קאמענטארן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...

קאמענטארן

הודעהדורך אךשמח » דינסטאג פעברואר 28, 2012 2:50 pm

עס איז מיר א פרייד צו זען אז אידיש האט צובאקומען נאך א ווינקל אוואו מען ווען קענען געשמאק פארברענגען.

איך בין נישט ניי אין שרייבן, און איך שרייב אין נאך מקומות אויפן וועב, און איך גלייך צו זיין מיטן זעלבן נאמען/ניק ווען מעגליך...

איך וועל בעזר ה׳ אויך דא זיך לאזן הערן, און עטליכע הגהות צום אנהויב.

ערשטנס, ווי פריער ערווענט, נוץ איך דעם זעלבן ניק אין אנדערע פלעצער. פארשטייט זיך אז ס׳פון די גרינגע זאכן צו עפענען א נייעם ניק, אבער איך קלער אז ס׳וויכטיג צו האבן עפעס א וועג צו מאכן זיכער אז קיינער גנב׳עט ניט דעם חבר׳ס ניק.

צווייטנס, וויל איך געבן אן עצה אז כדי דער אדער סיי וועלכע פורום זאל האבן א שאנס צו הצלחה, מוז מען אין אנהייב אריינלייגן גרויסע כוחות אז עס זאל כסדר זיין פרישע סחורה אז עס זאל זיין אינטערעסאנט אהערצוקומען בכלל. שפעטער, וועט עס קענען גיין אויף די אייגענע פיס, האפנטליך.

מיט פיל הצלחה.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:02 pm

גוטע נקודות, אך. לאמיר זיך ארויפקאטשען די ארבל!
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך שרגא » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:43 pm

אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:45 pm

שרגא האט געשריבן:אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.

א גוטע נקודה.
א ליסטע? לויט ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי א באהאלטענער פארום וואו די מנהלים זענען דן איבער יעדן ניק.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3784 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך שרגא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:03 am

איך ווייס נישט צי עס איז דוקא א ליסטע, צי א שמועסעריי אויף מעסענדזשער, צי א באהאלטענע פארום ווי דו זאגסט, נאר ווי עס איז מיר אמאל צוריקגעקומען פון א חבר, וואס האט געהערט פון א בלאגער, וואס האט געהערט פון א שוואגער, וואס האט פונקט געהערט פון א קאזין, אז "יא, ענדליך זענען מיר דערגאנגען אז דו ביסט דאס דער יעניגער." זעט אויס צוויי חבירים האבן געטרעיד אינפא.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

טעסטונג טעסטונג

הודעהדורך קאווע » מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:32 pm

איך עפן די אשכול צו טעסטן וואס מ'וויל טעסטן.

קודם כל זעה איך ס'איז נישט דא קיין אנקעטע אפשען.

צווייטענס אז מ'קען נאר קוואטן 4 מאל.

1
2
3
4
____________________.
באניצער אוואטאר
קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: טעסטונג טעסטונג

הודעהדורך גבאי » מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:14 pm

אין אנדערע פארומס איז אויך דא א לימיט אויף ציטירען. די סיבה איז ווייל ווען תגובות ווערן צו לאנג מיט ציטוטים, ווערט שווער מיצוהאלטן די שמועס.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 7:16 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

Re: טעסטונג טעסטונג

הודעהדורך גבאי » מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:30 pm

קאווע האט געשריבן:איך עפן די אשכול צו טעסטן וואס מ'וויל טעסטן.


מיר האבן דעם אשכול אריין געריקט אין קאמענטארן, ווייל דאס איז וואס עס איז.
באניצער אוואטאר
גבאי
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 7:16 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך אךשמח » פרייטאג מערץ 02, 2012 12:16 am

יאנקל האט געשריבן:גוטע נקודות, אך. לאמיר זיך ארויפקאטשען די ארבל!

איך בין היבש פארנומען די טעג. און צו נעמען שרייבן און האקן אשכולות לויט ווי ס'פעלט זיך אויס פאר א נייעם פלאץ כדי צוצוען קונים דארף מען האבן די בריאה וואס הייסט "צייט" (נאך א נושא...) ובפרט פאר אזא מקום וואס זעט זיך אויס אז ס'האנדעלט זיך פון די אינטעליגענטע צווישן אונז. און נישט אז איך צו זיך ארויס דערפון, נאר ביי מיר איז אמאל דא גאר אסאך צייט און אמאל א תקופה וואס איך קען בדוחק שרייבן קוים א תגובה'לע אדער צוויי. אבער מיר וועלן זיך בלי"נ אנשטרענגען.

שרגא האט געשריבן:אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.

עס זענען דא מענטשן וואס זוכן נאכצוגיין און צו דערשמעקן יעדן ניק ווער דאס קען זיין און וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם שלייער, און דווקא דערפאר האב אפגעמאכט יא צו נעמען דעם זעלבן ניק וואס עס זענען אפילו דא וואס קענען מיר, און וואס איך שרייב דערמיט איז וואס איך האלט און מיין מיינונג איז תמיד דער זעלבער און זאל יענער מיר אויך דא נאכקוקן. הו קעירס?? איך גלייב נישט אז די מנהלים דארט (וואס א טייל פון זיי זענען מיינע נאנטע ידידים) וועלן מיר, צוליב דעם חטא פון שרייבן דא, אוועקנעמען מיין רשות כתיבה ביי זייער פורום, וואס דאס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן, און אויב איז טאקע דאס וואס זיי וועלן טון איז אויך נישט דאס ערגסטע, ווייל איך גלייב אז איך האב דארט פיל מער געגעבן ווי גענומען...

אגב, בעת איך וויל שרייבן איבער א נושא איז מיר איצט שווער אפצומאכן אויב זאל איך עס שרייבן דארט וואס למעשה איז יעצט דא דארט מער מענטשן וואס וועלן קענען צולייגן און קאמענטירן דערויף אדער דא.. איך וועל יעצט איינמאל לייגן א נושא סיי דא און סיי דארט, און זען ווי עס וועט בעסער אויסמאכן. אגב, ביי מיר איז אן אשכול וואס האט א מיליאן תגובות אנגעפילט מיט נארישע ווערטער גארנישט ווערד קעגן אן אשכול מיט געציילטע אבער זאכליכע ענטפערס.

איצט עטליכע הגהות אויף דעם פורום בכלליות.

אויפן דף הראשי זע איך אט דאס:

ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס • ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן • ווייז נייע הודעות • זע אקטיווע אשכולות

אויב קען מען דאס פארקערצערן וואס געווען א גוטע זאך, ווייל עס איז זייער לאנג און פעלט נישט אויס.

"ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס" קען געטוישט ווערן צו "אומגעענטפערטע אשכולות" אדער אוועקנעמען דעם "ווייז".

"ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן" קען מען טוישן צו "אומגעליינטע אשכולות".

"ווייז נייע הודעות" קען מען אראפנעמען דעם "ווייז".

"זע אקטיווע אשכולות" וואס פעלט אויס דעם "זע"?

ביי די אשכולות ווערט שנעל א נייער דף, דער צענטער תגובה ווערט שוין א צווייטע דף, עס דארף פארלענגערט ווערן.

אקעי איך שטעל זיך פאר אז מען ארבעט אויף די זאכן, וועל איך זיך אפשטעלן דערווייל.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך קאווע » פרייטאג מערץ 02, 2012 1:27 pm

אך איך אגרי צו כמעט יעדעס ווארט
____________________.
באניצער אוואטאר
קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך גדעון » מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:25 pm

איך קען נישט מעקן מיינע הודעות אין אלע אפטיילונגען,
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך קאווע » זונטאג מערץ 04, 2012 1:47 pm

גדעון האט געשריבן:איך קען נישט מעקן מיינע הודעות אין אלע אפטיילונגען,


דארט ווי איינער האט שוין קאמענטירט אויף אייערע ווערטער קענט איר (קיינער) מער נישט מעקן.
____________________.
באניצער אוואטאר
קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך roasted » זונטאג מערץ 04, 2012 9:40 pm

באריסטא טייערער, קענסטי מיר אפשר זאגן, וואס איז די ציעל מיט די פארים, וועמען'ס איטערעסין'ס דיענט דאס ? איז דאס פין איין קהילה ?(בעלז? אפשר אזוי האב איך באמערקט פון אפאר תגובות??)

איך פרעג פאר נייגעריקייט איינער האט מיר גראדע שוין אויך געפרעגט די זעלבע פראגע אין אישי, וועמען'ס אינטערעסע,

עס ווערט נישט אויסגעשמיעסט וויאזוי דאס האט זיך געגרינדעט?
roasted
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 5:35 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך באריסטא » זונטאג מערץ 04, 2012 9:48 pm

ווי עס איז שוין דערמאנט געווארן עטליכע מאל האבן מיר איין אינטערעסע: אז עס זאל עקזיסטירן א פארום וואו דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל קענען פארברענגען און שמועסן אן דעם וואס די דעות זאלן מוזן שטימען מיט די מנהלים, מייסדים און אנדערע באטייליגטע.
מיר טוען נישט רעפרעזענטירן קיין שום קרייז אדער קהילה. מיר רעפרעזענטירן יעדן. "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדעט טאקע צוליב דעם צורך פאר אזא ארט וואו יעדער איז וועלקאם, און וואו מ'זוכט נישט צו קאנטראלירן.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך שמואל שלום שלמה » זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 pm

באריסטא האט געשריבן:ווי עס איז שוין דערמאנט געווארן עטליכע מאל האבן מיר איין אינטערעסע: אז עס זאל עקזיסטירן א פארום וואו דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל קענען פארברענגען און שמועסן אן דעם וואס די דעות זאלן מוזן שטימען מיט די מנהלים, מייסדים און אנדערע באטייליגטע.
מיר טוען נישט רעפרעזענטירן קיין שום קרייז אדער קהילה. מיר רעפרעזענטירן יעדן. "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדעט טאקע צוליב דעם צורך פאר אזא ארט וואו יעדער איז וועלקאם, און וואו מ'זוכט נישט צו קאנטראלירן.

איך מיין אז די סיבה פארוואס דער עולם פארשטייט נישט איז וויל דער עולם איז נישט צוגעוואוינט צו אזא מציאות פון "אומאפהענגיק". אז ס'איז דא א פארום מיינט מען ס'דיענט עפעס איינעמ'ס אינטערעסען. מנהלים, איך מיין איר זאלט טוישן די מאטא פון "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" צו "א רואיג אומאפהענגיק ווינקל צו שמועסן און פארברענגן".
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הצעה: א "לייק" קנעפל

הודעהדורך טאמבל סאס » מוצ"ש מערץ 10, 2012 8:44 pm

איך האלט פערזענליך אז ס'בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל אז די מעמבערס זאלן האבן חשק צו שרייבן און תגובה'נען איז ווי פולע האבן שוין באטאנט און ערווענט אומצאליגע מאלן סיי דא. און סיי אין דאס אנדער קרעטשעמע. - א 'לייק' קנעפל. און די אורזאך איז א פשוט'ע. נעמליך יעדעס לייק פון סיי וועם אימער עס איז נאר גיט אומגעהויערע חיזוק און מוטיגונג פארן שרייבער.
נאך א געדאנק וואלט געווען יעדן גוטן לענגערן ארטיקל ארויפצוקלעבן און ארויפנאגלען אויפ'ן הויפט זייט פאר א שיין צייט-אפשניט כדי דער ציבור וואס דרייען זיך דא דורך אין די תקופה זאלן זיך אלע אנשטויסן דערין און האבן די מעגליכקייט אדורכצולייענען און גלייכצייטיג אפדאנקען דעם יעניגער וואס האט דעם ארטיקל מחבר געווען. ווי פארשטענדליך גיט דאס אסאך חיות פארן שרייבער. און ער שעפט נחת. שניידט זיינע פרוכטן זעהענדיג ווי אנדערע האבן הנאה. און אזוי אויך ווי ער האט געשאפן א קורת רוח פאר אנדערע.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3308
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2830 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך באריסטא » מוצ"ש מערץ 10, 2012 8:50 pm

מיר נעמען אין באטראכט יעדע גוטע הצעה. א דאנק.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך פינטאו » זונטאג מערץ 11, 2012 11:59 am

איין קאמענט וואס איך האב, איז דאס מגיב זיין אויף א צווייטנס תגובה דורך די אדמיניסטראטארן, אן דעם רשות פונעם בעל התגובה.

איך רעד פון דער תגובה: viewtopic.php?p=957#p957
שלמה_דיין האט געשריבן:איך בין מוחה אויף דעם דעגראדירנדיקן אויסדרוק "נקיבה" פאר א פרוי. איך פארשטיי אז די טעמע דא איז אויסדרוקליך אן הלכה'דיקע - אבער איך זע נישט א סיבה פארוואס מ'זאל נישט שרייבן מיט מינימאלע כבוד הבריות "מעג מען זיך פארשטעלן פורים ווי א פרוי?"
איך האב עס פארראכטן. קומענדיגן מאל ביטע מאכט אויפמערקזאם דורך דרוקן דעם "!" קנעפל און שרייבט אריין אייער פראבלעם. א דאנק.

מילא ווען די רעדע איז ניוול אדער אן אטאקע אויף איינעם א.ד.ג. פארשטיי איך אז מען איז מגיב אן יענעם'ס רשות. אבער סתם ווייל איינעם שמעקט נישט א געוויסן אויסדרוק, איז מען שוין מגיב, יענעם צופרידנצושטעלן? וועט מען מיינע תגובות קענען מאדיפיצירן בלויז ווייל איינעם וועט נישט שמעקן א געוויסן טערמין וואס איך וועל מעגליך ניצן (פארשטייט זיך אין אנקלאנג מיט די תקנות)?

מיט'ן פולסטן רעספעקט פאר די פירער דא, וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן די איינצעלהייטן פון דעם פאליסי, בעפאר איך ווער דא אקטיוו.

(פיצי ווערטער: איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער דעם ספעציפישן נושא וואס כ'האב געברענגט. איך נוץ דאס בלויז אלס א ביישפיל)
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:44 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך באריסטא » זונטאג מערץ 11, 2012 12:37 pm

איך האב גארנישט גערירט אין דער הודעה זעלבסט, בלויז אין דעם קעפל. "נקיבה" איז א ווארט וואס מ'נוצט אין סלענג און עס פאסט נישט פאר א קעפל. פארשטייט זיך אז מיר מאדיפיצירן נישט קיין תגובות בלויז ווייל איינעם שמעקט נישט א געוויסן טערמין.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך פינטאו » זונטאג מערץ 11, 2012 12:41 pm

יישר כח פאר'ן ערקלערונג.
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:44 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך ברוין » זונטאג מערץ 11, 2012 7:11 pm

אנקעטעס קען מען נישט נעמען?
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך יידל » זונטאג מערץ 11, 2012 7:16 pm

כ'מיין אז נאר די הנהלה קען. די ווילסט נעמען אן אנקעטע פון עפעס?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך ברוין » זונטאג מערץ 11, 2012 8:41 pm

יא, איך וואלט ווען געוואלט אן אנקעטע וויפיל אינגעלייט פון דא וואטשן מאוויס אדער שאוי'ס.

אין א שמועס מיט איינעם שבת האט זיך יענער ארויסגעכאפט אז פיפציג פארצענט היימישע יונגעלייט וואטשן שאוס. איז דאס אמת?
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג מערץ 12, 2012 9:44 pm

וואזוי ארבעטן די זייגערס דא ? ס'הערשט א צעמישעניש ביי די תגובות, כ'קען נישט מיטהאלטן וואו ס'דא א פרישע פאוסט ווייל די צייט איז זייער דיפפרענט פון איינעם צום צווייטן. פארשטייט איינער מאן ("מיין" בלע"ז) פראבלעם ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4206 מאל

Re: קאמענטארן

הודעהדורך באריסטא » מאנטאג מערץ 12, 2012 10:11 pm

איך זע נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם זייגער. בסך הכל איז אלעס א שעה צוריקגעבליבן, ווייל דער זייגער האט זיך נישט געריקט אויטאמאטיש פארגאנגענעם מוצ"ש.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

נעקסט

גיי צוריק שלום עליכם!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט