מזל טוב: "נייע אשכולות" קנעפל

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

מזל טוב: "נייע אשכולות" קנעפל

הודעהדורך סדרן » דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:15 pm

די "אקטיווע אשכולת" קנעפל וואס גיט א ליסטע פון אלע אשכולות אין ק"ש פון אלע פארומס, באזירט לויט די לעצטע תגובות אין יעדן אשכול, איז אלעמאל געווען א געוואלדיגער וועג וויאזוי זיך אויסצוקומען אין שטיבל און מיטהאלטן אלע געשמאקע שמועסן מיט האבן א קלארן בליק וואס עס טוט זיך גענוי יעצט אפ אין קאווע שטיבל צו דער מינוט, און וואס אלץ מ'האט דיסקוטירט אדער צולעצט קאמענטירט.

אבער איינער פון די גרעסטע פראבלעמען אין שטיבל איז געווען אז נייע אשכולות זענען צומאל זייער שנעל אראפגעפלויגן פון דער ארענע. איינער האט זיך געקענט אנשטרענגען צו שרייבן א שיינעם נייעם מאמר און טאמער האט עס נישט באלד באקומען קאמענטארן האט זיך עס געקענט טרעפן אין קעלער ביז א קורצע צייט דורך עלטערע אשכולות וואס האבן פונקט דעמאלט באקומען תגובות און ביז עטליכע שעה איז דער נייער ארטיקל מער נישט געווען צום געפינען אן האבן א שאנס צו באקומען די נויטיגע און ערליך פארדינטע אויפמערקזאמקייט.

דער ווייטאג איז געווען א טאפלטע, סיי אז דער פלאג און מי פון דעם שרייבער האט געקענט פארבייגיין אן דעם וואס גענוג מיטגלידער זאלן עס באמערקן און והעיקר אז ס'איז פשוט נישט געווען קיין מעגליכקייטן פאר'ן ליינער נאכצופאלגן די נייעסטע אשכולות און דיאמאנטן האבן זיך געקענט ארויסגלוטשן פון האנט אן דעם וואס מ'זאל באמערקן.

איש בשורה אנוכי היום, אז מיר האבן צוגעלייגט דעם נייעם "נייע אשכולות" קנעפל וואס שטעלט אויס די לעצטיגע אשכולות לויט דעם סדר ווען זיי זענען געעפנט געווארן. דאס גיט פאר דעם ליינער א בליק אויף די נייעסטע נושאים וואס זענען לעצטנס אויפגעברענגט געווארן צו דיסקוטירן. ס'איז אנדערע צייטן, יעדעס מאל וואס איר עפנט א נייע אשכול וועט איר זיין זיכער אז די ליינער וועלן גרינג קענען צוקומען דערצו און עס וועט פיגורירן אויפ'ן אויבן אן פאר א שיינע וויילע, און פאר'ן ליינער וועט דער נייער "נייע אשכולות" קנעפל זיין די לייכטסטע מיטל צו טרעפן די נייעסטע שיינע אשכולות און שמועסן.

מיר זענען זיכער אז די אפדעיט וועט אריינברענגען א פרישקייט און געבן פאר אלעמען די מעגליכקייט מיטצוהאלטן די נייעסטע אפדעיטס און ארטיקלען אויף א פראקטישן און לייכטן וועג.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
סדרן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 477 מאל

Re: מזל טוב: "נייע אשכולות" קנעפל

הודעהדורך אמת וצדק » דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:24 pm

א גרויסען דאנק!!


Sent from my iPhone using Tapatalk
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:35 pm

שטארק שטארק, שוין יארן וואס דאס באדערט מיך.
שוין יארן צוריק האב איך גערענט דערוועגן דא כ'קען ממש נישט גלייבן אז מיין חלום איז פארווירקליכט געווארן. ברוכים תהי' מערצעשאם ביי אונז אלע אויף שמחות.


[יוחי פליישמאן: הייב אן זה היום עשה ה', קאפי?
צאלי גאלד: טען פאר.
צאלי צו בעיס: געמער א דזשי מיינער.
שלום פסח קארן: ראדזשער דעט
יוחי: זאג פאר יאסעלע אז ער זאל נאכנישט ארויספארן מיט די עסקארט.
יאסעלע צו בעיס: אלל יוניטס סטענד ביי, איי רעפיט, אלל סטענד ביי. זאג פאר שייע בערנאט אז די ווייסע סובערבען מוז גיין פון די בעק, נאר שווארצע עסקעלעידס קענען גיין פון פארנט]
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2553
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7323 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:49 pm

כוכב האט געשריבן:
[יוחי פליישמאן: הייב אן זה היום עשה ה', קאפי?
צאלי גאלד: טען פאר.
צאלי צו בעיס: געמער א דזשי מיינער.
שלום פסח קארן: ראדזשער דעט
יוחי: זאג פאר יאסעלע אז ער זאל נאכנישט ארויספארן מיט די עסקארט.
יאסעלע צו בעיס: אלל יוניטס סטענד ביי, איי רעפיט, אלל סטענד ביי. זאג פאר שייע בערנאט אז די ווייסע סובערבען מוז גיין פון די בעק, נאר שווארצע עסקעלעידס קענען גיין פון פארנט]

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1017
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1637 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מאי 15, 2020 6:10 pm

א דאנק סדרן פאר די פרייליכע נייעס! בעסער האט נישט קיין שיעור האסט מיר געגעבן א בוסט צו טראכטן פון געדאנקען פאר פרישע אשכולות! טענק יו סיר
⁦"The rich don't work for money, they get money to work for them"
Robert Kiyosaki -
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

הודעהדורך לאשיצער » דינסטאג מאי 19, 2020 10:33 pm

פיינע נייעס @סדרן! דאס "נייע אשכולות" קנעפל האט מיך טאקע דערפירט צו דעם נייעם אשכול איבער דעם נייעם קנעפל פאר נייע אשכולות.
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל


גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron