וויכטיגע געצייג: באריכט קנעפל, אישי,

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

וויכטיגע געצייג: באריכט קנעפל, אישי,

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 7:06 pm

איך וויל טוהן א שטיקל תשובת המשקל,

היינט איז נסתלק געווארן פון דער וועלט א גאון עולם, א ריזן פוסק, און א מנהיג פון הונדערטער טויזנטער אידן, באזונדער זענען דא פילע אידן וואס האבן געטיילט א אנדער השקפה פון איהם אין געוויסע ענינים,

האט זיך געמאכט אז אין זייט פונעם אשכול וואס איז געעפנט געווארן לכבודו, האט איינער געעפנט אינעם ברוינעם ביהכ''ס א שענדליכע אשכול, איך האב קיין השגה וויאזוי זיינע פינגער האבן נישט געטרייסלט ביים שרייבן, וויאזוי אזא מיאוסע געדאנק איז אפילו אויפגעקומען אין זיין מוח.

אבער וואס עס טוהט מיר וויי איז אז דער אשכול איז געווען אפן באלד 4 שעה אן קיין איין באריכט, און אן קיין איין אישי פון קיינעם.

ווען נישט איך וואנדער אהין אריין ווער ווייסט ווילאנג דער שאנדפולער אשכול וואלט אפן געווען, ווער ווייסט וויפיל זלזול אין די לומדי התורה ומוסרי נפשם עליה וואלט דארט געשריבן געווארן.

עס איז די אחריות פון אונז אלע און פון יעדער יחיד ווען מען באמפט אריין אין אזא אשכול אדער תגובה צו באריכטן און אישי'ען ויפה שעה אחת קודם.

לאמיר צוזאמען האלטן די שפראך דא מענטשליך און מכובד'יג, ותהי אשכולי זה כפרתי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4842 מאל

Re: וויכטיגע געצייג: באריכט קנעפל, אישי,

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 7:20 pm

עס איז ליידער א נארמאלע זאך צי זען ביליגע און ווילדע אשכולות, ריכטיג עס טוט עקסטער וויי נאכדערצי דא, וואס מרעדט פון א גדול וואס לאו בכל יומי מתרחש, אבער אויף די וואונדער? עס איז קיין וואונדער,


די ארונישע טיפשות אשכול, וואס עפענט זיך מיט א בילד פון די ארונים, וואס יענץ הייסט טיפשות, לא זכיתי להבין, און אזוי ווייטער, נישט אז איך פארגלייך עס, נאר עס ווייזט די מענטשהייט וואס דרייט זיך דא,
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 333 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 7:30 pm

דער אשכול איז לדעתי נישט געווען קיין בזיון פאר הרב שטיימאן נאר ענדערש פארן כותב און די פארטיי וואס ער רעפריזענטירט. איינער האט שוין געשריבן אינעם אשכול אז מ'זאל עס לאזן למען יעמוד לימים רבים און אלע זאלן זעהן זייער פנים אמיתית.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2743
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6138 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 9:03 pm

ביים ליינען יענעם אשכול און רעאגירן דארט, האב איך אויך געהאט דעם געפיל. ס'איז מיר א הנאה געווען צו מאכען פורים פון איהם און דערמאנען דער נגע מיט וואס ער בארימט זיך. אבער דיין פאוינט איז זייער ריכטיג, ווי אויך די בילד פון די טאנצערס דארט אין שוק מאה שערים. אגב, איינער פון זיי איז געקומען קיין אמעריקא מיט בערך אכצען יאר צוריק, צו בעטען די נדיבי עם אז זיי זאלען ארויס העלפען אין די מערכה קעגען די נחל חרדי. בעז"ה האט ער פארזאמעלט $400000 און דערנאך האט ער זיך געקענט גט'ן און לעבען א געשמאקער לעבען. ווען אימער ער וועט נויטען אין א פאר דאללאר, וועט מען טרעפען א גזירה און די תמימות'דיגע אונגארישער אידען אין ווסמב"ג וועלען זיך שיין לאזען קאסטען. מענין לענין שלא באותו ענין, האב איך געהערט אז מ'איז געלאפען פון בית שמש צו בעריש בערגער אין לאנדאן און איהם געזאגט אז די ציונים (פוי פוי פוי) האבען אראפ גענומען די וויכטיגע שילד אין בית שמש אז מ'דארף גייען אנגעטוהן בצניעות אין די געגענט. מ'דארף דרינגענג $20000 אויף צו קענען צוריק שטעלען די שילד. ער האט נישט געמאכט קיין שהיות און געחתמ'ט א טשעק אויפ'ן פלאץ. ב"ה מ'האט צוריקגעשטעלט די שילד, פאר 250 שקל, און דער איבעריגע האט שוין געטראפען ווי צו גייען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7413
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:50 pm

גערעכט ביסטו הרב געוואלדיג, אבער קיין טענה אויף די נארמאלע ניקס איז עס נישט.

