שלום עליכם קאווע שטיבל

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך קאפיטאן » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:27 pm

(א ווארט פון קעלנער)

שלום עליכם טייערע חברים,

אלץ א קאווע שטיבל מעמבער וואס האט ווי פילע אנדערע זייער שטארק נישט געוואלט דאס פלאץ זאל ווערן אפגעשפארט, האב איך באלד אנפאנג ווען קעלנער האט געמאלדן אז ער וויל אויפגעבן זיין מנהל'שאפט און דאס וואלט געמיינט אז דאס שטיבל ווערט פארמאכט, אנגעטראגן מיין גרייטקייט צו שטיין צו הילף מיט וואס נאר מעגליך, און אפילו איבערצונעמען זיין ארט אז דאס פלאץ זאל קענען בלייבן אפן.

עס איז נישט קיין סוד אז די מעלדונג האט ביי א גרויס טייל פון אונזערע מעמבערס געברענגט א טרויער. זעענדיג ווי שטארק דער ציבור וויל באמת אז דאס שטיבל זאל בלייבן אקטיוו ווי ביז יעצט, האט קעלנער באוויליגט מיר צו טרעפן פערזענליך און מיר איבערגעבן די פירערשאפט. און איך בין זייער דאנקבאר אז ער האט געזעהן אין מיר דער פאסיגער מענטש איבערצונעמען די פאזיציע. ‎דערפאר נעם איך עס אויף מיינע פלייצע און פון יעצט און ווייטער וועל איך שטיין בראש און פרובירן אנפילן די שיך פון קעלנער. איך ווייס די אחריות, און איך פארשטיי אז עס איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע, אבער וויסנדיג אז די עתיד פון קאווע שטיבל איז אין דעם געוואנדן, האב איך עס גענומען אויף מיר, און איך האף אייך אלע צו קענען באדינען און צופרידנשטעלן.

אין די יעצטיגע צייט ווען מ'מישט איבער א ניי בלעטל בין איך גרייט צו הערן אלע הערות און הצעות מיט וואס מ'קען פארבעסערן קאווע שטיבל. יעצט איז די צייט צו פארשלאגן געדאנקען און עצות ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער שטיבל, פאר סיי וועלכע הערות קען מען זיך ווענדן אין אישי.

ווי עס איז אלעמאל געווען די פלאן פון קאווע שטיבל וועל איך פרובירן צו האלטן די צענזור צו א מינימום, און זיך נישט פארלאזן אויף מיין אייגענע שיקול הדעת, נאר זיך דורכרעדן מיט די אנדערע מנהלים. אויב שפירט איר אז איר זענט געהאנדלט געווארן נישט יושר'דיג קענט איר אלעמאל זיך ווענדן צו מיר פריוואט און איך וועל אייך פרובירן צופרידנשטעלן לויט מיינע בעסטע מעגליכקייטן, און אין איינקלאנג מיט די תקנות פון די גרינדערס פון קאווע שטיבל.‎
קאווע שטיבל איז פון די ערשטע טאג געווען געשטעלט מיט'ן געדאנק פון אנאנימיטעט, דאס הייסט אז כדי יעדער זאל זיך קענען שפירן באקוועם און שרייבן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארצן, קען מען זיך באנוצן מיט א ניק-נאמען, סיי די מנהלים און סיי די מעמבערס, און דאס איז עפעס וואס קומט אויס דאס בעסטע און באקוועמסטע פאר רוב חברים, און טוט שטארק ביישטייערן צו וואס קאווע שטיבל האט זיך ערווארבן דורכאויס די לעצטע פיר יאר. מיר בעטן אלעמען ווייטער צו רעספעקטירן די פריוואטקייט פון אלע מעמבערס צוגלייך.

אן קיין שרייבערס איז נישטא קיין קאווע שטיבל. מיר בעטן אלע וואס האבן הנאה פון די פלאץ און ווילן עס זאל ווייטער האבן אן עתיד ביטע שרייבט, לייקט, קאמענטירט, און האלט דאס פלאץ אקטיוו און פריש, אז אנדערע זאל הנאה האבן און אויך וועלן שרייבן, און קאווע שטיבל וועט ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט בעז"ה.

