איך זוך מיט וועמען צו רעדן - חלק ב'

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

איך זוך מיט וועמען צו רעדן - חלק ב'

שליחה דורך לאשיצער »

חשוב'ע חברי השטיבל,

צוריק מיט א יאר צוויי האב איך געעפנט אן אשכול כדי זיך צו באקענען מיט אידיש-רעדנדע מענטשן וואס זענען גערן צו זיצן מיט מיר פאר א לינגוויסטישן אינטערוויו:
viewtopic.php?f=12&t=9772

ביז יעצט האב איך זיך שוין געטראפן פנים אל פנים מיט 11 קאווע שטיבלניקעס. איך האב זיך אזויפיל אויסגעלערנט פון די 11 מענטשן – נישט נאר וועגן דער אידישער שפראך (וואס איז דאך מיין הויפט אינטערעס) אבער אויך וועגן דער געזעלשאפט און חסידות און קאווע שטיבל און אסאך אנדערע טעמעס.

כ'האלט אין אנאליזירן די אינטערוויוען וואס איך האב דערווייל געמאכט. דאס אלעס וועט אריינגיין אין מיין דיסערטאציע, וואס וועט זיין א לינגוויסטישער פארגלייך פון היימיש אידיש מיט אידישיסטיש אידיש. אי"ה וועל איך פארענדיקן די דיסערטאציע ביז זומער 2018 און כ'וועל אייך גאר בקרוב קענען איבערגעבן די רעזולטאטן פון מיינע פארשונגען.

איך שרייב אייך מיט א בקשה. כדי באמת צו פארשטיין דאס היימישע אידיש איז נישט גענוג, איך זאל רעדן בלויז מיט מענער. איך דארף מאכן אינטערוויוען מיט פרויען אויך. איך פראביר שוין עטליכע וואכן זיך צו פארבינדן מיט חסיד'ישע פרויען וואס זענען אפן צו כאפן מיט מיר א שמועס. פארשטייט זיך אז קיין סאך מזל האב איך דערווייל נישט געהאט... מיינע א באקאנטע האט אפילו געעפנט אן אשכול אויף imamother מיט אינפארמאציע וועגן מיין פראיעקט אויף ענגליש: http://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=318322 אבער גארנישט...

אויב קענט איר עמיצן (א פרוי) וואס וואלט געהאט צייט און אינטערעס אין אן אינטערוויו מיט מיר, ביטע שרייבט מיר אין אישי אדער דורך אימעיל (בילד) און איך וועל אייך צוריקשיקן די אינפארמאציע וועגן דעם אינטערוויו. (די זעלבע אינפארמאציע פון imamother אבער אויף אידיש.)
דאס קען זיין אייער ווייב, שוועסטער, שוועגערין, מאמע, באבע – אבי זי רעדט אידיש און איז אפשר גרייט זיך צו טרעפן. אויב זי פילט זיך מער באקוועם זיך צו טרעפן מיט א פרוי (א חבר'טע מיינע וואס איז אויפגעוואקסן מיט אידיש אין א אידישיסטישער היים) איז דאס אויך א מעגליכקייט.

יישר כוח! האטס מיר אלע א גוטע וואך.
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

באמפ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אקעי,
כ'ווייס נישט צו כ'זאל דיר געבען דער עצה אדער נישט, אבער שוין.

עלטערע פרויען וועלען זיך לאזען גרינגער פארהערן. בפרט אויב איר גייט עס דריקן אין א בוך.

במילא, מאכט אויף א טעלעפאן ביכל, און זיכט אייך אלמנות עלטערע און רופט אהן קאלטערהייט אויב זיי האבען עפעס אינטרעסאנט צו פארציילן וועגען זייער יוגענט, כ'בין זיכער איר וועט מצליח זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
רעאגיר