איך למשל, האב פשוט נישט אויפגעמאכט היינט די פתח של ביבין, די ברוינליכע געמויזעכץ וואו מ'שרייבט אלצדינג אחוץ עפעס זאכליך אדער מענטשליך, און פשוט דערפאר איז מיר נישט אויסגעקומען צו ליינען די שענדליכע ווערטער קעגן דעם גדול בישראל.

וואלט ער ווען געשריבן אין א נארמאלע פארום, אדער ווען די גרויליגע צימעס וואלט געווען א טייל פון די אקטיווע אשכולות, וואלטן מיר געוויס באריכטעט און מוחה געווען, אבער וויבאלד צימעס איז אויסגעשלאסן פון די נארמאלע אשכולות, און די צימעס-שרייבער זענען אויסגעשלאסן פון די נארמאלע ניקס, דערפאר באמפט מען פשוט נישט אריין אין זייער גרף של רעי.

ווי זאגט יענער? "הוא נאה לצימעס וצימעס נאה לו"
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:56 pm

כבוד הרב ידידי היקר געוואלדיג, די סיבה פארוואס קיינער האט עס נישט באריכטעט איז לכאורה ווייל כגלייב אז 90 פראצענט נארמאלע באזעסענע ניקס טרעטן נישט אריין דארט ווי די יאהר איז גרויס.
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:49 pm

כיהודה ועוד וויל איך באטאנן ארי מיט סמבטיון'ס ווערטער סיי מען גייט נישט אריין זייט מען האט זיך אפגעבריט ווען ס'איז געווען איין חסר דעה מיט אסאך ניקס און ער האט געעפענט אשכולות משמאולו ומשמאולו
און סיי ווייל ס'קומט נישט ארויף אינעם אקטיווע אשכולות
אבער מוחה זיין דארף מען יעצט אז האסט גערעדט דערוועגן {כדוגמא אויסשרייען קוקטס נישט אויף די לינקע זייט} און איך בין דערשוידערט געווארן
נישט אז ס'איז דא חסירי דעה וואס רעדן אזוי נאר אז זיי וויילן דא אין שטיבל ווי ביים טאטן אין וויינגארטן
ואגיד בכל כוחי ומוחי
מוחה מוחה מוחה שגץ ארויס{כנוסחכם}
ולא ישמע עוד שקצים דוברי שטיות ושימוץ בחדרינו ויחזור טעם הקפה כבתחילה במהרה
באניצער אוואטאר
סקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

Re: וויכטיגע געצייג: באריכט קנעפל, אישי,

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 11:59 pm

מ׳האט יענעם יא באשריגען, ער איז נישט געבליבען מיט דער אויבערהאנט.

ווילאנג ער באהאלט זיך נישט און ער פארשמירט נישט אנדערע אשכולות, איז עס לכתחילה פאר צימעס.

געדענק, ווען ס׳איז נישט דא קיין ביהכ"ס, ווערט דער גאנצע שטוב א ביהכ"ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:35 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7413
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7004 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:26 am

געוואלדיג האט געשריבן:איך וויל טוהן א שטיקל תשובת המשקל,

היינט איז נסתלק געווארן פון דער וועלט א גאון עולם, א ריזן פוסק, און א מנהיג פון הונדערטער טויזנטער אידן, באזונדער זענען דא פילע אידן וואס האבן געטיילט א אנדער השקפה פון איהם אין געוויסע ענינים,

האט זיך געמאכט אז אין זייט פונעם אשכול וואס איז געעפנט געווארן לכבודו, האט איינער געעפנט אינעם ברוינעם ביהכ''ס א שענדליכע אשכול, איך האב קיין השגה וויאזוי זיינע פינגער האבן נישט געטרייסלט ביים שרייבן, וויאזוי אזא מיאוסע געדאנק איז אפילו אויפגעקומען אין זיין מוח.

אבער וואס עס טוהט מיר וויי איז אז דער אשכול איז געווען אפן באלד 4 שעה אן קיין איין באריכט, און אן קיין איין אישי פון קיינעם.

ווען נישט איך וואנדער אהין אריין ווער ווייסט ווילאנג דער שאנדפולער אשכול וואלט אפן געווען, ווער ווייסט וויפיל זלזול אין די לומדי התורה ומוסרי נפשם עליה וואלט דארט געשריבן געווארן.

עס איז די אחריות פון אונז אלע און פון יעדער יחיד ווען מען באמפט אריין אין אזא אשכול אדער תגובה צו באריכטן און אישי'ען ויפה שעה אחת קודם.

לאמיר צוזאמען האלטן די שפראך דא מענטשליך און מכובד'יג, ותהי אשכולי זה כפרתי.



געלייקט, וזה יצאי חובת מוחאה.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 359 מאל


גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron