מעג מען טאקע?

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

מעג מען טאקע?

הודעהדורך עובד ה' » מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:51 pm

ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך ב"ה זוכה געווען צו זיצן באהלה של תורה. איך האב זוכה געווען צו זיצן און לערנען אין כולל. ב"ה מיין פרוי האט געברענגט פרנסה אין שטוב, איך האב נישט געהאט דער גאנצע דאגות פרנסה.
כולל יונגעלייט און בני תורה וואלטן געדארפט זיין די פרייליכסטע מענטשן אויף דער וועלט און וואלטן געדארפט האבן דער געשמאקסטע לעבן וואס איז נאר פארהאן. עס איז דאך נישט דא קיין גרעסערע הנאה פון לערנען די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק פקודי ה' ישרים משמחי לב (תהלים קאפיטל י"ט פסוק ט'). מען האט די הנאה פון פארענטפערן א סתירה און מברר זיין א הלכה. ווען מען לערענט א גאנצן טאג, שפירט מען זיך גוט ווען מען גייט אהיים. עס וואלט געדארפט זיין אן אמת'ע שמחה ביי אים אין שטוב. ער קומט אהיים און ער איז רוהיג.
אבער עס זענען דאך דא כולל יונגעלייט וואס זענען נישט צופרידן. וואס האבן נישט קייןsatisfaction און נישט קיין פרייליכקייט.
מיין פרוי האט מיך שטארק געשעצט. וואס קען דען זיין בעסער פון דעם? איך וואלט באמת געדארפט זיין דער גליקליכסטע מענטש.
אבער מיט דעם אלעם האב איך נאך אלץ נישט געשפירט קיין שמחה אין דעם לעבן, שמחה האט נישט עקזעסטירט. איך פלעג אהיימקומען און שפירן ערפילט, איך בין אנגעקומען היינט, איך האלט נענטער זיך צו פארהערן נאך א מקצוע, אבער איך האב נישט געהאט קיין סיפוק, איך האב נישט געקענט טרעפן אן אמת'ע צופרידנקייט.
איך לויף ווייטער ווי א זייגער, איך בין דער נעקסטע צופרי ווייטער צוריק אין כולל, און איך האב ווייטער הנאה, אבער עפעס פעלט. וואס פעלט דא?



איך האב אנגעפאנגען צו טראכטן...........................................אפשר ווען איך וועל האבן מער וואס צו טוהן מיט'ן טאג, וועל איך ווערן פרייליך????????


אבער מען דארף דאך זיצן און לערנען....................................................................מען מעג דאך נישט אזוי טראכטן!!!!!!!!!!!!!!
האב איך אנגעפאנגען צו טוהן מצוות.... איך האב אנגעפאנגען צו טוהן אין BUSINESS, איך האב מיך אריינגעלייגט אינם דאקטערישן פעלד, ווי מען רופט עס Medical industry. איך האב געטוהן אין medical referral און שפעטער האב איך אנגעפאנגען צו טוהן medical imaging.
עס זענען דא וואס וואלטן פארשטאנען, אז דאס וואלט געדארפט ברענגען פאר מיר א שמחה, אבער עס איז נישט געשעהן, ניין, איך בין נישט אנגעקומען דערצו. נישט געשפירט קיין סיפיק הנפש. מיין לעבן איז דער זעלבע פארשלאפן, אן קיין שום חשק.
ארבייטערס זענען דערשלאגן און פארמאטערט, מיינע חברים אין כולל זענען פאריאגט און פארפלאגט. וואו שטעקט דער פראבלעם???????
ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך נישט געוואוסט וואס מעג איך יא טוהן, און וואס מעג איך נישט טוהן. וואס איז גוט פאר מיך צו טוהן, וואס איז נישט גוט פאר מיך צו טוהן. ווען זאל איך יא נאכגעבן פאר מיין גוף, ווען זאל איך עס נישט נאכגעבן.
וואס איז א מצוה, און וואס איז אן עבירה. ווען איז עס א מצוה, און ווען איז עס אן עבירה. וואס קען איך יא זאגן פאר מיין ווייב, און וואס קען איך איר נישט זאגן. מיט וואס דארף איך מיך שעמען און איר נישט דערציילן, וואס זאל איך איר יא דערציילן. וועלכע זאכן זאל איך בעטן אז איך זאל עס באקומען און וועלכע זאכן זאל איך נישט בעטן ווייל איך וועל נאר ערגער מאכן.
אפגערעדט וואס איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי צו ווערן דער בעה"ב אין שטוב. ווי אזוי צו באקומען וואס איך וויל, ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי אזוי קלער איך איר אויף, ווי אזוי בין איך איר מסביר א זאך אז זי זאל עס פארשטיין? ווי אזוי מאך איך איר אונטרעסירט אין די זאכן וואס אונטרעסירט מיך? ווי אזוי באקום איך "אלע" מיינע באדערפענישן פון שטוב, פון מיין ווייב. ווי אזוי? ווי אזוי?
נאך דעם ווי אזוי ווייס איך וואס זי וויל??? ווי אזוי מאך איך איר פרייליך??? ווי אזוי ווער איך געוואר?????? פארוואס זאגט זי מיך נישט וואס זי וויל? וואס גייט איר מאכן פרייליך? איך גיי עס שוין טוהן!
און אוודאי האב איך געהאט אסאך הלכה שאלות איבערן קאפ. איך האב נישט געוואוסט וועלכע שאלה מעג איך יא פרעגן, און וועלכע שאלה מעג איך נישט פרעגן. וועמען זאל איך פרעגן? אפשר ווען איך גיי פרעגן וועט מען מיך אנקוקן ווי א שגץ ח"ו. איך האב מיך ממש נישט געוואוסט ווי אהין צוטוהן. איך בין געווען פיל מיט ספיקות, שריט און טריט.
אבער איך קען פארשטיין אז מען קען פרעגן א שאלה, וואס הייסט?
וואס הייסט? מען לערענט דאך אלעס אויס פאר די חתונה? וואו בין איך דא אריינגעקומען מיט פרישע שאלות? פארוואס האב איך בכלל געהאט ספיקות? פארוואס האב איך נישט געוואוסט וואס איך האב צוטוהן? דער וואס האט געלערענט מיט מיך פאר די חתונה, האט מיך דאך אלעס אויסגעלערנט? ער האט מיר אלעס אזוי קלאר איבערגעזאגט און מסביר געווען?
ווייסטו וואס מיינט אלעס? האסטו שוין געהערט דער ווארט אלעס? מען לערענט אלעס אויס? ווער ניצט דעם ווארט אלעס? מען האט מיך אלעס אויסגעלערנט. אוודאי האט מען מיך אויסגעלערנט פינקט ווי ענק, מען האט מיך אלעס אויסגעלרענט. אבער, וואס מיינט אלעס?
וויפיל ספיקות קענסטו דיך אראפשרייבן, וואס איז זיך אונטערגעקומען, נאכדעם אזוי גערופנער אלעס וואס מען האט דיך אויסגעלערענט? און דו ווייסט נישט צו מען מעג אפילו פרעגן די שאלות, אדער ווייסטו נישט וועם צו פרעגן, ווייל וועם דו האסט נאר געפרעגט, האט מען דיך נישט געגעבן א קלארא ענטפער? איי מען האט דאך דיך אלעס אויסגעלערענט? אדער איז דאס נישט פון דעם אלעס, נאר דאס איז מער ווי אלעס?...........................................................................................................................
איך האב נישט פארשטאנען..
פאוואס האב איך נישט קיין שמחה אין שטוב? איך האב געטוהן אלעס וואס מען האט מיך געהייסן!
דעריבער.......
ווייל איך האב זייער שטארק געוואלט אנקומען צו א גוטע געשמאקע לעבן. האב איך אנגעפאנגען זיכן און נישטערן. בין איך געגאנגען צו די תורה, ווען א איד האט א פראבלעם גייט ער צום תורה. איך האב מיך גענומען לערנען מער גמרות און מער הלכות פון שלחן ערוך, איך האב גענומען הוראה און שימוש חכמים ביי גדולי ישראל.
איך האב מיך גענומען זיכן און פארשטן, איך האב געהערט סידי'ס אויף אלע עניני הבית, איך האב געליינט אסאך ספרים אויף עניני הבית, איך האב אלעס פראבירט. איך האב געזוכט מענטשן וואס איך האב געזעהן אז זיי האבן אן אמת'ע שמחה, אן אמת'ע געשמאקע לעבן אין יעדע מצב. איך בין ארים געגאנגען צו רבנים - אין ארץ ישראל, אמעריקא און קאנאדא. איך האב געלערענט אלעס וואס איך דארף וויסן צו מאכן א טויש אין מיין שטוב!
(מעג מען טאקע?)
יא, ב"ה איך האב געטראפן דעם סוד.
איך האב געטוישט מיין גאנצע לעבן צו אן אמת'ע געשמאקע לעבן. איך האב מיך קיינמאל נישט געחלומט אז א מענטש קען אנקומען צו אזא געשמאקייט. דער געשמאקע לעבן וואס איך האב יעצט באקומען ווערט געשמאקער און געשמאקער פון טאג צו טאג.
אלץ הכרת הטוב פאר'ן בורא כל עולמים, פאר מיך ארויסנעמען פון אזא לייבן גריב פיל מיט צער, און מיך אריינברענגען און אזא ליכטיגע געשמאקע לעבן, האב איך מחליט געווען צו העלפן אנדערע דערמיט בעזהי"ת.
[b]
איך האב מחליט געווען צו ברעכן מיין שטילקייט!
א זאך וואס איך האב געטראכט איך גיי קיינמאל נישט טוהן!
[/b]א זאך וואס איך שפיר מיך געצווינגען צו טוהן... אויב אזוי לאז מיך אויפהערן צו רעדן אזוי סאך און דיך זאגן ווי אזוי דו און א געוויסע צאל מענטשן קענען באקומען "אינערווייניגע סודות און מהלכים" ווי אזוי צו מאכן און אנהאלטן א זייער..זייער...זייער מצליח'דיגע געשמאקע פארהייראטע לעבן.

קיינער גייט נישט דארפן וויסן וואס גייט פאר ביי דיר אין שטוב.
קיינער גייט נישט וויסן אז דו האלסט מיט דעם טעלע-סעמינאר. דארפסט אפילו נישט ארויסגעבן דיין נאמען.
)קיינער גייט נישט וויסן אויב עס איז דיין שילד אדער דיין ווייב'ס.)
לאמיר דיך פרעגן עטליכע פשוטע פראגעס:
שאלות וואס מענטשן האבן כסדר
1) גייט עס זיין שווערע ארבעט?
2) גיי איך מיך אייביג מיטשענען?
3) גיי איך דארפן אלעס נאכגעבן מיין ווייב?
4) גייט עס מיך קאסטן אסאך צייט?...גיי איך האבן ווייניגער צייט?
5) גיי איך מיך דארפן צוקריגן מיט מיינע עלטערן און געשוויסטער?
די תירוץ איז ניין!
דו קענסט האבן א געשמאקע לעבן דו דארפסט נאר טוהן די ריכטיגע זאכן. יעדער קען דאס טוהן, דו אויכט. דארפסט זיך דאס נאר אויסלערנען.
נישט נאר דעם....
• עס איז נישט שווער.
• עס איז נישט קיין מיטשעניש.
• דו דארפסט נישט אלעס נאכגעבן.
• דו דארפסט נישט אויסגעבן מער געלט.
• דו גייסט האבן מער צייט.
• דו קענסט ווייטער זיין נאנט מיט דיינע עלטערן, געשוויסטער, פריינט א.ד.ג
צו הערן מער דערוועגן רוף
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום מאנטאג יאנואר 07, 2019 11:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אראפגענומען קאנטאקט אינפא
עובד ה'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:01 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך סדרן » מאנטאג יאנואר 07, 2019 11:15 pm

צו אדווערטייזן אויף קאווע שטיבל קענט איר זיך ווענדן צו איינעם פון די מנהלים.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל


גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט