בלאט 1 פון 1

צייטווייליגע שליסונג, צוליב טעכנישע ארבעט

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:10 pm
דורך קאפיטאן
"קאווע שטיבל" וועט היינט אומגעפער דריי אזייגער נאכמיטאג געשלאסן ווערן אויף צייטווייליג, בערך א האלבע שעה, צוליב טעכנישע ארבעט און אפדעיטס.
מיט אנטשולדיגונג

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:43 pm
דורך נתן מנחם
זעהט אויס אזוי ארבעט עס, ווי נאר מען ווערט א מנהל וויל מען פארשליסען ק"ש :lol:

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:47 pm
דורך שמעון וואלף
זעהט אויס אז רעכניץ האט אפגעקויפט בלויז א האלבע שעה

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:49 pm
דורך זבולון
איז מעגליך צו זעהן די ליסטע פון אפדעיטס און אימפראוומענט?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:54 pm
דורך קל וחומר
קאפיטאן האט געשריבן:"קאווע שטיבל" וועט היינט אומגעפער דריי אזייגער נאכמיטאג געשלאסן ווערן אויף צייטווייליג, בערך א האלבע שעה, צוליב טעכנישע ארבעט און אפדעיטס.
מיט אנטשולדיגונג


#שאקס_פונקט_דעמאלטס_האביך_אן_עפוינטמענט.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
דער קריזיס איז אדורך בשלום?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:12 pm
דורך עמעזאן
ברעקינג!!!
מען קען שוין שרייבן אנאנים אין מאחורי!!!

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
WOW
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!
:like :like :like

חברה, ס'קומט סחורה! רויטעלע גייט זיך אויסגעבן. כ'האף אנדערע אויך, אז נישט וועט מען וויסן אז ס'איז מיר.

יישר כח [tag]קאפיטאן[/tag]!

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:46 pm
דורך בן אדם
O

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 6:47 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:O


דערמאנסט מיך פון מיין רבי אין חדר וואס פלעגט זאגן אז 0 אליינס איז דאך גארנישט און וויפל איז צוויי מאל 00? צוויי מאל גארנישט, יעצט קענסט האבן מיליאנען זעראס ווילאנג דו האסט נישט עפעס א איינסער אדער א צוויייער ביפאר די זעראוס בלייבסטו ביי גארנישט, ער האט געניצט די משל פאר יחוס אויב האט איינער אסאך יחוס און ער אליינס האט נישט קיין יחוס עצמו איז עס גארנישט אזויווי בלייבן מיט אסא זעראוס. איך האב אפאר קשיות אויף די משל אפשר וועל איך אים נאכאמל טרעפן וועל איך אים אנפרעגן די שווערע קשיות וואס דריקט מיך שוין אזא דרייסיג יאהר און אז איך וועל אים נישט טרעפן וועל איך מוזן בלית ברירה ווארטן עד שיבוא שילו.

עני וועי מ׳קען שוין שרייבן אין מאחורי בלי שם איז דאך די שמחה געוואלדיג גרויס ביי יונג און אלט... אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו. פארוואס זאג איך ענק די זאך? ווייל איך וויל אז איר זאלט וויסן. ופשוט הוא.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:44 am
דורך סדרן
היינט נאכט צווישן 11 און 4 וועט מען ארבייטן אויף די סערווערס פון קאווע שטיבל, און ס'איז דא א מעגליכקייט אז דער סייט וועט זיין אראפ פאר א האלבע שעה אדער ווייניגער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:04 pm
דורך פעינטער
:shock: מהעט ברויכען גיין קיין איי וועלט פאר א האלבע שעה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:27 pm
דורך קאמענטירער
פעינטער האט געשריבן::shock: מהעט ברויכען גיין קיין איי וועלט פאר א האלבע שעה

כאילו די עולם זיצט דא אינעם שטיבעל 24 שעה, ווען סוואלט געווען אזא טרעפיק און פארקער וואלט געווען סאך מער תגובת און אזוי אויך לייקס.. :cry: :cry:

Re: צייטווייליגע שליסונג, צוליב טעכנישע ארבעט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:31 pm
דורך נעגעל וואסער
יוש בין איך אדורך א שווערע טאג היינט, ווען די קאווע איז אויסגעלאפן!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:35 pm
דורך סדרן
אנטשולדיגט אז דער סייט איז געווען down פאר עטליכע שעה. עס איז געווען א פראבלעם, וואס איז שוין ב"ה פארראכטן געווארן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:36 pm
דורך קאך_לעפל
אה... די לעקטער האט זיך שוין אנגעצינדן...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:19 pm
דורך היסטאריקער
אאפס, און איך האב געמיינט אז עס איז מיין פילטער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
און איך האב געמיינט. נעה, איך בין געווען זיכער, אז די הנהלה האטמיך אויסגעשפארט פאר לכה"פ 2 וואכן...!

אדער אז קאווע שטיבל איז , ל"ע נפטר געווארן. כ'האב שוין געוואלט פרעגן א דיין אויב איך מעג דאווענען מארגן...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:06 pm
דורך קורקלענד
ווען גייט מען אפּגרעידן די פלאטפארמע? צו ניצן אזא אלטע ווערסיע שטעלט עס אויס די מצב פאר אומגעוואונטשענע אומשטענדן.... Phpbb האלט שוין מערערע ווערסיעס פאראויס.... ניטאמאל https איז דא, ידעס מאל איך זיין אריין דארף איך נאכאמאל קלאר מאכן צו איך בין נישט אויף א נעטוואורק ווי איינער זאל קענען זעהן מיין פעסווארד..... ס'איז נייטיג מ'זאל מאכן דעם אפּגרעיד וואס שנעלער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:44 pm
דורך סדרן
קורקלענד האט געשריבן:ווען גייט מען אפּגרעידן די פלאטפארמע? צו ניצן אזא אלטע ווערסיע שטעלט עס אויס די מצב פאר אומגעוואונטשענע אומשטענדן.... Phpbb האלט שוין מערערע ווערסיעס פאראויס.... ניטאמאל https איז דא, ידעס מאל איך זיין אריין דארף איך נאכאמאל קלאר מאכן צו איך בין נישט אויף א נעטוואורק ווי איינער זאל קענען זעהן מיין פעסווארד..... ס'איז נייטיג מ'זאל מאכן דעם אפּגרעיד וואס שנעלער.

די פראבלעם איז אז די נייע ווערסיעס ארבייטן נישט מיט אונזערע מאודס, ווי לייקס און טעגס, און קען אלעס פארדרייען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:29 am
דורך תנחום
@סדרן, אפשר א פלאג-אין אדער טעמפלעיט פאר מאביל פרענדלי?