בילדער וואס גדולי ישראל האבן אריינגעלייגט אין די שער-בלעטער פון זייערע ספרים; אבער בילדער פון סעלעבריטיס פון די תחום פון אינטערטעינמענט דאס נישט. א בילד פון קלינטאן -אומגעשניטן- יא, פון שרה זילבערמאן נישט
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך קופערניקוס »

די אמת איז אז אויב מען טראכט טיפער, מען נעמט אפיר דעם ישיבה''שען לומדישן פינגער דארף מען עס אנקוקן ווי א בין אדם לחברו שאלה, צו מען מעג מאכן אומבאקוועם פאר די קוקער וואס זענען מקפיד אויף אזא זאך. אמת, ווען זיי גייען אויף סי-ען-ען אדער וואס איז נייעס זענען זיי נישט מקפיד, אבער ווען זיי קומען דא ווילן זיי שפירן אידישליך. אפשר גייט עס אריין אין די שאלה פון עפענען א פענסטער אין א עפנטליכע פלאץ, זומער מעג מען אפילו אויב רוב מענטשן לאזן נישט, ווייל דאס איז יעצט די פאסיגע וועטער. ווינטער טאר מען נישט אפילו אויב מער מענטשן ווילן נישט. כל המשנה מן הוועטער ידו על התחתונה. אלזא, זענען מיר א צווייטע איי-וועלט און ווער עס לייגט בילדער איז משנה וידו על התחתונה, אדער זענען מיר נאך א פלאץ אויף דעם געוועב, און בעלי זהירות זאלן זיך דרייען אין היכל התורה, דא איז די רול אז פרויען זענען פופציג פראצענט פון די מענטשהייט און זייערע בילדער גייען אריין.
ועוד יש מקום להאריך בזה, און אפשר דארף מען מאכן א שאלת חכם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:רוב היימישע אידן זענען געוואוינט נישט צו זען אין היימישע פלעצער בילדער פון נשים. איך זע נישט וועלכע נאמבערס סעי אדערווייז. אויב רעדסטו פון דעם היגן אנקעטע, האלט עס דערווייל ביי האלב, און זיי אלע וועלן אויך מודה זיין אז אויב וועט דא זיין נשים וועט דאס זיין די ערשטע היימיש-אידישע פלאץ וואס טוט דאס.

בילד
טאמער ביי דיר מיינט "היימיש" סאטמער ביזטו גערעכט.

שרגא האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון צווינגען אדער נישט, איך האב געפרעגט פארוואס מען זאל דא ברעכן א גדר וואס איז נאכנישט געבראכן געווארן אויף קיין שום אנדערע היימיש-אידישע פלאץ. אויך האב איך מסביר געווען אז נשים קען מען זען גענוג איבער'ן גאנצן נעט אויב איינער וויל, סאו פארוואס זאל עס דוקא אויספעלן דא? חוץ אויב איז טאקע דא דער ציל זיך אויסצוגעבן און מען וויל טאקע דוקא פארטרייבן די אביסל ערנסטע סארט, דאן פארשטיי איך.

טאקע פארדעם, ווען דער עולם וויל דען נאך א ראן אוו די מיל פלאץ וואלטן זיי געכענט בלייבן אין ביהמ"ד אדער אין קרעטשמע, סך הכל וויל מען א נארמאל פלאץ ווי מ'זאל קענען פארברענגען מיט נארמאלע מענטשען אן דעי אלע עקסטרעמע משוגעתן וואס האבן אויסגעשפראצט די לעמטע פאר צענדליג יארן. איי קען אנלי ספיק פאר מייסעלף, אבער אזא פילינג האב איך.

שרגא האט געשריבן:אויב אזוי דארפסטו איבערלערנען די הלכות. אויסער די שאלה אויף דעם עצם זען, איז דאך קלאר אז אויב עס ברענגט לידי הרהור איז אן איסור דאורייתא. שוין געזען די מעשה אין די גמרא וואו מען האט געפסקנט אז "ימות ולא יראינה"? ווייסטו אז המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה 'ונתכוין ליהנות ממנה' כאילו נסתכל בבית התורף שלה?
מה הועילו חכמים בתקנתם? קוק וויאזוי רוב היימישע אידן ווערן ב"ה נישט נכשול (און אויב ווייסטו וואס טוט זיך אין די אנדערע זייט וועלט, ווייסטו דעם אנדערן האלב אז ביי אונז איז שוין איינמאל הועילו חכמים בתקנתם). מבטל זיין די זהירות? ס'הייסט מ'זאל לאזן גענוג מאל נכשול ווערן, ווייל נאכדעם וועט מען עס שוין נישט שפירן... דאס אויסער דעם וואס נאכדעם גייט מען דאך נאר צום נעקסטן שטאפל, ווייל דאס באפרידיגט נישט.


כ'קען די הלכות גאנץ גוט, ראיה בעלמא איז קיין שום שאלה נישט, הסתכלות לשם הנאה איז אסור ביי אן אשת איש. שאלה הייבט זיך אן ביי ערוה בעששית, וואס איז אסור, אבער דא רעדט מען נישט פון קיין ערוה און נישט פון קיין עששית. א בילד אפילו פון א ערוה לויט טייל פוסקים מעג מעןדאווענען און אפילו זיך בוקן לנגד אותו צד, ווער רעדט נאך פון א צניעותדיגע כלה נאה וואס ס'איז א מצוה משבח זיין איר שיינקייט בפני בעלה כדי לחבבה בעיני. (עקסיוז מיין "ניוול פה"...)

שרגא האט געשריבן:הא? וואס איז נאכאמאל דיין תירוץ פארוואס מען זאל ברענגען בילדער אויב וועלן מענטשן אפשר הנאה האבן פונעם בילד, וואס דאן איז אן איסור גמור. און לכ' די בילדער וואס מען וועט וועלן ברענגען, וועלן דאך ווארשיינליך זיין ראוי הנאה צו האבן... האסטו אויך נישט געכאפט מיין פראגע: אויב לאזט מען נאר צניעותדיגע בילדער, וועט מען אנהייבן יעדן טאג "מעיין זיין" אויף די בילדער צי זיי זענען גענוג צניעותדיג? און דערווייל וועט עס אויך ליגן פאר יעדן צו זען ביז די אנקעטע איז געענדיגט? און נאך דעם אלעם, וואס וועט דער שולחן ערוך העלפן, די גדרים קען אויך האבן מיט'ן אינדיווידועלן מענטש

נא, מעיין זיין לצורך הלכה מעג מען דאך, תורה היא וללמוד אני צריך!

שרגא האט געשריבן:דאס אז אנדערע וואוטן זע איך, אבער מיט דעם האסטו, אדער זיי, נאכנישט פארענטפערט מיין פראגע: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

מיט דעם לאגיק קענסטו אפפרעגען יעדע אנקעטע, אויב פאר איין צד גייט עס מער לנפשם ווי די צווייטע צד.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
קאנטאקט:

Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען

שליחה דורך באריסטא »

לויט דער אנקעטע, האבן 46% געוואלט אז מיר זאלן גענצליך ערלויבן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען, 20% האבן געוואלט אז מ'זאל ערלויבן בלויז פארווישטע פנימ'ער, און 35% האבן געוואלט אז מיר זאלן גענצליך פארבאטן בילדער פון פרויען. עס איז קלאר אז צווישן די דריי אפציעס האט דאס מערסטע שטימען באקומען די אפציע פון "גענצליך ערלויבן" – מיר קענען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז 54% פראצענט האבן געוואלט אז מ'זאל גענצליך פארבאטן אדער כאטש פארווישן די פנימ'ער. דעריבער איז דער באשלוס פון דער הנהלה ווי פאלגנד:

בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט פאר דעם ביי איינער פון די מנהלים. בארימטע היסטארישע בילדער קענען ארויפגעשטעלט ווערן (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדען), אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
פארשפארט