שלום עליכם קאווע שטיבל

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

שליחה דורך יאיר »

ברוך הבא שיפס קאפיטאן, איך וואונטש דיר הצלחה אין דעם נייעם אויפגאבע דיינעם, ווער אימער דו זאלסט נאר זיין, אפילו קעלנער אליין.
כאטש איך בין שוין כמעט נישט אקטיוו אויף דעם סייט איז מיר א פארגעניגן צו זען אז דער פארום וועט ווייטער אנגיין און דער פרישער דור קאווע שטיבל שרייבער וועלן קענען דא בלייבן פארברענגען על מי מנוחות.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר, איר זענט געגאנגען פון דא וועגן טראסט אישוס ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואוד, קודם שלום עליכם, מיר האבן שוין לאנג נישט גערעדט ;)
איך פערזענליך בין אוועקגעגאנגען פשוט ווייל קאווע שטיבל האט שוין ערפילט איר תפקיד ביי מיר און איך האב שוין אויסגעמעלקט די גאנצע מילך. כאטש איך פאל נאך אריין אהער פון צייט צו צייט, וועל איך נישט צוריקקומען בקביעות אפילו קאפיטאן מיט קעלנער צוזאמען זאלן זיך מגלה זיין זייער קודש הקדשים.
איך מיין אז דו נעמסט קאווע שטיבל מיט עפעס א געוואלדיגע ערנסקייט וואס עס פארדינט זיך נישט. כבר מלתי אמורה בזה אז קאווע שטיבל איז הויפטזעטליך געמאכט צו שמועסן גאסיפ, פארברענגען אביסל, זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, זאגן קריטיק און לאכן פון א נארישע דזשאוק.
אויב האבן פארשידענע חברים, ואני בתוכם, ארויסגעגעבן זייערע טאלאנטן דא און אריינגעלייגט גרויסע כוחות איז דאס פשוט ווייל עס איז נישטא קיין אנדערע פלאטפארעם אין די היימישע שפאלטן, מוז מען צוקומען צו אן אנאנימע פארום. אבער דאס איז נישט די הויפט ציל פון רוב משתתפים.
ממילא אלע דיינע שמתות וחרמות פון א משתלט על הציבור, א גרויזאמער דיקטאטור וואס בייסט אראפ נעזער, זענען גוט אפשר פאר די אידן וואס גלייכן צו הערן אז די גאנצע אומאפהענגיגע שופר בלאזנדע אידנטום מסוף העולם ועד סופו איז אויפגעשוידערט פון שרעק אז ר' אהרן טייטלבוים האט געטרונקען מים אחרונים וואסער. פאר תלמידים פון רבי מאטל איז צייט צו אפלאזן די נארישקייטן אום גיין עוסק זיין אין וויכטיגע ענינים, ווי למשל ווען עס וועט פארקומען די חתונה צווישן זעיר אנפין און עתיקא קדישא.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

פאר שלום בית מעג מען דאך משנה זיין, אלענפאלס דיין קונץ איז דאס שרייבן מיט הומאר, וואס דאס נעמט אוועק אלע בייזע הקפדות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יאיר אינך חולק עלי, אלא לשיטתך הכל לא ערנסט בכל מקרה. בהתאם לשיטתך הכללית על החיים לפעמים. והן הדברים שדיברתי .

בדרך אגב, חוסר המקום שדברת עליו בעצמו ענין חשוב הוא, וקצת סתרת את עצמך בנקודה זו. איני רואה למה לא יוכל קש להיות מקום כזה, וכי מה היה לכתחילה לדעתך לדבר זה. ואי שלא יהא אנונימי אין מי שמחייב ככה כאן. אלא כרגע אין כאן מקום כזה.

בענין ע"י כאן הוא ועי'.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

שליחה דורך בן אדם »

יאיר האט געשריבן:איך פערזענליך בין אוועקגעגאנגען פשוט ווייל קאווע שטיבל האט שוין ערפילט איר תפקיד ביי מיר און איך האב שוין אויסגעמעלקט די גאנצע מילך.

מילך ענדיגט זיך דען? ס'איז יעדן טאג דא פרישע סחורה.

ערענסט גערעדט, שאץ דיך נישט אונטער. וואלסט נאך געקענט אויפרעכטן ק"ש מיט אסאך שיינע מאמרים, און העמק דבר וואלט נאך געקענט זיין אפילו דאפלט אזוי גרויס ווי יעצט. ס'איז זיכער דא נאך אסאך נושאים וואס מ'האט נאכנישט מלבן געווען, און יאיר, מ'ווארט אויף דיר!
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

שליחה דורך בן אדם »

לעיקוואד האט געשריבן:יאיר אינך חולק עלי, אלא לשיטתך הכל לא ערנסט בכל מקרה. בהתאם לשיטתך הכללית על החיים לפעמים. והן הדברים שדיברתי .

בדרך אגב, חוסר המקום שדברת עליו בעצמו ענין חשוב הוא, וקצת סתרת את עצמך בנקודה זו. איני רואה למה לא יוכל קש להיות מקום כזה, וכי מה היה לכתחילה לדעתך לדבר זה. ואי שלא יהא אנונימי אין מי שמחייב ככה כאן. אלא כרגע אין כאן מקום כזה.
ביז דא האב איך פארשטאנען. פון דא איז שוין 'עין לא ראתה אלוקים זולתך'
בענין ע"י כאן הוא ועי'.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

שליחה דורך בן אדם »

איך פארשטיי אז ווען לעיקוואד רעדט פון טיפע מאמרים מיינט ער ע"פ רוב העמק דבר/תורה ומחשבה מאמרים.

איז אפשר זאל מען מאכן אן עקסטערע גבאי וואס וועט זיך אפגעבן מיט די תורה ודעת פארומ'ס, און ער זאל נישט זיין אנאנים, נאר ער וועט זיין אן אקטיווער מיטגליד און די פארומ'ס.

(איך האלט נישט אז ספעלט אויס, אבער להניח דעת לעיקוואד איז עס אפשר אן עצה)
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך גר ותושב »

נאך מער אמאל פלעיגט זיין א גבאי החודש וואס פלעיגט ארויס העלפן די לעצטע שטיק צייט איז נישט געוועין מער קען זיין וועיגן דעים איז עס געוועין צו שווער פאר קעלנער והעצה היעוצה איז אז הער קאפיטאן זאל אויפנעמען אונטער זיך אפאר מיטארבעטער שרי אלפים ושרי מאות וואס זאלן עים גרינגער מאכן די ארבעט עס זאל נישט צוקומען צום כי נבל תיבול גם אתה און עס וועט אויך זיין א מעלה אז עס וועט זיין היימישע נעימען וואס נעמען קער פונעם צענזור (וועט נישט אויסקוקן ווי א דיקטעיטאר כדאגת לעיקוואד) וכל הדבר הקשה יבואו אל הקאפיטאן ויכולת עמוד.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך א איד »

גוט געזאגט, א פשרה צווישן ביידע זייטן, אז יעדער זאל זיין צופרידן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שלום עליכם [tag]קאפיטאן[/tag], אונז זענען זייער צופרידן צו הערן פון דיר, עס איז זיכער נישט גרינג צו זיך אונטערנעמען אזא ארבעט, טאקע ווייל לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות אני נותן לכם, יא אונזער שטאלץ איז אלס א עם קשה עורף און אונז דא אין שטיבל זענען די מובחרים פון דעם, ווען נישט וואלטן אונז נישט דא געווען, אסאך קאפ וויי וועסטו נאך האבן פון דיין ארבעט, אבער שכרך הרבה מאוד, עלה והצלח.

ידידך
געוואלדיג
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

און פאר דער פארשוויגענער לעיקוואודער ר' יצחק אומר, וואס איך האב איהם שוין געזאגט, ביסט געקומען אהער וויסנדיג זייער קלאר אז דו ווייסט נישט ווער דער מנהל איז און וואס זיינע מאטיוון זענען, דו האסט געשריבן א לאנגע צייט אנאנים אוןן דעם וואס דיינע ליינער האבן געוואוסט ווער דו ביסט און וואס דיינע מאטיוון זענען, די הלכה איז אז צדקה ארבעט אויך שלא לשם שמים וויבאלד למעשה האט דער ארימאן הנאה, די זעלבע דא אויב האסטו הנאה איז נישט קיין חילוק די מאטיוון עס איז סתם א קאפ פאדרייעניש צו פאדערן און שרייען דיקטאטור ווען יעדער אן קיין נגיעה ווייסט אז עס איז כמעט נישט געמעקט געווארן נאר לעת הצורך ממש און ווען מען האט געמאכט א טעות האט מען שיין צוריק געצויגן, סא ברוך ה' אונז ווילן בלייבן אנאנים און אונז קענען באשטיין אז קאפיטאן זאל אויך בלייבן אנאנים און אונז דארפן נישט וויסן ווער ער איז און נישט וואס זיין ציווילע ניק איז, ווען דו ביסט געקומען אהער האסטו נישט געוואוסט ווער קעלנער איז סתם אין שטיבל, און פארט האסטו זיך נישט צוריקגעהאלטן פון שרייבן, און יעצט וועסטו נישט וויסן ווער קאפיטאן איז אין שטיבל עס איז לא מעלה ולא מוריד, דיינע טענות וועגן קעלנער האסטו נישט געהאט גלייך פון אנהויב נאר צוליב מעשה שלא היה האסטו אנגעהויבן פארפירן, יא איך בין אויך נייגעריג צו וויסן ווער ער איז אבער פארפירן איז סתם מקשקש בקומקום.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין נישט דא ארומצורעדען די הויכע ווערטער פון פארשוויגען, נאר איין נקודה אפירצוברענגען.
דער וואס באצאלט פאר די סייט, טוט עס פאר א סבה, ניין?
ער גלייכט צו זען די מאמרים און שמועסעריי דא, און אזוי באקומט ער די ווערט פון זיין געלט, ניין?
וויאזוי ווערט פארשאפען אט די ריוח וואס ער האלט ביים באצאלען דערויף? דורך די מאמרים וואס מיר שרייבען, ניין?
ט'זענען מיר נישט בעלעבאטים אויף די געלט וואס גייט אריבער?
ווי קען מען זאגען אז ס'איז נישט דיין געלט? ס'איז יא אונזער געלט! אונזער ארבעט ווערט פארוואנדעלט אין געלט, און דער געלט גייט אריבער.

אלס אויפ'ן צד אז ס'איז דא געלט.

דאס איבעריגער זעט מיר אויס דברים של מה בכך, געמאלען וואסער מיט מייל. ס'וועט סייווי בלייבען אזוי, און טאמער איינער פיהלט נפגע, זאל ער בלייבען און ווייטער שרייבען, דער שטיבעל עט לאנג נישט צענזורען פאפולערע דעות, ובפרט זאכליכע שכל'דיגע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך קל וחומר »

טאמער ליינען איז ווערד געלט, ווערסטו באצאלט פארן שרייבן, מיטן ליינען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האבען מיר שוין א רילעישענשיפ. מ'קען נישט סתם זאגען ''גיי דיר אז ס'געפעלט דיר נישט''. נאר דאס האב איך געמיינט. די פרטים פונ'ם באציאונג איז פאר'ן אויסשמועס'ן און ווער בין איך אריינצורעדען ביי די אלטע באזעסענע ניק'ס? איך בין א נייער צוגעקומענע, א ליטוואק פון די פרעמד, וואס קען קוים אידיש שרייבען און ליינען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך מפוזרי »

הוא אשר אמרתי, די עיקר טענה איז אז די סייט געהערט אויך פאר די אלע שרייבערס וואס האבן דאס אויפגעבויט, נישט נאר פאר הער קעלנער אליין, כל הכבוד והתודות שבאמת מגיע לו notwithstanding.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך קל וחומר »

משל למה הדבר דומה, איינער האט געעפנט א ביהמ"ד, ער וויל ס'זאל זיין א שיינעם ארט וואו מ'וועט דאווענען געשמאק און פארברענגן שיין, אבער וויבאלד ער האט עס געעפנט, פארשטייט יעדער אז ער האט דאס פילן רעכט עס צו פירן ווי ער וויל, און ער איז בארעכטיגט צו מאכן זיינע פרינציפטן, (למשל אז מ'טאר נישט רעדן ביים דאווענען, ולהבדיל אז מ'טאר נישט טראגן אריין אדער ארויס פונעם ביהמ"ד אום שבת חלילה), נאך א תקופה איז עס געווארן א שיין פלאץ ווי יעדע מתפלל האט צוגעגעבן זיין שיין צום פלאץ, איינער איז א שיין בעל תפלה, א צווייטער איז א גרויסער ידען וכו' און אין די זעלבע צייט האט יעדער פארשטייט זיך הנאה געהאט פונעם פלאץ, ויהי היום און אפאר מתפללים האבן געפיהלט אז דער רב האט געוויסע זאכן וואס ער באהאלט פון זיי און זיי האבן אויפגעפאדערט אז וויבאלד זיי זענען פונקט אזוי א חלק פונעם צוגעבן צום פלאץ ווי אים, מוז ער זיך צושטעלן צו זיי און ארויסגעבן געוויסע פרטים וואס ער דערציילט זיי נישט.

הדין עם מי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'טאר נישט רעדען ביים דאווענען איז א סארט פלאץ, אז מ'טאר נישט טראגען אין גאס שבת איז א בליק אויפ'ן קבוצה, און דער וואס שטעלט זיך צו פארשטייט וואס טוט זיך דא.
ווען ער וואלט פון אנהייב נישט געמאכט זיך צו טוהן פון די זאכען, און פלוצלונג פארלירט ער א דין תורה ביים קארלסבורגער גאב"ד און ער מאכט זיך א בר פלוגתא און אסר'ט טראגען אין גאס שבת, מעג ער אזוי פאדערען פון זיין עולם? דאס איז א בעסערע משל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך קל וחומר »

נישט טראגן אין גאס.
אריינטראגן אין 'זיין' ביהמ"ד.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך קל וחומר »

און יא, ער מעג, ווער ס'וויל דווקא קומען מיטן טלית בייטל מעג טרעפן א צווייטע ביהמ"ד, אדער עפענען אן אייגנס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9085 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און איך האלט ער איז א כפוי טובה אויפצוצווינגען זיין דעה אויף מענטשען וואס האבען אויסגעהאלטען מיט'ן דאווענען ביי איהם. אגב, פריוואטע בתי מדרש זענען ביי מיר אומאויסגעהאלטען פאר די סבה דוקא. דאס אז מאנכע האלטען ווי דיר איז גאר די פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך קל וחומר »

ווען ער טיילט זיי איין וואס צו טוהן אינדערהיים איז ער א כפוי טובה, ווען ער שטעלט אוועק זיינע פרינציפטן (וואס זייענדיג די מייסד האט ער ס'פילן רעכט) ביי זיך אין שטיבל, האט ער דאס פילן רעכט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך זעה דא מערערע ערליי טענות.
די ערשטע טענה איז אויפן עבר, אז ס'פארהאן דא שרייבער וואס טענה'ן אז ווען זיי ווייסן מתחילה אזוי און אזוי וואלטן זיי קיינמאל נישט געשריבן.
די טענה איז נישט שייך אויף סיי וואס ס'שטייט ארויסגעשריבן אין די תקנות, און סיי אזעלעכע זאכן וואס פון ערשטן טאג פון שרייבן, שטעלט זיך שוין ארויס אז די בילד איז אזוי און אזוי, ממילא איז עס סבר וקיבל , איז וואו קען ער האבן א טענה
זאכן וואס איז נישט קלאר מתחלה וויאזוי ס'גייט זיין, איז טאקע שווער מחליט צו זיין און אלגעמיין איז די בעסטע צו פרעגן מתחילה וואס גענוי די פלאן איז ביי דעם און דעם פאל. לאחר המעשה וואלט כדאי געווען צו מאכן א פשרה.
בנוגע הכרת הטוב און זיך רעכענען מיט א שרייבער, ספעציעל ווען ער האט בארייכערט דעם פלאץ, וואלט אוודאי געווען מענטשליך, אבער כ'זעה נישט אז מ'קען טענה'ן בהחלט אז ס'קומט. און יעדנספאל איז דער ענין פון קעגנזייטיגע כפיית טובה א פריוואטער ענין, זינט מיר ווייסן נישט ווער ס'האט דער ערשטער זיך נישט אויפגעפירט מענטשליך מאחוריהפרגוד.
אויף להבא אפשר איז טאקע כדאי אויסצוקלארן געוויסע פונקטן, ווי למשל די רעכטען וועגן אפשפארן, וואס רעכטן די פארוואלטונג האט צו האלטן געהיים .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
רעאגיר