1. אויב וואלט געווען שייך צו העכערן די סכום ווי גרויס א געשיקטע פייל קען זיין וואלט געווען א שיינע זאך, וואס איך האלט יעדער וואלט זיך באלעקט. א מאקסימום פון 1 mb פער פייל אין 2022 איז ממש א לצנות. בפרט מיט היינטיגע סמארטפאון קעמרעס, א נארישע בילד געכאפט פון א ספר צו פון א וועקער בלעטל קען זיין 2-3 mb גרינג. אמאל לייג איך סקרינשאטס וואס קען זיין אפי' מער (ניין איך גיי נישט ביליגער מאכן די קוואליטי יעדעס מאל ס'זאל פיטן) צופיל מאל ווען כ'וויל עפעס שיקן און אופ... כ'באקום א רויטן error קובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 1000 KiB.
2. איך בין נישט די גרויסע עקספערט און פארשטייער אין developing אבער פאר מיר פשוטע אקטיווע קאנטריביוטער מדי חודש בחדשו גייט מיר אויף די געהירן אויג אז מ'קען נישט מעקן א זאך איינמאל ס'איז שוין אפגעשיקט געווארן. פארוואס פאר א גוט יאר דארף איך אלעס שיקן צו א מנהל פאר א קרייץ אונטערזוכונג? נאך פרעג איך, פארוואס דארף יענער שטיין און זיך מטפל זיין מיט אזא מינדערוויכטיגע זאך ווען ער האט גענוג ארבעט אן דעם? איך קען מיך נאך ב"ה אליינס מגיה זיין, איך עפן אשכולות אליין און כ'לאז מיר הערן, און אמאל רעד איך איבעריג און כ'פיל נישט ווי כ'דארף איינעם געבן דין וחשבון ווען כ'וויל נישט יעדע בויך קרעמף זאל ווערן דא פאראייביגט לנצח נצחים, אדער ווען כ'האב בטעות געטייפט בבץץב! און עס ארויפגעשיקט. זייט אזוי גוט און שטעלט צו א דיליט קנעפל. זאל יעדער זיך מאכן שבת פאר זיך. יא... ס'איז אייביג דא א פחד פון אביוז אויב זאכן לויפן צו אן עקסטרעם, (פאר די קליינע צאל ניקים וועלכע שרייבן נאך יא דא ערליך פון זיי האט מען מורא אז זיי וועלן זיך נעמען מעקן חומר רעכטס און לינקס וואס? ווען ס'איז א לאקערער וואס רעדט קיינמאל נישט, שוין פארשטיי איך) איך בין גרייט פאר א מיטל וועג, אזוי ווי רעדאגירן, איך פערזענליך וואלט עס לכאורה אויפגעסעט אביסל לענגער ווי רעדאגירן, געב כאטש א חודש, א מענטש מעג זיך טוישן א מיינונג, לערנען נייע זאכן אינצווישן, אדער סתם דורכגיין א טשעינדש אף הארט.
3. די אישי'ס איז אויך אביסל אינקאנווינענט, איך נוץ עס נישט צופיל (מעגליך צוליב די סיבה) כ'פארשטיי נישט פארוואס איך ברןיך האבן 88 באזונדערע threads פון די זעלבע conversation מיט די זעלבע ניק? אריין ארויס.. ווי האלט איך? ציטירן ארויף ציטירן אראפ... איך בין איינפאך, א פשוט'ער סווייפ צו ריפלייען וואלט מיר געווען פונקט גענוג ?Anyone with me on this כ'פארשטיי זאגן זאגט זיך גרינג, טייפן טייפט זיך נאך גרינגער, פארדעם זאג איך נאכאמאל כ'בין נישט די דעוועלאפער און נישט די בויער אבער אויב ס'איז מעגליך צו אינטערגרעיטן אביסל א שענערע אינטערפעיס, א בעסיק טשעט רום ווי מ'קען פירן די זעלבע קאנווערסעישן פאר יארן נאכאנאנד וואלט אסאך פארבעסערט דאס קאמיוניקירן אין מיין ארימע מיינונג. סך הכל אז איינער קומט אריין פריוואט פון א נייע אשכול וואס מ'האט נאכנישט געשמועסט ביז איצט, זאל ווייטער זיין א לינק פון ווי יענער האט ריפלייט, וואס וועט אריינהאקן אינעם טשעט (בערך אזוי ווי ווען עמיצער קומט אריין אין אישי פון א גרופ און מ'קען קליקן און צוריקגיין צו יענע דיסקוסיע)
4. די יוטוב אינליין איז אויך אביסל נישט פויגל'דיג, אויב ביזטו אויף mobile version פון ק"ש קען נישט קוקן אין פול סקרין האריזאנטעלי . א געוואלדיגע פיטשער וואס דארף פשוט א מיינער טאטש אפ.