נפה האט געשריבן:נעכטען איז סדרן דא געווען. איינער איז געהאלפן געווארן? איך פרעג פאר אינטערעסאנטקייט, איך קים נאך נישט נאך די תקנה פון פיפציג זאכליכע תגובות פון 100 ווערטער
געהאלפען געווארען בין איך נישט, אבער א גיטע פסק יא (מיט רעכט), אפשר בזכות דעים וועל איך אויפגעראכטן ווערן.
דו ווייסט דאך די מעשה. כ'ווייס (וועיס) נישט צי ס'פאסט איבערדערציילן. שוין...ס'איז אמאל געווען (אזוי שמועסט מען ) אין בארא פארק 2 גוטע חברים. איין חבר זאגט צו דעם צווייטן..."דו האסט געהערט? ס'איז יעצט אנגעקומען א גרויסער בעל מקובל. ער געט ארויס וואונדערליכע תיקוני תשובה. לאמיר זיך אריבערכאפן צו איהם. גוט. איין טאג (נאך מעריב) גייען ביידע חברים צו דעם גרויסן רעבי'ן ובעל מקוגל. איין חבר זאגט צום צווייטן.."דו גיי אריין ערשט. און איב ס'וועט זיין עפעס א גוטע תיקון תשובה וועל איך אויך גיין".
שוין. די ערשטער חבר גייט אריין. די רבי הייבט איהם אן אויסצופרעגן...אפשר האסטו (ח"ו) געטון אן עבירה מיט די א"א וואס וואוינט אויף די 15'טע עוועניו? אדער גאר מיט די גרושה וועלכע וואוינט אויף די 43'סטע גאס. אדער גאר מיט די אלמנה פון 58...?!. נאך א שטיק צייט גייט ער ארויס. זיין חבר פרעגט ביי איהם...נו, האסט באקומען עפעס א גוטן תיקון תשובה...?! זאגט ער. ...א תשובה, ווייס איך נישט. אבער איך האב באקומען א פאר נייע אדרעסן...!
דאס דערמאנט מיך, ס'געווען (אין בארא פארק) א טייערער איד מיט'ן נאמען הרב מרדכי צבי סאסנא ז"ל. ער פלעגט שרייבן אין "דער איד". בדרך כלל איז ער געווען א מוסר זאגער. ער האט אייביג ארויסגעזוכט און געטראפן עוולות ביי כלל ישראל, און ער האט גערופן לתשובה ותיקון המעשים...!
איינס פון די אינטרעסאנטע זאכן ביי איהם איז געווען אז ער האט אלץ אויסגערעכנט וואו דער אידישער יונגווארג (און אפשר עלטערער עולם אויך) קומט זיך צוזאם און מ'הוליעט, און מ'טוט מעשים אשר לא יעשו, ספעציעל אין די קאנטרי. האט ער פארציילט איבער די אלע פלעצער און אנגעגעבן די אדרעסן. האט איינער א לץ געזאגט, "ווען איך וויל זינדיגן דארף איך נישט מער ווי אריינקוקן אין דער איד, אין הרב סאסנא'ס קאלום, און איך ווייס וואו צו גיין...!
נאך א משוגעת האט ער געהאט. ער פלעגט אפליינען די סיינס פון די סטארס אויף די 13'טע עוועניו אין בארא פארק, אויב א סיין איז איהם נישט געפעלן האט ער געשריבן איבער דעם אין זיין קאלום אין דער איד. האט ער באמערקט א סיין אויף א מעיקאפ סטאר וואס אן איזראעלישע פרוי האט אויפגעמאכט. און געשריבן "היתכן מ'נעמט אזא הייליגן נאמען ווי "פנים חדשות" און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר...! (דער אריגינאלער פנים חדשות איז א ספר אויף חידושי סוגיות הש"ס).
אויף נאך אן אנדערן סטאר וואס אן (איזראעלישע שיקסע?) האט אויפגעמאכט צו שערן די האר פאר מיידלעך, מיט'ן נאמען "תלתלי זהב"... האט ער קאמפלעינט אז מ'נעמט אזעלכע הייליגע ווערטער (פון שיר השירים?) און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר... לאל. הרב סאסנע, זיי מוחל גיי זאג עס פאר די איזראעלישע שיקסע...ש ברים, תרועה. לאל, לאל, לאל..! זי ווייסט אפילו נישט ווער שיר השירים איז...!
berlbalaguleh האט געשריבן:אויף נאך אן אנדערן סטאר וואס אן (איזראעלישע שיקסע?) האט אויפגעמאכט צו שערן די האר פאר מיידלעך, מיט'ן נאמען "תלתלי זהב"... האט ער קאמפלעינט אז מ'נעמט אזעלכע הייליגע ווערטער (פון שיר השירים?) און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר...!
אין מיין שיר השירים שטייט "תלתלים שחורות".
שמעקעדיג: איך רעד יעצט נישט איבער די פאקטן, איך פארצייל נאר וואס הרב סאסנא'ס קאמפלעינטס זענען געווען...! און (צווישן אונז גערעדט) דער קאמפלעינט איבער דעם סטאר וואס הייסט פנים חדשות איז דען יא א גערעכטע קאמפלעינט....?! ס'איז נישט דא קיין שום קדושה אין דעם נאמען, און די בעה"ב האט געוואלט געבן א נאמען וואס זאל ציען קאסטומערס, האט זי אויסגעוועהלט דעם נאמען...!
ועוד: (מר. קאנטרעיריען) ווייל אין שיר השירים שטייט ..."תלתלים שחורות"... און איך האב גערעדט וועגן תלתלי זהב, פאלט שוין צוזאם מיין גאנץ פשט'ל...?! איך האב נאר געברענגט וואס יענער (אויבער חכם) האט געזאגט...!
די 2 אשכולות איבער הוז"ל און די לגב"ט געמיינדע זענען אריבערגעפירט געווארן קיין מאחורי, ווי זיי באלאנגען. די אלע וואס האבן באדייטנד בייגעשטייערט צו די אשכולות קענען בעטן צוטריט צו מאחורי און מ'וועט פרובירן צואיילן די פראסעס.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
אינעם אשכול פון הוז״ל האב איך צוגעצייכענט אן עובר אורח איבער נתעברה באמבטיה, עס איז סימן קמח אין ספר עובר אורח לאדרת. ביטע עדיטען [tag]סדרן[/tag] יישר כח
מאחורי הפרגוד איז א סערוויס פאר אקטיווע מעמבערס פון קאווע שטיבל. מ'דארף זיין אקטיוו סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי, און א מעמבער in good standing, כדי צו האבן צוטריט צו מאחורי.
כ'האב יעצט ארויסגעשטעלט 35 מעמבערס וואס האבן שוין לאנגע חדשים און אפילו יארן נישט אנטייל גענומען אין ק"ש שמועסן אין מלפני אדער מאחורי.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא. פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
מנהל האט געשריבן:מאחורי הפרגוד איז א סערוויס פאר אקטיווע מעמבערס פון קאווע שטיבל. מ'דארף זיין אקטיוו סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי, און א מעמבער in good standing, כדי צו האבן צוטריט צו מאחורי.
כ'האב יעצט ארויסגעשטעלט 35 מעמבערס וואס האבן שוין לאנגע חדשים און אפילו יארן נישט אנטייל גענומען אין ק"ש שמועסן אין מלפני אדער מאחורי.
פארוואס האט מען מיר אויסגעשפארט פון מאחורי, איך האב לכאורה געשריבן די מערסטע תגובות דארט אין די לעצטע חודש צייט. געעפענט א אשכול מיט א שיינע צאל תגובות...איך פרעג פארוואס..
איך האב נאך נעכטן געשריבן א שיינע צאל תגובות..אין היינט בין איך אויסגעשפארט...

ווי געזאגט איז די געדאנק פון מאחורי אז ס'איז א סערוויס פאר אקטיווע מעמבערס. אז איינער שרייבט זיך אפ זיינע פּאָר תגובות כדי צו באקומען צוטריט צו מאחורי, און נאכדעם איז ער מער נישט אקטיוו, הייסט דאס נישט קיין אקטיווער מעמבער, און ס'איז הוברר הדבר אז מ'איז דא נאר מיט'ן חשבון אנצוקומען צו מאחורי. בתקוה להבנה.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא. פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
מיר האבן נישט קיין טענות, נאר א שאד מ'שיקט נישט א ווארענונג פארדעם, רוב מאל כאפט מען זיך נישט (גראדע אני הקטן האב ממש לעצטענס געעפענט א אשכול אנאנים, אויב איינער וויל וואלענטירן צו שיקן די אפדעיטס פריוואט)
מנהל האט געשריבן:מאחורי הפרגוד איז א סערוויס פאר אקטיווע מעמבערס פון קאווע שטיבל. מ'דארף זיין אקטיוו סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי, און א מעמבער in good standing, כדי צו האבן צוטריט צו מאחורי.
כ'האב יעצט ארויסגעשטעלט 35 מעמבערס וואס האבן שוין לאנגע חדשים און אפילו יארן נישט אנטייל גענומען אין ק"ש שמועסן אין מלפני אדער מאחורי.
פארוואס האט מען מיר אויסגעשפארט פון מאחורי, איך האב לכאורה געשריבן די מערסטע תגובות דארט אין די לעצטע חודש צייט. געעפענט א אשכול מיט א שיינע צאל תגובות...איך פרעג פארוואס..
איך האב נאך נעכטן געשריבן א שיינע צאל תגובות..אין היינט בין איך אויסגעשפארט...
ווי געזאגט איז די געדאנק פון מאחורי אז ס'איז א סערוויס פאר אקטיווע מעמבערס. אז איינער שרייבט זיך אפ זיינע פּאָר תגובות כדי צו באקומען צוטריט צו מאחורי, און נאכדעם איז ער מער נישט אקטיוו, הייסט דאס נישט קיין אקטיווער מעמבער, און ס'איז הוברר הדבר אז מ'איז דא נאר מיט'ן חשבון אנצוקומען צו מאחורי. בתקוה להבנה.
איך בין כסדר אקטיוו, אויב איך בין נישט אקטיוו, דאן וויס איך נישט ווער איז דארט...איך שרייב שיינע זאכן אינטער מיין ניק אין אויך אינטער אנאנים. איך קען אויפווייזען אויב עס פעלט אויס..בתקוה להבנה.