זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך נעגעל וואסער »

יישר כוח @א איד דאס איז די נקודה אין קורצען וואס איך האב געמיינט.
נאר א שאד אז זייט 2012 האסטו נאר באגעגנט עטליכע הונדערט תגובות הראויים ללייק. ס'דא אזוי פיל גוטע חומר דא, די דארפסט זיך דרייען דא מער אפט..
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך א איד »

גערעכט אבער איך פלעג זיך דרייען דעמאלטס סאך ווייניגער ווי לעצטענס, איבער א יאר בינעך בכלל ניט געווען דא, איז כהאב נאך אסאך נאכצויאגן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך נאסע ליילעך »

נעגעל וואסער האט געשריבן:איך שרייב די שורות דא מיט גרויס ווייטאג, נאך א לענגערע צייט וואס עס באדערט מיר שוין אין מחשבה עפעס וואס כ'מוז ארויס ברענגן ברבים.

איך בין בטבע נישט קיין מוסר זאגער. די וואס דרייען זיך נעבן מיר געניסן אייביג בלויז קאמפלימענטן על כל דבר קטן כגדול. אייביג נאר א גוט ווארט. א חיזוק שטופ מיט א שמייכעל באגלייט. אבער במקום שאין איש נעם איך מיר די שופר אין האנט און איך גיי עס בלאזן בקול רעש גדול אויף די העכסטע טענער וואס ס'שייך.. דאס קול זאל זיך הערן מסוף העולם עד סופו, און ס'זאל דערהערט ווערן עד דכדוכה של נפש. ווען איך וואלט געשריבן די ווערטער אויף ענגליש וואלט אלע ווערטער געווען אויף די שטרענגע "אלל קעפס" אין גרויסע בוכשטאבן! נאר אידיש האט נישט די אפציע וועל איך מיר מוזען באגניגן אזוי..

מן הסתם איז שוין געווען אשכולות וועגן דער נושא בעבר, אבער חזרה שאדט נישט, ובפרט אז די פראבלעם איז אנגייענדיג. ס'איז ביי מיר ברור אז וואס איך גיי שרייבן דא איז נישט קיין דעת יחידאי, ס'איז א זאך וואס באדערט אלע גרויסע לייבן דא כל אחד בשמו הטוב יבורך, נאר כדאי מ'זאל נישט זאגן "לכבוד עצמו הוא דורש", שווייגען זיי אלע און האלטן זיך דאס מויל צוגעמאכט.

כלפי מה הדברים אמורים?

איך וועל דאס מסביר זיין כדאי אז יעדער זאל פארשטיין, ווייל ווי עס קוקט אויס פעלט פון די עולם דא ממש בעיסיק ידיעות, ווייל ווען נישט וואלט דער מצב נישט געווען אזוי, און כ'וואלט מיר נישט געדארפט רעגן אזוי..

וואס איז דאס א "לייק"?

ס'פארהאנען א אפציע אויף קאווע שטיבל, אז אויף א יעדער תגובה וואס איינער שרייבט איז דא אזא קנעפל וואס קוקט אויס ווי א הענט מיטן גראבן פינגער ארויף, וואס דאס רופט זיך די לייק קנעפל. ווען א ליינער האט הנאה געהאט פון א געשריבענע תגובה, קען ער אויסדריקן זיין הנאה דורך געבען א "לייק". יעדער קען נאכדעם זעהן וויפיל לייקס די תגובה האט און ווער עס האט עס גע"לייק"ט. ובאמת אויף די טעפ טאלק עפפ, רופט זיך דאס קנעפל אהן "טענקס" כלומר יישר כוח! דאס אפשר א בעסערע אויסדרוק, ווייל נישט אייביג האט מען ליב וואס יענער שרייבט, דאך דאנקט מען איהם אויף די ארבעט זיינעם פון אראפ שרייבן זיינע מחשבות און אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט ליהנות מהם בני אדם.

ווי לאנג נעמט צו לייקן?

גרויסע פארשער געבען איבער אז צו "לייקען" איינעם געדוירט בערך צווישן איין סעקונדע און צוויי סעקונדעס. געוואנדען אויף די אינטערנעט ספיד.

מה טובה של "לייק"?

אסאך וואונדערען זיך פארוואס איז בכלל דא אן אפציע פון לייקען, וואס פעהלט דאס אויס בכלל? כ'מיין די קשיא איז נאר שווער פאר איינער וואס האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אויפן א פאבליק פורום, דערפאר ווייסט ער נישט די געפיל פון א "לייק". דערפאר וועל איך עס אויסשמועס'ן פאר זיי. רוב מענטשען וואס שרייבן דא זענען נישט קיין מלאכים, און דאס שרייבן טוהט מען נישט סתם לשמה ממש. ווען איינער וויל ווען סתם שרייבן לשם שרייבן וואלט ער געקענט אראפ טייפן א גאנצע אשכול פאר זיך, עס ארויספרינטן און דערנאך אראפ שווענקן אין ביה"כ. אז איינער שרייבט אויף א פאבליק פורום איז דאס אדער ווייל ער וויל זיך דורך שמועסן מיט מענטשען, זהען די ריאקציע, מסכים זיין אדער זיך דינגן וכו' אדער ווייל ער האט א שטופ צו משפיע זיין און ארויסגעבען זיינע מחשבות צו ווי מער מענטשען. ער וויל מהנה זיין מענטשען, און דורכ'ן זעהן אז אסאך מענטשען האבן הנאה געהאט שטייגט זיין הנאה פיל מעהר. דאס געבט א פילינג אז מ'איז עפעס ווערד, והא ראיה דער עולם האט שטארק הנאה פון זיינע געשרייבעכץ.

דערפאר האט מען באשאפן די "לייק" קנעפל. דאס דינט צוויי צילן. קודם כל איז דאס דיין מעגליכקייט צו באדאנקן די שרייבער מיט בלויז א דרוק אויף א קנעפל, אהן דארפן שרייבן אן עקסטערע "יישר כח" תגובה. והשנית והוא העיקר, דאס געבט די שטופ פאר די שרייבער צו ווייטער אנגיין און שרייבן פרישע תגובות און אשכולות. דורך די לייקס באקומט ער רעקאגנישן און א בוסט צו ממשיך זיין.

כלפי מה הדברים אמורים?

ס'טוהט מיר וויי אבער די מציאות קלאפט אין פנים טאג איין טאג אויס. ס'קומט דא כסדר ארויף תגובות וואס מזעהט קלאר אז די שרייבער האט אוועקגעגעבן א שיינע פאר מינוט פון זיין טייערע צייט, און גענומען דאס מיה צו שרייבן כדאי אז די און אלע אנדערע חברי השטיבל זאלן . איז לעולם יהא אדם, זיי א מענטש, זיי א מענטש מיט מענטשליכע געפילן, זיי א מענטש מיט מענטשליכע מדות און זאגט איהם א שקויעך! הכרת הטוב איז כידוע א גאר וויכטיגע מדה מאד נעלה וההיפוך בהיפוך ואכמ"ל. ובפרט אז ס'קאסט דיר נישט קיין געלד און נישט קיין טירחא, קען גאר זיין אז ס'גייט אריין אין כופין על מדות סדום.

והשנית, החכם עיניו בראשו, אז די ווילסט די וועבזייטל זאל האבן א בליענדע המשך, די שרייבערס זאלן שרייבן מער אפט, עשה למענך אם לא למענינו. געב אפ דאנק לייק, גיס צו געז צום באן און די באן וועט פארן ווייטער. לאז נישט די טאלאנטפולע שרייבערס הערן א שטיקעדיגע ווידער קול ווען זיי לאזן זיך הערן מיט א תוכן'דיגע תגובה, ווייל ווען יא, איז שוין מער אינטערעסאנט צו רעדען צום שפיגל ווי איידער זיך מאכן צו נער און באקומען א פאטש אין פנים, ווען די תגובה גרייכט בלויז עטליכע נישטיגע לייקס.

און אך למותר ווען עס רעדט זיך פון אן ערנסטע געשמאקע לענגערע ארטיקל, וואס האט אפשר גאר גענומען א פאר שעה צו צוזאמשטעלן, ווייז דיין מינימום שטיצע מיט בלויז א דרוק אויפן קנעפעל. דיין לייק מיינט גאר אסאך, האלט דיך נישט אזוי קליין.. מיר קוקט נישט אויס אז די שרייבערס זענען דזשאבלעסס מענטשען וואס גייען ליידיג מיטן טאג, כ'שטעל מיך פאר אז יעדע האט א דזשאב, א שטוב, א ביזי לייפסטייל און דאך ציפן זיי אראפ פון זייער צייט פשוט צו מהנה זיין דיר און מיר און אלע אנדערע חברים, איז פארוואס שווייגסטע? פארוואס איגנארירסטע כאילו די האסט נישט געזעהן? כאילו די האסט עס ניטאמאל געזעהן? דאס נישט לייקן איז כמעט ווי איינער זאגט פאר די שרייבער "א שאד אויף דיין טייערע צייט, איך האב נישט ליב געהאט דיין תגובה, נעקסט טיים נעם נישט די פען אין האנט אריין בכלל, א שאד אויף דיין שפייעכטס!"

און על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון "דער וועקער" זשורנאל, וואס ס'ניכר בחוש די פילע שעות וואס די מארגנים האבן אריין געלייגט אין דעם א גאנצע חודש, דאס קומט נישט צופיס! די קומסט אריין דא, די דאונלאודס די וועקער בחנם, האסט הנאה דערפון, און גארנישט.. נישט קיין תגובה נישט קיין שקויעך, כאילו דאס וועקער איז אראפ פון הימעל. דער וועקער האט בעת'ן שרייבן די שורות קרוב צו 1000 דאונלאודס דא אויפן שטיבעל, און די לייקס האלט ביי ס"ה 70 לייקס. דאס איז א ווייטאגליכע אומבאלאנס. ס'איז א חרפה און א בושה.

די איינציגסטע לימוד זכות האב איך אז דער עולם פארגעסט פשוט ווי וויכטיג עס איז, ואין איש שם על לב א יעדעס מאל. דארף מען זיך אבער שטארקן און פרובירן יא צו האלטן קאפ מער אפט.

ובאמת'ן אריין איז דאס א פראבלעם נישט נאר דא, ס'נוגע פאר א מענטש און זיין טאג טעגליכע לעבן כסדר. אנגעהויבן פון זאגן שקויעך פארן בעל תפלה שחרית, ביזן דאנק דאס זוהן'ס מלמד, באדאנקן די איינגעשטעלע וכו' וכו' זאגן א יישר כח איז ממש א זה נהנה וזה נהנה ווי אימער, די אליינס וועסט נאך מער צוריקזעהן וועהן די דאנקסט זיך פאר עני טובה וואס איינער טוהט פאר די. אזוי באקומט יענער א געפיהל פאר דיר און לייגט אריין מער קאפ און מח פאר דיר דאס קומעדיגע מאל ס'איז נוגע. וכו' וכו' ואטו כי רוכלא. והדברים פשוטים. טראכט נאר אריין אין דעם און מאך דיר בעסער דאס לעבען נאך היינט מיט א גרינגע עצה וואס קאסט נישט קיין פרוטה אחת.

איך ענדיג מיינע שורות מיט א דאנק פאר קאווע שטיבעל פארן מיר געבען א פלאץ צו אויסגיסן מיין כעס...און פאר איך פארגעס... א דאנק דיר פארן ליינען מיינע ארימע שורות..
און כ'בעהט איבער איינער וואס איז געווארן באטראפן, איך מיין נישט דיר פערזענליך, איך מיין יעדעם איינעם..

שקויעך @נעגל וואסער פארן אזוי שיין ארויסברענגען דעם אמת'ן נקודה, כמי צפורן על ליילעך יבשה.
לדאבוננו, לויט די רעאקציע'ס און לייקס קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט דאס אנגענומען, סקעמען טאהן.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

נא, ווער גיבט מיר מיין 600'סטער לייק?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1560 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

לאמער מאכן א געשעפט, איך האלט ביי 599 און דו האלטסט ביי 599 איך געב דיר איינס און דו געב מיר איינס
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

סמבטיון האט געשריבן:לאמער מאכן א געשעפט, איך האלט ביי 599 און דו האלטסט ביי 599 איך געב דיר איינס און דו געב מיר איינס

איך האב דיר געגיבן א לייק פאר דיין איידיע, יעצט ווי גיב איך דיר דעם לייק פאר די חליפין?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
רעאגיר