גוטע בשורה: אנאנים מעגליכקייט אין מאחורי הפרגוד

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

גוטע בשורה: אנאנים מעגליכקייט אין מאחורי הפרגוד

הודעהדורך קאפיטאן » מיטוואך אפריל 06, 2016 6:58 pm

לכבוד די חשוב'ע קאווע שטיבל מעמבערס

מיט פרייד קענען מיר מעלדן צום היינטיגן טאג אז מיר האבן ב"ה באוויזן איינצושטעלן די לאנג ערווארטעטע "אנאנים סיסטעם" צו קענען שרייבן תגובות "אנאנים" אן די אייגענע ניק, וואס וועט זיין א גרויסע הילף פאר אונזערע חברים וואס ווילן דיסקוסירן פריוואטע אנגעלעגנהייטן, אדער זענען אנגעוויזען אויף הילף, אבער האבן מורא צו פרעגן צוליב בושה.

דערוויל איז די אנאנים סיסטעם בלויז אקטיוו אין מאחורי הפרגוד אויף א פראבע. מיר האפן אז די סיסטעם וועט זיך אויסארבעטן מיט סוקסעס ברוחניות ובגשמיות און מיר וועלן דאס קענען אויסברייטן אויך צו אנדערע אפטיילונגען פון אונזער שטיבל.

צו פאוסטן א תגובה אנאנאים דארף מען אויסצווועלן "אנאנים" איידער מ'שיקט די תגובה און אזוי ווערט עס געפאוסט. עס קען קיינער נישט זען ווער ס'איז די שרייבער פון די תגובה אפילו די מנהלים און אחראים. טאמער איינער וועט אביוזן די אנאנים סיסטעם וועט מען יא קענען נאכקוקן די איי-פי אדרעס און זען ווער דאס איז.

איינמאהל מ'האט געפאוסט אנאנים, קען מען מער נישט רעדאגירן דעם פאוסט. עס איז פונקט ווי א צווייטער זאל עס האבן געשריבן. מ'קען נישט שרייבן אנאנימוס ביי שנעלע הודעה‎, און אויך נישט אויף טעפעטאלק.

ווי פארשטענדליך איז אונטער די אנאנים אפציע איז ווייטער גילטיג אלע תקנות פון "מאחורי הפרגוד" און וואס אימער מ'שרייבט דארף זיין אויסגעהאלטען סיי תורה'דיג און סיי מענטשליך און ריין פון ניבול פה אדער אומאיידלקייט ח"ו.

מיר האפן אז אונזערע מעמבערס וועלן באגריסן און הנאה האבן פון די נייע סיסטעם.

א גוטן אווענט,
קאפיטאן
קאפיטאן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 14, 2016 8:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron