קטלא קניא איז דא!

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

קטלא קניא איז דא!

הודעהדורך רימון » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:17 pm

איידעלערהייט, אן קיין איבעריגע פאמפע אדער סדר הבאסעס, האט זיך ר' קטלא היינט איינגעשריבן ביי אונז אין שטיבל.
קטלא דארף נישט קיין אינטרעדאקציעס, ער איז אן קיין צווייפל דער מלך הכותבים פון דער היינטיגער גענעראציע.
שוין א לענגערע צייט וואס מיר געניסן פון זיין רייכן פעדער און טיפזיניק שריפט אין דער וועקער. זיין פאריעריגע פסח געשיכטע מיט ר' אייזיק און אסתי ליגט מיך נאך אין די ביינער און איז די סאמע שענסטע פיקציע געשיכטע וואס כהאב אמאל געליינט.
מיר באגריסן אים היינט מיט אותות של כבוד והערכה, ויהא בואו לברכה ולהרמת קרן החכמה והישרות.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 256
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 711 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:25 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עמעזאן אום מאנטאג אפריל 16, 2018 1:49 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1026 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1065 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אפריל 13, 2018 8:28 am

למשל אין לעצטע וועקער איז ער געווארן א מאלעסטעישען טעראפיסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2377
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1260 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג אפריל 13, 2018 2:49 pm

גרויסע און דראמאטישע נייעס!

כ'האב געמאכט א גוגל סוירטש און געפונען אז דא אויף ק"ש זענען דא א שיינע צאל אשכולות וועלכע רעדן פון @קטלא קניא'ס ווערק. יעצט איז עס דאך אוודאי אן אונזעריגער מיט זיינע הערליכע ארטיקלען אינעם וועקער.

אזוי אויך, ווער עס האט באמערקט, אינעם לעצטן וועקער איז ערשינען אן אנאנס אז דעם זומער גייט ערשיינען א קונטרס מיט'ן נאמען "ותינוק ללמדו ספר", געשריבן דורכ'ן One and only קטלא קניא.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10132 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » זונטאג אפריל 15, 2018 9:52 am

א דאנק די ווארעמע אויפנעם ווערטער הגם איך האב שטארק אנגעזאגט און געבעטן בכל לשון של בקשה נישט צו מאכן א טראסק. געמיינט האב איך שלא ידעו בשכבי ובקומי אבער למעשה זרחה עלי השמש.

סהדי במרומים שלא לכבודי ולא לכבוד בית אבא הרשמתי וכוונתי אך ורק להרבות כבוד שמים ויה"'ר שנגביר חילים בתורה ושתתקדש שם שמים על ידינו.

לגופו של ענין, ווי ראובן האט געשריבן שטיי איך ארויסצוגעבן בקרוב (מיט @ראובן'ס כסדרדיקער און אויסטערלישער הילף) א קונטרס בשם 'ותינוק ללמדו ספר' איבער דעם הייסן ענין פון חינוך הבנים אין חסידישע קרייזן. דער כתב יד האלט שוין נאנט צום סיום איידער איך שיק עס צום רעדאקטאר פאר הגהות והערות. וויבאלד איך שיק עס אפ וועל איך דערהיינטיקן דעם עולם איבער דעם מצב און וויאזוי דער עולם קען אנטייל נעמען און איך האף מען וועט זיך ווארעם אפרופן.

וואטש דיס ספייס!
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל


גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט