קטלא קניא איז דא!

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

קטלא קניא איז דא!

שליחה דורך רימון »

איידעלערהייט, אן קיין איבעריגע פאמפע אדער סדר הבאסעס, האט זיך ר' קטלא היינט איינגעשריבן ביי אונז אין שטיבל.
קטלא דארף נישט קיין אינטרעדאקציעס, ער איז אן קיין צווייפל דער מלך הכותבים פון דער היינטיגער גענעראציע.
שוין א לענגערע צייט וואס מיר געניסן פון זיין רייכן פעדער און טיפזיניק שריפט אין דער וועקער. זיין פאריעריגע פסח געשיכטע מיט ר' אייזיק און אסתי ליגט מיך נאך אין די ביינער און איז די סאמע שענסטע פיקציע געשיכטע וואס כהאב אמאל געליינט.
מיר באגריסן אים היינט מיט אותות של כבוד והערכה, ויהא בואו לברכה ולהרמת קרן החכמה והישרות.
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

שליחה דורך עמעזאן »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עמעזאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

למשל אין לעצטע וועקער איז ער געווארן א מאלעסטעישען טעראפיסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

שליחה דורך אבטולמוס »

גרויסע און דראמאטישע נייעס!

כ'האב געמאכט א גוגל סוירטש און געפונען אז דא אויף ק"ש זענען דא א שיינע צאל אשכולות וועלכע רעדן פון [tag]קטלא קניא[/tag]'ס ווערק. יעצט איז עס דאך אוודאי אן אונזעריגער מיט זיינע הערליכע ארטיקלען אינעם וועקער.

אזוי אויך, ווער עס האט באמערקט, אינעם לעצטן וועקער איז ערשינען אן אנאנס אז דעם זומער גייט ערשיינען א קונטרס מיט'ן נאמען "ותינוק ללמדו ספר", געשריבן דורכ'ן One and only קטלא קניא.
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

א דאנק די ווארעמע אויפנעם ווערטער הגם איך האב שטארק אנגעזאגט און געבעטן בכל לשון של בקשה נישט צו מאכן א טראסק. געמיינט האב איך שלא ידעו בשכבי ובקומי אבער למעשה זרחה עלי השמש.

סהדי במרומים שלא לכבודי ולא לכבוד בית אבא הרשמתי וכוונתי אך ורק להרבות כבוד שמים ויה"'ר שנגביר חילים בתורה ושתתקדש שם שמים על ידינו.

לגופו של ענין, ווי ראובן האט געשריבן שטיי איך ארויסצוגעבן בקרוב (מיט [tag]אבטולמוס[/tag]'ס כסדרדיקער און אויסטערלישער הילף) א קונטרס בשם 'ותינוק ללמדו ספר' איבער דעם הייסן ענין פון חינוך הבנים אין חסידישע קרייזן. דער כתב יד האלט שוין נאנט צום סיום איידער איך שיק עס צום רעדאקטאר פאר הגהות והערות. וויבאלד איך שיק עס אפ וועל איך דערהיינטיקן דעם עולם איבער דעם מצב און וויאזוי דער עולם קען אנטייל נעמען און איך האף מען וועט זיך ווארעם אפרופן.

וואטש דיס ספייס!
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
רעאגיר