אייער ידיד,
קאפיטאן
קאפיטאן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 14, 2016 8:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:31 pm

שוין דא צו קויפן די נייע מחנים ביכל: "דער @קאפיטאן האט געראטעוועט".
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1966 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3903 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:39 pm

שלום וברכה הער קאפיטאן!
יישר כוח מעומק הלב פארן ראטעווען די מצב. שכרך הרבה מאוד!
ימים על ימי מלך תוסיף וגו'
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:41 pm

וואס גייט זיין מיט מאחורי?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1994 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:50 pm

שלום עליכם הער קאפיטאן,

אלץ אונזער נייע אומערוועלטע באלעבאס, וואס ווי מאנכע האבען ארויסגעברענגט אין פארשידענע אשכולות אין די לעצטע טעג, מיינט דאס אז אלעס וואס מען גייט דא טוהן און שרייבען איז תלוי אין דעם וואס מען טראסט אייך, און מען פארשטייט אז איר זענט די פריוואטע בעל הבית פון שטיבל וואס איז אינגאנצן בארעכטיגט צו טוהן מיט דעם וואס איר ווילט, ביז צו פארמאכען די גאנצע זאך, אדער פארקויפען פאר כל המרבה במחיר, אדער סיי וועלכע שינוי והנהגה כאדם העושה בתוך שלו.

וואלט איך געוואלט לפחות וויסען ווער איר זענט. איך דארף נישט קיין נאמען, עס גייט מיר נישט אן טאמער איר הייסט משה יאנקלוויטש אדער יאנקל חיימאוויטש, נאר בערך פון וואו איר קומט, (למשל חסידיש/ליטוויש, אלט/יונג, בייז אויפ'ן סיסטעם/פרא דער סיסטעם, באבוב 45/באבוב 48, סטוטשין תולדות יהודה/סטוטשין יודקאווסקי, וכדומה, זאכען וואס מען ווייסט דא על הרוב אויף יעדער אנדערע ניק) וואס איז דאס וואס ציט אייך קיין קאווע שטיבל, און וויאזוי איר זעהט דער מטרה און תכלית פון דער פלאץ, לויט וואס איר פלאנט דאס צו פירען.

ווי איך שטעל מיך פאר זענט איר נישט היינט אנגעקומען אויף קאווע שטיבל, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך אונז צו פארציילען וואס אייער נארמאלע ניק איז. עס איז נישטא קיין נארמאלע סיבה דאס צו באהאלטען אויזער אז מען זאל אייך נישט קענען האלטען אחראי אויף וואס איר טוהט. ווי אויך וועט דאס אייביג גורם זיין א לזות שפתיים טאמער וועט דער מנהל זיך אריינמישען אויף א געוויסע צד אז ער נוצט אויס זיין כוח צו מעקן למשל דער וואס דינגט זיך מיט עם אין אן אשכול, וויבאלד ער קען דאך זיין יעדער ניק. פאר דער זעלבער סיבה וואלט געווען גלייך צו מאכן א תקנה אז די מנהלים זאלן אלעמאל מודיע זיין טאמער נוצען זיי דאפעלטע ניקס מאיזה סיבה שיהיה.

עס וואלט אויך געווען ריכטיג אז טאמער באקומט איר באצאלט פאר אייער פאסטן זאלט איר דאס מודיע זיין.

אן די מאס מענטשליכקייט בלייבט אלץ ביים אלטן, און ס'נישטא קיין טעם בכלל צו רעדן.

מיט עהרע,

יצחק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום מאנטאג מערץ 14, 2016 10:22 pm, רעדאגירט געווארן 6 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3891
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6112 מאל

הודעהדורך שלמהלע » מאנטאג מערץ 14, 2016 9:55 pm

יישר כח קאפיטאן פאר׳ן ראטעווען קאווע שטיבל פון אונטערגאנג. זעהט אויס מיין השערה אין דעם תגובה איז נישט ריכטיגע געווען
viewtopic.php?p=324281#p324281

איך וועל מיך ווייטער ענדזשויען מיט קאווע שטיבל.

אבער קאפיטאן משימה גדולה נטלת על שכמך. דו שרייבסט אז ווי אלעמאל וועט מען האלטן די צענזור צו א מינימום. אדרבה! אבער זייער אסאך מאל איז דא וואס די דעת בעל הבית זאגט אז ״פרייהייט פון ווארט״ איז פאר אלעם, ווען צו די זעלבע צייט איז עס א אחריות גדולה עד למאוד כלפי שמיא. איך גיי נישט דא ברענגען קיין משלים, ווייל עס וועט זיך אנהייבן א וויכוח, יעדער האט אנדערע סטאנדארטן.. אבער אויב קאווע שטיבל ברענגט אראפ אפילו איינעם צו זיין נידריגער אין אידישקייט איז עס אויף דיין אחריות. און פארשטייט זיך פארקערט אויך אויב וועט ארויסקומען אז אידן וועלן נתעלה ווערן וועט עס זיין דיין שכר.

איי ריעלי דאונט קער צו איך בין א דעת יחידאה דא, איך האלט אז איבערנעמענדיג די לייצעס זאלסטו דוקא יא קאנסידערן צו האבן א שטייפערע האנט אויף תגובות וואס שמעקן פון פריקת עול, ניבול, ליצנות פון סיי וועלכע סטאנדארט אין אידישקייט. איי ״קאווע שטיבל״ באלאנגט אן קיין צענזור? קאווע שטיבל איז נישט אייגנארטיג דוקא מיט די צענזור חלק - עס האט נאך אסאך גוטע חלקים, נישט צענזורירן תגובות וואס קענען אראפברענגען מענטשן צו נידריגריע דרגות איז א מאסיווע באמאסטישע פאראנטווארטליכקייט.

בברכת צלח ורכב
שלמהלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:53 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך א איד » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:00 pm

איך ווארף זיך אונטערן נייעם מנהל, וואס דו הייסט וועל איך פאלגן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:01 pm

אזעלכע תגובות האט מען נאך געזען אין 2012
יעצט איז פשוט א התחדשות, און ס'חזר'ט זיך איבער.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:06 pm

איי גאט א פילינג אז הער @קאפיטאן איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטער @שש משזר
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 689
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:06 pm

ישר כוח הער קאפיטאן פארן אננעמען די שווערע אויפגאבע
איך בין מסכים מיט איין פרט מיט לעקוואד אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו לאזן וויסן אייער ארגינאלען ניק וואס דורך דעם וועלן מיר קענען בעסער פארשטיין וואס אייער מטרה איז מיטן שטיבל
נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען זיין קאמפליצירט דאס צו טוהן אלס גילוי וכדומה אבער פון די אנדערע זייט איז דאס וויכטיג פאר די טראסט
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 920
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 867 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:08 pm

שושן פורים האט געשריבן:איי גאט א פילינג אז הער @קאפיטאן איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באליבטער @שש משזר

עה, וואס עפעס? איך האב א פילינג אז ס'איז לעיקוואד בכבודו ובעצמו...
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:11 pm

פרייוויליג האט געשריבן:וואס גייט זיין מיט מאחורי?


ששששש
זאגסט הויך וואס יעדער טראכט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2618
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2714 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:15 pm

שלום עליכם @לעיקוואד. מ'זעהט אז די האסט שוין לאנג נישט געשריבן. 5 מאל האסטי געדארפט רעדאגירן דיין תגובה
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2618
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2714 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:29 pm

לעיקוואד האט געשריבן:
ווי איך שטעל מיך פאר זענט איר נישט היינט אנגעקומען אויף קאווע שטיבל, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך אונז צו פארציילען וואס אייער נארמאלע ניק איז. עס איז נישטא קיין נארמאלע סיבה דאס צו באהאלטען אויזער אז מען זאל אייך נישט קענען האלטען אחראי אויף וואס איר טוהט. ווי אויך וועט דאס אייביג גורם זיין א לזות שפתיים טאמער וועט דער מנהל זיך אריינמישען אויף א געוויסע צד אז ער נוצט אויס זיין כוח צו מעקן למשל דער וואס דינגט זיך מיט עם אין אן אשכול, וויבאלד ער קען דאך זיין יעדער ניק.

עס וואלט אויך געווען ריכטיג אז טאמער באקומט איר באצאלט פאר אייער פאסטן זאלט איר דאס מודיע זיין.

אן די מאס מענטשליכקייט בלייבט אלץ ביים אלטן, און ס'נישטא קיין טעם בכלל צו רעדן.

איך גלייב אז יעדער אנשטענדיגער מענטש איז מסכים מיט דעם.
נאך פארן זעהן קאפיטאן'ס תגובה, נאר קעלנער'ס הודעה, האט מיר געכאפט דעם קיצל.
און מען האט שוין די טענה געהערט די לעצטע שטיק צייט, סיי יעצט, און ביי ביי די פריערדיגע מערכה, און אויב האט קאפיטאן זיך אונטערנומען די משימה אן נעמען אין חשבון אז מען זאל אים קענען טרעיקן דאס מינדעסטע, לפחות וועלכע ניק ער איז, איז דאס א פרעכע עוולה, און א זדון פון חוסר אחריות. און דאס מיינט אז מען רעכענט זיך נישט מיט ריכטיגע טענות פון חברים דא.

בדרך אגב, שלום רבי יצחק, איך האב געבענקט נאך אייך.
כ'וועל נישט זאגן כהאב אינגאנצען פארגעסן פון דיר, כבאזוך דיין זייטל כסדר.
סאיז אבער נישט מיט דעם אומפארמאלע חן ווי דא אין שטיבל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:30 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:שלום עליכם @לעיקוואד. מ'זעהט אז די האסט שוין לאנג נישט געשריבן. 5 מאל האסטי געדארפט רעדאגירן דיין תגובה

6 מאל. יעצט רעדאגיר דיין תגובה ;) .
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3891
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6112 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:37 pm

כ'וואלט אויך געקענט באשטיין אביסל פרטים, אבער זיין ניק בין איך איהם מוחל, כ'וויל נישט וויסן ווען איך האב א ויכוח מיט איהם אז ער איז דער מנהל.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2355
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:40 pm

ריכטיג האט געשריבן:כ'וואלט אויך געקענט באשטיין אביסל פרטים, אבער זיין ניק בין איך איהם מוחל, כ'וויל נישט וויסן ווען איך האב א ויכוח מיט איהם אז ער איז דער מנהל.

אי משום הא קען ער עפענען א נייע ניק פון היינט און ווייטער
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 920
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 867 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:40 pm

וואס גייט דיך אהן? דו האסט א פראבלעם זיך צו דינגען מיט למעלה משבעים פון א״וו?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:43 pm

שלום עליכם הער קאפיטאן. יהא בואך לברכה ולהרמת קרן השטיבל!
ניין, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו וויסן ווער איר זענט. ווי לאנג קאווע שטיבל בלייבט שטיין, עס איז ווייטער דא א געשמאקע פלאץ וואו מען קען שמועסן און פארברענגען אינאיינעם, בין איך זייער צופרידן און פרייליך. א גרויסן דאנק פאר'ן איבערנעמען די לייצעס און נעמען אויף זיך די עבודת הקודש. זאל השי"ת אייך שטיין צו די האנט אז איר זאלט מצליח זיין בכל אשר תפנה.

און א באזונדערע דאנק פאר הרב @קעלנער פאר די גרויסע איבערגעגעבנקייט די אלע יארן. גאר אסאך האב איך קונה געווען און נהנה געווען פונעם שטיבל, און עס קומט אייך באמת א גרויסער הכרת הטוב.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:44 pm

ירא שמים האט געשריבן:וואס גייט דיך אהן? דו האסט א פראבלעם זיך צו דינגען מיט למעלה משבעים פון א״וו?

יא
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2355
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:46 pm

mevakesh האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:כ'וואלט אויך געקענט באשטיין אביסל פרטים, אבער זיין ניק בין איך איהם מוחל, כ'וויל נישט וויסן ווען איך האב א ויכוח מיט איהם אז ער איז דער מנהל.

אי משום הא קען ער עפענען א נייע ניק פון היינט און ווייטער

א גוטע עצה, אבער יעדער וועט כאפן.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2355
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך גר ותושב » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:50 pm

mevakesh האט געשריבן:ישר כוח הער קאפיטאן פארן אננעמען די שווערע אויפגאבע
איך בין מסכים מיט איין פרט מיט לעקוואד אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך צו לאזן וויסן אייער ארגינאלען ניק וואס דורך דעם וועלן מיר קענען בעסער פארשטיין וואס אייער מטרה איז מיטן שטיבל
נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען זיין קאמפליצירט דאס צו טוהן אלס גילוי וכדומה אבער פון די אנדערע זייט איז דאס וויכטיג פאר די טראסט

אדרבא איך וויל נישט וויסן ווער דער הער קאפיטאן איז ביי מיר איז ער א בלענק טשעק מיט א גוטע קרעדיט
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:59 pm

תרשיש, תרשיש, טיקעטס צו תרשיש, מזל טוב צום קאפיטאן, נישט קיין גרינגער עולם דא, זאלסט נישט זאגן כאדיר נישט געווארנט.
אלנפאלס, קופער און משה געציל, מארנאצן און זר זהב, די קריזיס איז אווער, מיר קענען צוריקגיין אין מייזן לעכל, אונז האמיר דאך נישט קיין צייט.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2522
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7140 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:03 pm

כוכב זיי אויך מודיע פאר בן תמליון יאיר ביבער...
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 920
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 867 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:10 pm

קאפיטאן, פאר לעיקוואדס וועגן אפשר? ער גיבט אונז נאך א טשענס! אלע ווייסן גאנץ גוט אז מיר דארפן אים האבן, און אז אהן אים שטייט דאס פלאץ אויף אסאך א נידרעגרן ניווא.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

נעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט