בלאט 1 פון 1

מזל טוב: "נייע אשכולות" קנעפל

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:15 pm
דורך סדרן
די "אקטיווע אשכולת" קנעפל וואס גיט א ליסטע פון אלע אשכולות אין ק"ש פון אלע פארומס, באזירט לויט די לעצטע תגובות אין יעדן אשכול, איז אלעמאל געווען א געוואלדיגער וועג וויאזוי זיך אויסצוקומען אין שטיבל און מיטהאלטן אלע געשמאקע שמועסן מיט האבן א קלארן בליק וואס עס טוט זיך גענוי יעצט אפ אין קאווע שטיבל צו דער מינוט, און וואס אלץ מ'האט דיסקוטירט אדער צולעצט קאמענטירט.

אבער איינער פון די גרעסטע פראבלעמען אין שטיבל איז געווען אז נייע אשכולות זענען צומאל זייער שנעל אראפגעפלויגן פון דער ארענע. איינער האט זיך געקענט אנשטרענגען צו שרייבן א שיינעם נייעם מאמר און טאמער האט עס נישט באלד באקומען קאמענטארן האט זיך עס געקענט טרעפן אין קעלער ביז א קורצע צייט דורך עלטערע אשכולות וואס האבן פונקט דעמאלט באקומען תגובות און ביז עטליכע שעה איז דער נייער ארטיקל מער נישט געווען צום געפינען אן האבן א שאנס צו באקומען די נויטיגע און ערליך פארדינטע אויפמערקזאמקייט.

דער ווייטאג איז געווען א טאפלטע, סיי אז דער פלאג און מי פון דעם שרייבער האט געקענט פארבייגיין אן דעם וואס גענוג מיטגלידער זאלן עס באמערקן און והעיקר אז ס'איז פשוט נישט געווען קיין מעגליכקייטן פאר'ן ליינער נאכצופאלגן די נייעסטע אשכולות און דיאמאנטן האבן זיך געקענט ארויסגלוטשן פון האנט אן דעם וואס מ'זאל באמערקן.

איש בשורה אנוכי היום, אז מיר האבן צוגעלייגט דעם נייעם "נייע אשכולות" קנעפל וואס שטעלט אויס די לעצטיגע אשכולות לויט דעם סדר ווען זיי זענען געעפנט געווארן. דאס גיט פאר דעם ליינער א בליק אויף די נייעסטע נושאים וואס זענען לעצטנס אויפגעברענגט געווארן צו דיסקוטירן. ס'איז אנדערע צייטן, יעדעס מאל וואס איר עפנט א נייע אשכול וועט איר זיין זיכער אז די ליינער וועלן גרינג קענען צוקומען דערצו און עס וועט פיגורירן אויפ'ן אויבן אן פאר א שיינע וויילע, און פאר'ן ליינער וועט דער נייער "נייע אשכולות" קנעפל זיין די לייכטסטע מיטל צו טרעפן די נייעסטע שיינע אשכולות און שמועסן.

מיר זענען זיכער אז די אפדעיט וועט אריינברענגען א פרישקייט און געבן פאר אלעמען די מעגליכקייט מיטצוהאלטן די נייעסטע אפדעיטס און ארטיקלען אויף א פראקטישן און לייכטן וועג.

Re: מזל טוב: "נייע אשכולות" קנעפל

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2020 5:24 pm
דורך אמת וצדק
א גרויסען דאנק!!


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:35 pm
דורך כוכב
שטארק שטארק, שוין יארן וואס דאס באדערט מיך.
שוין יארן צוריק האב איך גערענט דערוועגן דא כ'קען ממש נישט גלייבן אז מיין חלום איז פארווירקליכט געווארן. ברוכים תהי' מערצעשאם ביי אונז אלע אויף שמחות.


[יוחי פליישמאן: הייב אן זה היום עשה ה', קאפי?
צאלי גאלד: טען פאר.
צאלי צו בעיס: געמער א דזשי מיינער.
שלום פסח קארן: ראדזשער דעט
יוחי: זאג פאר יאסעלע אז ער זאל נאכנישט ארויספארן מיט די עסקארט.
יאסעלע צו בעיס: אלל יוניטס סטענד ביי, איי רעפיט, אלל סטענד ביי. זאג פאר שייע בערנאט אז די ווייסע סובערבען מוז גיין פון די בעק, נאר שווארצע עסקעלעידס קענען גיין פון פארנט]

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:49 pm
דורך המלוכה והממשלה
כוכב האט געשריבן:
[יוחי פליישמאן: הייב אן זה היום עשה ה', קאפי?
צאלי גאלד: טען פאר.
צאלי צו בעיס: געמער א דזשי מיינער.
שלום פסח קארן: ראדזשער דעט
יוחי: זאג פאר יאסעלע אז ער זאל נאכנישט ארויספארן מיט די עסקארט.
יאסעלע צו בעיס: אלל יוניטס סטענד ביי, איי רעפיט, אלל סטענד ביי. זאג פאר שייע בערנאט אז די ווייסע סובערבען מוז גיין פון די בעק, נאר שווארצע עסקעלעידס קענען גיין פון פארנט]

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 6:10 pm
דורך סאנטיאגא
א דאנק סדרן פאר די פרייליכע נייעס! בעסער האט נישט קיין שיעור האסט מיר געגעבן א בוסט צו טראכטן פון געדאנקען פאר פרישע אשכולות! טענק יו סיר

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2020 10:33 pm
דורך לאשיצער
פיינע נייעס [tag]סדרן[/tag]! דאס "נייע אשכולות" קנעפל האט מיך טאקע דערפירט צו דעם נייעם אשכול איבער דעם נייעם קנעפל פאר נייע אשכולות.