זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך נעגעל וואסער »

איך שרייב די שורות דא מיט גרויס ווייטאג, נאך א לענגערע צייט וואס עס באדערט מיר שוין אין מחשבה עפעס וואס כ'מוז ארויס ברענגן ברבים.

איך בין בטבע נישט קיין מוסר זאגער. די וואס דרייען זיך נעבן מיר געניסן אייביג בלויז קאמפלימענטן על כל דבר קטן כגדול. אייביג נאר א גוט ווארט. א חיזוק שטופ מיט א שמייכעל באגלייט. אבער במקום שאין איש נעם איך מיר די שופר אין האנט און איך גיי עס בלאזן בקול רעש גדול אויף די העכסטע טענער וואס ס'שייך.. דאס קול זאל זיך הערן מסוף העולם עד סופו, און ס'זאל דערהערט ווערן עד דכדוכה של נפש. ווען איך וואלט געשריבן די ווערטער אויף ענגליש וואלט אלע ווערטער געווען אויף די שטרענגע "אלל קעפס" אין גרויסע בוכשטאבן! נאר אידיש האט נישט די אפציע וועל איך מיר מוזען באגניגן אזוי..

מן הסתם איז שוין געווען אשכולות וועגן דער נושא בעבר, אבער חזרה שאדט נישט, ובפרט אז די פראבלעם איז אנגייענדיג. ס'איז ביי מיר ברור אז וואס איך גיי שרייבן דא איז נישט קיין דעת יחידאי, ס'איז א זאך וואס באדערט אלע גרויסע לייבן דא כל אחד בשמו הטוב יבורך, נאר כדאי מ'זאל נישט זאגן "לכבוד עצמו הוא דורש", שווייגען זיי אלע און האלטן זיך דאס מויל צוגעמאכט.

כלפי מה הדברים אמורים?

איך וועל דאס מסביר זיין כדאי אז יעדער זאל פארשטיין, ווייל ווי עס קוקט אויס פעלט פון די עולם דא ממש בעיסיק ידיעות, ווייל ווען נישט וואלט דער מצב נישט געווען אזוי, און כ'וואלט מיר נישט געדארפט רעגן אזוי..

וואס איז דאס א "לייק"?

ס'פארהאנען א אפציע אויף קאווע שטיבל, אז אויף א יעדער תגובה וואס איינער שרייבט איז דא אזא קנעפל וואס קוקט אויס ווי א הענט מיטן גראבן פינגער ארויף, וואס דאס רופט זיך די לייק קנעפל. ווען א ליינער האט הנאה געהאט פון א געשריבענע תגובה, קען ער אויסדריקן זיין הנאה דורך געבען א "לייק". יעדער קען נאכדעם זעהן וויפיל לייקס די תגובה האט און ווער עס האט עס גע"לייק"ט. ובאמת אויף די טעפ טאלק עפפ, רופט זיך דאס קנעפל אהן "טענקס" כלומר יישר כוח! דאס אפשר א בעסערע אויסדרוק, ווייל נישט אייביג האט מען ליב וואס יענער שרייבט, דאך דאנקט מען איהם אויף די ארבעט זיינעם פון אראפ שרייבן זיינע מחשבות און אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט ליהנות מהם בני אדם.

ווי לאנג נעמט צו לייקן?

גרויסע פארשער געבען איבער אז צו "לייקען" איינעם געדוירט בערך צווישן איין סעקונדע און צוויי סעקונדעס. געוואנדען אויף די אינטערנעט ספיד.

מה טובה של "לייק"?

אסאך וואונדערען זיך פארוואס איז בכלל דא אן אפציע פון לייקען, וואס פעהלט דאס אויס בכלל? כ'מיין די קשיא איז נאר שווער פאר איינער וואס האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אויפן א פאבליק פורום, דערפאר ווייסט ער נישט די געפיל פון א "לייק". דערפאר וועל איך עס אויסשמועס'ן פאר זיי. רוב מענטשען וואס שרייבן דא זענען נישט קיין מלאכים, און דאס שרייבן טוהט מען נישט סתם לשמה ממש. ווען איינער וויל ווען סתם שרייבן לשם שרייבן וואלט ער געקענט אראפ טייפן א גאנצע אשכול פאר זיך, עס ארויספרינטן און דערנאך אראפ שווענקן אין ביה"כ. אז איינער שרייבט אויף א פאבליק פורום איז דאס אדער ווייל ער וויל זיך דורך שמועסן מיט מענטשען, זהען די ריאקציע, מסכים זיין אדער זיך דינגן וכו' אדער ווייל ער האט א שטופ צו משפיע זיין און ארויסגעבען זיינע מחשבות צו ווי מער מענטשען. ער וויל מהנה זיין מענטשען, און דורכ'ן זעהן אז אסאך מענטשען האבן הנאה געהאט שטייגט זיין הנאה פיל מעהר. דאס געבט א פילינג אז מ'איז עפעס ווערד, והא ראיה דער עולם האט שטארק הנאה פון זיינע געשרייבעכץ.

דערפאר האט מען באשאפן די "לייק" קנעפל. דאס דינט צוויי צילן. קודם כל איז דאס דיין מעגליכקייט צו באדאנקן די שרייבער מיט בלויז א דרוק אויף א קנעפל, אהן דארפן שרייבן אן עקסטערע "יישר כח" תגובה. והשנית והוא העיקר, דאס געבט די שטופ פאר די שרייבער צו ווייטער אנגיין און שרייבן פרישע תגובות און אשכולות. דורך די לייקס באקומט ער רעקאגנישן און א בוסט צו ממשיך זיין.

כלפי מה הדברים אמורים?

ס'טוהט מיר וויי אבער די מציאות קלאפט אין פנים טאג איין טאג אויס. ס'קומט דא כסדר ארויף תגובות וואס מזעהט קלאר אז די שרייבער האט אוועקגעגעבן א שיינע פאר מינוט פון זיין טייערע צייט, און גענומען דאס מיה צו שרייבן כדאי אז די און אלע אנדערע חברי השטיבל זאלן . איז לעולם יהא אדם, זיי א מענטש, זיי א מענטש מיט מענטשליכע געפילן, זיי א מענטש מיט מענטשליכע מדות און זאגט איהם א שקויעך! הכרת הטוב איז כידוע א גאר וויכטיגע מדה מאד נעלה וההיפוך בהיפוך ואכמ"ל. ובפרט אז ס'קאסט דיר נישט קיין געלד און נישט קיין טירחא, קען גאר זיין אז ס'גייט אריין אין כופין על מדות סדום.

והשנית, החכם עיניו בראשו, אז די ווילסט די וועבזייטל זאל האבן א בליענדע המשך, די שרייבערס זאלן שרייבן מער אפט, עשה למענך אם לא למענינו. געב אפ דאנק לייק, גיס צו געז צום באן און די באן וועט פארן ווייטער. לאז נישט די טאלאנטפולע שרייבערס הערן א שטיקעדיגע ווידער קול ווען זיי לאזן זיך הערן מיט א תוכן'דיגע תגובה, ווייל ווען יא, איז שוין מער אינטערעסאנט צו רעדען צום שפיגל ווי איידער זיך מאכן צו נער און באקומען א פאטש אין פנים, ווען די תגובה גרייכט בלויז עטליכע נישטיגע לייקס.

און אך למותר ווען עס רעדט זיך פון אן ערנסטע געשמאקע לענגערע ארטיקל, וואס האט אפשר גאר גענומען א פאר שעה צו צוזאמשטעלן, ווייז דיין מינימום שטיצע מיט בלויז א דרוק אויפן קנעפעל. דיין לייק מיינט גאר אסאך, האלט דיך נישט אזוי קליין.. מיר קוקט נישט אויס אז די שרייבערס זענען דזשאבלעסס מענטשען וואס גייען ליידיג מיטן טאג, כ'שטעל מיך פאר אז יעדע האט א דזשאב, א שטוב, א ביזי לייפסטייל און דאך ציפן זיי אראפ פון זייער צייט פשוט צו מהנה זיין דיר און מיר און אלע אנדערע חברים, איז פארוואס שווייגסטע? פארוואס איגנארירסטע כאילו די האסט נישט געזעהן? כאילו די האסט עס ניטאמאל געזעהן? דאס נישט לייקן איז כמעט ווי איינער זאגט פאר די שרייבער "א שאד אויף דיין טייערע צייט, איך האב נישט ליב געהאט דיין תגובה, נעקסט טיים נעם נישט די פען אין האנט אריין בכלל, א שאד אויף דיין שפייעכטס!"

און על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון "דער וועקער" זשורנאל, וואס ס'ניכר בחוש די פילע שעות וואס די מארגנים האבן אריין געלייגט אין דעם א גאנצע חודש, דאס קומט נישט צופיס! די קומסט אריין דא, די דאונלאודס די וועקער בחנם, האסט הנאה דערפון, און גארנישט.. נישט קיין תגובה נישט קיין שקויעך, כאילו דאס וועקער איז אראפ פון הימעל. דער וועקער האט בעת'ן שרייבן די שורות קרוב צו 1000 דאונלאודס דא אויפן שטיבעל, און די לייקס האלט ביי ס"ה 70 לייקס. דאס איז א ווייטאגליכע אומבאלאנס. ס'איז א חרפה און א בושה.

די איינציגסטע לימוד זכות האב איך אז דער עולם פארגעסט פשוט ווי וויכטיג עס איז, ואין איש שם על לב א יעדעס מאל. דארף מען זיך אבער שטארקן און פרובירן יא צו האלטן קאפ מער אפט.

ובאמת'ן אריין איז דאס א פראבלעם נישט נאר דא, ס'נוגע פאר א מענטש און זיין טאג טעגליכע לעבן כסדר. אנגעהויבן פון זאגן שקויעך פארן בעל תפלה שחרית, ביזן דאנק דאס זוהן'ס מלמד, באדאנקן די איינגעשטעלע וכו' וכו' זאגן א יישר כח איז ממש א זה נהנה וזה נהנה ווי אימער, די אליינס וועסט נאך מער צוריקזעהן וועהן די דאנקסט זיך פאר עני טובה וואס איינער טוהט פאר די. אזוי באקומט יענער א געפיהל פאר דיר און לייגט אריין מער קאפ און מח פאר דיר דאס קומעדיגע מאל ס'איז נוגע. וכו' וכו' ואטו כי רוכלא. והדברים פשוטים. טראכט נאר אריין אין דעם און מאך דיר בעסער דאס לעבען נאך היינט מיט א גרינגע עצה וואס קאסט נישט קיין פרוטה אחת.

איך ענדיג מיינע שורות מיט א דאנק פאר קאווע שטיבעל פארן מיר געבען א פלאץ צו אויסגיסן מיין כעס...און פאר איך פארגעס... א דאנק דיר פארן ליינען מיינע ארימע שורות..
און כ'בעהט איבער איינער וואס איז געווארן באטראפן, איך מיין נישט דיר פערזענליך, איך מיין יעדעם איינעם..
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך קל וחומר »

אגב בנוגע די דאונלאודס vs לייקס איז נישט אזא שטארקע טענה ווען מ'נעמט אין באטראכט אז רוב רובם זענען פון אומאיינגעשריבענע באניצער.
אין טעאריע וואלט די מספר פון דאונלאודס געדארפט דינען כאילו ס'איז די מספר פון לייקס (לגבי די עפרישיעשען, הגם וואס ער באקומט נישט מער לייקס אויף זיין קאנטע - אפשר וואלט געווען כדאי אז די מנהלים זאלן קאנווערטן דאונלאודס צו לייקס.)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בקיצור נמרץ, אויף דיין כלליות'דיגע בקשה פון טיילן לייקס, איז שוין כמ"פ געווארן אויסגעשמועסט אין שטיבל אז עס גייט נישט אזוי, אפשר קען מען אנשטעלן אז יעדער איינער נאך יעדע תגובה באקומט ער אויטאמאטיש א לייק פון אלע חברי השטיבל? פארשטייסט אליין אז עס פארלירט די גאנצע חשיבות! ע"פ רוב ארבעט עס אזוי אז יעדער וואס האט הנאה גיט א לייק - פריער אדער שפעטער - אבער דער עצם ענין פון א לייק קען נישט און טאר נישט אביוזט ווערן.

זעה דא
viewtopic.php?f=12&t=2553

און דא
viewtopic.php?p=91886#p91886



יעצט בפרטיות איבער דעם וועקער #2, דו זעהסט נאר 70 לייקס? איך וועל דיר צייגן עקסטערע 95 לייקס אויפן צווייטן וועקער!
קענסט האלטן חשבון?

viewtopic.php?p=337626#p337626
viewtopic.php?p=338332#p338332
viewtopic.php?p=338590#p338590
viewtopic.php?p=339598#p339598
viewtopic.php?p=340058#p340058
viewtopic.php?p=340372#p340372
viewtopic.php?p=340453#p340453
viewtopic.php?p=340642#p340642
viewtopic.php?p=340674#p340674

סך הכל 165 לייקס. דאס איז שוין עפעס!
זעהסטו, דער עולם אפרישיעט יא די שווערע ארבייט פון הרב שש!
סתם געווארפן א נייסע ליילעך אויף אונז שרייבערס און לייקערס....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

שליחה דורך אבטולמוס »

כ'בין גענצליך מסכים מיט נעגעל וואסער. ווען ס'פאסט מיר ווען וואלט איך געבונטעוועט פונקט ווי שש פאר לייקס. ס'איז וויכטיג צו באקומען א געפיל פון אנערקענונג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חחח ראובן. כ'בין מסכים צו דיר.

סאמהאו, דיין תגובה דערמאנט מיר
קל וחומר האט געשריבן:אמאל איז דעם עגאאיסט'ס עגא צופיל ווערד אין זיינע אויגן עס צו אנטפלעקן.

כ'מיין נישט פערזענליך, אבער מיר זענען אלע צומאל אינעם זעלבן שיפל...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך בת קול »

בכלל, איך געב לייקס פאר עפעס וואס איך האב הנאה פון, אדער איך שטים צו דערמיט.
ווען איינער שרייבט א לענגערע ארטיקל, וואס איך בין מיט אים מחולק, בין איך עפעס מחויב צו לייקן?

און אפילו אויב עס זענען דא די וואס זענען נישט מכיר טוב- אין מיין אפיניאן, איז דער קאמפאטישן פאר לייקס דא אין שטיבל, א שטיקל קינדעריש.
מען רעדט דערפון איין מאל- בסדר. עס ווערט שוין אבער אביסל איבערגעטריבן.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לאמיר זיין קינדעריש! ווער זאגט מ'דארף לעבן אין אן אדאלט קעסטעלע. #איך בין א קינד היינט. א לאלי לייק ביטע. :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א זאך צו געדענקן איז אז א שיינע עולם דא האט נישט באקומען אנערקענוג אין חדר אדער ישיבה פון זייער מחנכים. אנשטאט נאר קריטיק, קריטיק, קריטיק. טייל האבן פון די עלטערן אויך נישט באקומען. אין זייער אדאלט יארן האבן זיי ענדליך דערלעבט אביסל לייק אהבה, כ'פארגין עס זיי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך בת קול »

נאו פראבלעם אז דו מיינדסט עס נישט, אבער איך האב ליב אדאלט קאמפאני.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מארגן אי"ה. בד"וו, ערשטע מאל אין היסטאריע ס'געפאלט אויס "פריים טאג" די זעלבע טאג פון "איך בין א קינד היינט טאג".

([tag]בת קול[/tag], אזוי רעדט א מאמע פון קינדער? :o )
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר איז פונקט אזוי גוט א לייק ווי א תגובה. ווען איינער ענטפערט, דינגט זיך, ברענגט א ראיה צו מאכט זיך כאטש וויסענדיג, בין איך נאך מער צופרידען ווי פון א לייק

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך בת קול »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:א זאך צו געדענקן איז אז א שיינע עולם דא האט נישט באקומען אנערקענוג אין חדר אדער ישיבה פון זייער מחנכים. אנשטאט נאר קריטיק, קריטיק, קריטיק. טייל האבן פון די עלטערן אויך נישט באקומען. אין זייער אדאלט יארן האבן זיי ענדליך דערלעבט אביסל לייק אהבה, כ'פארגין עס זיי.


בעיבי'ס טרינקען נישט קאווע.
ס'איז אידער, אָר.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

היינט קען מען זיך ערלויבן.
בייגעלייגטע פיילס
imgres.jpg
imgres.jpg (8 KiB) געזען געווארן 10235 מאל
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך בת קול »

LOL.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך בת קול »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
([tag]בת קול[/tag], אזוי רעדט א מאמע פון קינדער? :o )


איך געדענק נישט איך זאל דיר האבן געבוירן...
.I got voices in my head.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך נעגעל וואסער »

@שמעקעדיג יישר כוח פאר דיינע לינקס, כ'האב מיר פארגעשטעלט אז מ'רעדט שוין ארום פון דעם וכמש"כ. לכשירחיב הזמן וועל איך מעיין זיין דערין.

אבער אחר מחילת כבודו הרם דינג איך מיר בכל התוקף מיט דיין השקפה. אנשטאטס שרייבן "use with caution" ביי די לייק קנעפל וכמש"כ וואלט איך געשריבן "use without caution". אוודאי ביזסטו גערעכט אז מ'טאר נישט אביוזען די סיסטעם, און מאכן א לייק ווערטלאז, די שאלה איז ווי מדראוד די ליין. לדעתי דארף מען נישט טראכטן אזוי טיף פארן לייקן, צו בין איך מסכים מיט יעדעס ווארט, צו איז די ספעלינג און גרעמער הונדערט פערסענט אויסגעהאלטן בכל פרטיה ודוקדקיה, צו האב איך עכט הנאה געהאט דערפון בכל המפרשים וכו' וכו'. טראכט נישט אזוי פון זיך, אבער טראכט מער פון יענעם. און אוודאי איז עס נישט א כלל איבעראל, אויף יעדע נארישע תגובה'לע, נאר בעיקר דארט ווי מ'זעהט אז די שרייבער האט אריינגלייגט מער ווי צעהן מינוט, געב איהם א דאנק.

אנשטאטס די לייקס זאל זיין - לדוגמה בעלמא - 5 לייקס פאר א פיינע תגובה, און 21 לייקס מקסימום פאר א מעכטיגע תגובה, זאל זיין 20 פאר א רעגיילאר שיינע תגובה און 100 לייקס פאר א מעכטיגע תגובה. ס'דרייען זיך דא און שטיבל הונדערטער אנשי שלומינו, און ס'האט קיין פשט אז בלויז די זעלבע פאר ניקים באנוצן זיך מיט דעם לייק קנעפל. מ'דארף הייבן די סטענדערד פון די צאל לייקס ובזה ירבו די צאל תגובות. דערנאך וועלן אפשר ווייניגער מענטשען פארלאזן דאס שטיבל.

און ביי די וועי, אפילו מ'פארלירט די וועליו פון לייקס, איז עס נאך אלץ מער כדאי צו באקומען א שטופ צו שרייבן, ווי ענדערש ציילן די איינצעלע לייקס און אפוועגען די וועליו. אמאל איז ריבוי הכמות מער ווי ריבוי האיכות.

און צו דיר טייערע @בת קול, רעקאגנישן האט נישט מיט עידזש צו טוהן. כולו עלמא מודה אז א מענטש קען נישט אנגיין אהן קיין רעקאגנישן. ווען איינער ליגט נעבאך אין שפיטאל אויף א פאר וואכן און קיינער קימערט נישט איבער איהם, קיינער קאלד נישט אדער מאכט זיך וויסענדיג פון איהם, שפירט ער זיך ווי אן איבעריגע שטיקל צואה, אפגעזעהן ווי אלט מ'איז. קיינער איז נישט "מחיוב" צו לייקן, ס'נאר מענטשליך און לתועלת פאר די און פאר אלע וכמש"כ. אפשר רעדען און בעטען פאר דעם האט נישט קיין פשט, אבער די צורך האבן מן הסתם רובא דרובא שרייבערס וואס זענען געמאכט פון בשר ודם.

יעדער זאל אריין טראכטן אז אונזער שטיבל האט נישט קיין שווערע טויזענטער באזוכער, און מ'קען זיך פארלאזן אויף א צווייטען, מ'רעדט דא פון א קליין הייפעלע אידען, און יעדע יחיד האט דא א כח, צו משפיע זיין אויף די וואוקס פונעם חומר, וזכות הרבים תלוי בו.


( איך טרוי מיך צו שרייבן דייקא ווייל איך בין נישט קיין שרייבער דא, און קיינער איז מיר נישט חושד איך דארף לייקס. כ'מיין בלויז די תועלת הענין. )
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך נעגעל וואסער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:א זאך צו געדענקן איז אז א שיינע עולם דא האט נישט באקומען אנערקענוג אין חדר אדער ישיבה פון זייער מחנכים. אנשטאט נאר קריטיק, קריטיק, קריטיק. טייל האבן פון די עלטערן אויך נישט באקומען. אין זייער אדאלט יארן האבן זיי ענדליך דערלעבט אביסל לייק אהבה, כ'פארגין עס זיי.

איינער וואס ציט זיין גאנצע סיפוק בלויז פון שרייבן דא איז באמת א ריזיגן רחמנות. הן פון דעם פאקט אז ער האט נישט קיין סיפוק אין ריל לייף, והשנית איז א נאך א גרעסער רחמנות ווייל ער באקומט דאך אזוי ווייניג לייקס...

איך קלער נאר, אז איינע וואס איז פיל מיט סיפוק מיט אנדערע זאכן, דאך ווען ער נעמט זיך שרייבן א לענגערע תגובה איז עס ווייל ער וויל דייקא יא אויך האבן סיפוק פון אט דעם תגובה. ווען ער פיהלט ווען גארנישט קיין הנאה פון שרייבן וואלט ער דאך נישט געשריבן.. ער וויל זיין "תגובה" זאל האבן רעקאגנישן, לאו דווקא ער זאל האבן רעקאגנישן. ווען מ'ארבעט זיך איבער און די עולם איגנארירט דאס אינגאנצן און עפרישיעט נישט גארנישט לאזט דאס איבער א ביטערע טעם אין מויל.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

ס'איז לעצטענס ארויסגעקומען א שטודיע אז געבן א לייק האט גאר שטארקע געזונטהייט בענעפיטן, נאך מער ווייזט די שטודיע אז אפילו שטיין נעבן איינער וואס לייקט אדער ווערט געלייקט אז אויך זייער געזונט פאר'ן קערפער. ס'איז שטארק רעקאמענדירט...!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 919 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ס'איז דא נאך עפעס וואס א לייק טוט אויף, אז ווען איך שרייב עפעס ווייס איך אז איינער האט עס געליינט, אז נישט פיהלט מען ווי א קול קורא במדבר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שליחה דורך אדנירם »

אבטולמוס האט געשריבן:כ'בין גענצליך מסכים מיט נעגעל וואסער. ווען ס'פאסט מיר ווען וואלט איך געבונטעוועט פונקט ווי שש פאר לייקס. ס'איז וויכטיג צו באקומען א געפיל פון אנערקענונג.

האב איך געוואוסט אז צום סוף וועט מען ארויפברענגען מיין נאמען... :cry:

[tag]אבטולמוס[/tag], טו דיר אויס דיין שיך, און זיי מקבל נזיפה פון מיר.


-------------
[tag]נעגעל וואסער[/tag], גאר גוט ארויסגעברענגט פון אלע זייטן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18947 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז דא נאך עפעס וואס א לייק טוט אויף, אז ווען איך שרייב עפעס ווייס איך אז איינער האט עס געליינט, אז נישט פיהלט מען ווי א קול קורא במדבר

אי משום הא, קען מען קוקן אויף די צאל ראיות ("געזען געווארן") לינקס פון יעדע אשכול.
ס'איז נישט דאס, ס'איז קלאר אז א מענטש דארף רעקאגנישן פאר זיינע זאכן.

עניוועי, כ'זעה נישט על מה יצא השטורעם, מ'קען מיינען דער עולם הייבט נישט אן צו לייקן דא.......
גיס אפ @נעגל וואסער, און "שמעק" די קאווע!
וירח ה' את ריח הניחוח
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 919 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שמעקעדיג האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז דא נאך עפעס וואס א לייק טוט אויף, אז ווען איך שרייב עפעס ווייס איך אז איינער האט עס געליינט, אז נישט פיהלט מען ווי א קול קורא במדבר

אי משום הא, קען מען קוקן אויף די צאל ראיות ("געזען געווארן") לינקס פון יעדע אשכול.
ס'איז נישט דאס, ס'איז קלאר אז א מענטש דארף רעקאגנישן פאר זיינע זאכן.

עניוועי, כ'זעה נישט על מה יצא השטורעם, מ'קען מיינען דער עולם הייבט נישט אן צו לייקן דא.......
גיס אפ @נעגל וואסער, און "שמעק" די קאווע!

אפשר האט יענער סתם אריינגעבאמפט אין דעם אשכול און ניטאמאל געליינט וואס איך האב געשריבן.

ווען איך שטיי אינעם ווירקליכן קאווע שטיבל און איך דרשן, דארף איך א געזעמל ארום מיר, וואספארא פנים האט עס אז איך דרשן, און דער עולם מאכט קאווע און שפאצירט ארויס ??

א לייק - עכ"פ ביי מיר - איז א באשטעטיגונג, אז "איך הער וואס דו זאגסט", מוזט נישט אגריען, מוזט עס אפי' נישט ליעב האבן (ווען איינער שפייעט צוריק קען עס נאך אמאל זיין מער ווערט ווי א לייק...), אבער לכה"פ האב איך א ליעסענינג עיר.

קען זיין אז לייקס האט אן אנדער באדייט פאר יעדן איינעם, איך זאג עס נאר פון מיין פערספעקטיוו
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: זה נהנה וזה נהנה, געב א לייק!

שליחה דורך א איד »

גם אני מצטרף לנעגעל וואסער, נאר צו צולייגן מיינע פעניס, א לייק מיינט נישט אז איך עגרי מיט דיר, עס מיינט איך האב הנאה אז דו נעמסט די מיה צו שרייבן, און אויב דו האלטסט אנדערש לאז דיר הערן.
ובנוגע דער וועקער פון די קנאפע 1700 - 1800 ניקס, וויפיל זענען אקטיוו דא? און וויפיל האבן עס אפאר מאל דאונלאודעד? און וויפיל זענען נאכנישט אנגעקומען אהער צו לייקן? און וויפיל פרעמדע האבן עס דאונלאודעד?
הקיצור, איך זעה נישט אז מען זאל קענען צוזאמשטעלן דאונלאודעד ווס. לייקס.
ווער עס האלט אנדערש זאל לייקן, און לאזן הערן פארוואס ער האלט אנדערש.
א איד
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
רעאגיר