בלאט 9 פון 12

פורסם:
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:40 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:ק''ש איז קרעזי סלאו היינט.
און היינט.

פורסם:
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:51 pm
דורך בשבילי!
ס'דא אסאך בובו'ס דא לעצטענס

פורסם:
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:54 pm
דורך קעלנער
יא. די האסטינג איז נישט גוט. כ'האב נאכגעקוקט און געזעהן אז יעדע דעצעמבער מאכט זיך נאכאמאל די זעלבע פראבלעמען. (קוקט אויף אונזער טוויטער פיעד)
מיר זענען אין פארבינדונג מיט די האוסטינג קאמפעני.

פורסם:
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:34 am
דורך רויטע וואנצעס
סאנטא שניידט איבער די קעיבלס מיט זיין שליטן?
הילף מיט דרעפט

פורסם:
מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:57 am
דורך לאליפאפ
איך ארבעט יעצט אויף א אשכול מיט אסאך לינקס; וואלט איינער געוויסט וויאזוי איך מאך אז א דרעפט זאל צוריק ווערן אזוי ווי ווען מ'הייבט אן א נייע תגובה?
כרגע; גראד ווען איך סעיוו א דרעפט מוז איך קאפי פעיסטן צוריק צו א נייע תגובה כדי עס צו קענען געהעריג עדיטן און צולייגן לינקס.
ווער עס האט א סעלושן זאל מיר פליז @טעגן.

פורסם:
מיטוואך פעברואר 04, 2015 10:47 am
דורך גראדעמעכעלע
@לאליפאפ
אינעם דרעפט פאלדער קליק אויף 'לאדען דעם דרעפט' אין עס איז צוריק אזויווי ווען מען הייבט אן,

- 2015-02-04_09.44.43564653891.jpg (42.78 KiB) געזען געווארן 2755 מאל

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:51 am
דורך ישמעאל הכהן
פארוואס איז ק'ש דאון די לעצטע פאר נעכט???

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:54 am
דורך אפטעמיסט
Hosting maintenance

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 12:05 pm
דורך קעלנער
מיר אפדעיטן איבער דעם אויף טוויטער.

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 12:09 pm
דורך קאווע טרינקער
פונקט אין אזא פארנומענע טאג ווי פורים?

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 7:04 pm
דורך לעיקוואד
לעצטנס ווארפט מיר דער שטיבל ארויס יעדער מאל איך באזוך דארף איך פון פריש אריינסיינען הגם איך האב געדרוקט די קנעפל ער זאל מיר געדענקען.
נאך איינער האט דער פראבלעם? עס איז דא דערפאר אן עצה?

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 7:13 pm
דורך ישמעאל הכהן
אפילו ביזט א גאנצן צייט מיט די זעלבע אינטערנעט קאנעקשען?

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 7:19 pm
דורך לעיקוואד
יא.
עס מאכט א חילוק טאמער איז עס אן אנדערע קענעקשין?

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 7:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
יא ביי מיר אויך. אויב טוישט זיך פון איינס צום אנדערן ווער איך ארויסגעסיינט אויטאמאטיש

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אן אנדער סארט פראבלעם די לעצטע פאר וואכן.
ס'רוב מאל ווען איך דרוק דעם אראנדזשן קנעפל פאר מיינע נייע אומגעלייענטע הודעות, אנשטאט מיר אהין טראגן, נעמט ער מיר צו א פעידזש בעפאר דעם...
וואס איז פשט. רבש"ע?

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 10:51 pm
דורך אפטעמיסט
און איך האב יעצט אויסגעפונען אז די אראנדזשע קנעפל מיינט דאס! רבש"ע צוויי מאל!

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
אוי מיי גאש.
נו שוין, אצינד זעה איך שוין די סיבה פון מיין פראבלעם. אלזא אז די מטרה איז אויסגעפירט געווארן און דו ביסט שוין געוואר געווארן, מובטחני אז מיין פראבלעם איז א פארגאנגענהייט און איך בין א געהאלפענער.

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 10:58 pm
דורך אפטעמיסט
אמן.
אויב נישט קענסטו די נומער פון תהלים-כולל.

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 11:06 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אן אנדער סארט פראבלעם די לעצטע פאר וואכן.
ס'רוב מאל ווען איך דרוק דעם אראנדזשן קנעפל פאר מיינע נייע אומגעלייענטע הודעות, אנשטאט מיר אהין טראגן, נעמט ער מיר צו א פעידזש בעפאר דעם...
וואס איז פשט. רבש"ע?
יואש כ'האב געמיינט נאר איך בין משוגע.

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 11:16 pm
דורך גראדעמעכעלע
גם אני בחלומי

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2015 11:25 pm
דורך שמערל
איך האב עס נאר געהאט אין די וועטער אשכול, כ'האב געהאלטן אז די פילע בילדער לייגט אן עפעס שוועריקייטן אויפן סיסטעם, היינט איז דער פראבלעם איבעראל.

פורסם:
מאנטאג מערץ 09, 2015 11:10 am
דורך משולם שטיינפעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי מיי גאש.
נו שוין, אצינד זעה איך שוין די סיבה פון מיין פראבלעם. אלזא אז די מטרה איז אויסגעפירט געווארן און דו ביסט שוין געוואר געווארן, מובטחני אז מיין פראבלעם איז א פארגאנגענהייט און איך בין א געהאלפענער.
וואס איז די סיבה צום פראבלעם? עני אשכול מיט אסאך בלעטער קומט מען אן צו איינס אדער צוויי בלעטער פארן סוף

פורסם:
מאנטאג מערץ 09, 2015 3:12 pm
דורך געוואלדיג
גם אני מצטרף, צרת רבים נחמת שוטים

פורסם:
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:05 am
דורך יאיר
עפעס א מכשף האט געזאגט א לחש און אפגעטון דעם כח פון מיין יו טוב קנעפל. איינער קען מיר ארויסהעלפן?

פורסם:
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:13 am
דורך שמעקעדיג
מאך דיר א אשכול 'פרטיות'דיגע פראבלעם'.... וואס עפעס לייגסטו עס דא?...
קידינג עסייד. עס איז אן אומדערהערטע פראבלעם. פרוביר צו ריסטארטן די בראוזער.