בלאט 18 פון 20

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2022 6:39 pm
דורך סאנטיאגא
קהל'ס נער האט געשריבן:פאר דיין פראבלעם מיט אישי, ניץ איך טעלעגראם, ס'ארבעט אויף יוזערנעים, מאך אבער זיכער אז דיין טעלעפאון נאמבער איז באהאלטען.
דאס איז ווי זאגן פאר אומבאקוועמליכקייטן מיט אימעיל, נוץ פעקס... איך רעד דאך פון דיזן פלאטפארמע...
כ'ווייס אויך אז טעלעגראם איז א געשמאקע עפפ צו נוצן אבער אריבערפירן קאנווערסאציעס ערגעצאנדערשוואו איז יענע שלעפ, און נישט יעדער האט עס.
דו שטייסט און שיקסט יעדעם דיין נאמען צו רעדן דארט? כ'הער

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 7:42 pm
דורך סאנטיאגא
סאנטיאגא האט געשריבן: 4. די יוטוב אינליין איז אויך אביסל נישט פויגל'דיג, אויב ביזטו אויף mobile version פון ק"ש קען נישט קוקן אין פול סקרין האריזאנטעלי . א געוואלדיגע פיטשער וואס דארף פשוט א מיינער טאטש אפ.
יעצט געלייגט א ווידיא אין אן אנדערן אשכול (פון מיין desktop) און איך קען עס ניטאמאל טרעפן, נישט ס'שפילט נישט. ס'קומט אויס א ליידיגע תגובה. כ'האב פרובירט סיי Chrome און סיי Microsoft edge נאך איינער האט די פראבלעם?

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 9:12 pm
דורך תרמב
אז מ'טוישט שוין איז דא אסאך זאכן וואס קענען געטוישט ווערן אבער ס'וועט נישט ברענגען מער קאסטומערס אז די סייט וועט זיין מער אויפגעארבעט, אז איינער שרייבט א גוטע ארטיקל קומט עס ממילא אן געגנבעט'ערהייט אויף יעדנס וואטסעפפ גרופעס....

בנוגע די חלק פון מעקן איז א מוראדיגע פראבלעם ווען איינער שרייבט א תגובה וואס זייעט אן א סאמאטוכע און די עולם בלייבט נישט גלייכגילטיג, און שפעטער קומט דער בעל התגובה און מעקט אויס די אריגינעלע תגובה, שפעטער קומען די חברה אן און קענען נישט פארשטיין על מה יצא כל הרעש, ס'איז געווען אמאל א ניק אביגדור אויף קאווע שטיבל וואס איז ארומגעגאנגען און אויסגעמעקט ארום דרייצן הונדערט תגובות אויפן סייט, ער האט אנגעמאכט א חורבן אין צענדליגע אשכולות, ס'קוקט אויס אז ער האט גוט געשריבן לויטן סכום לייקס וואס ער האט באקומען אויף זיינע מעסעזשעס, אינטערסאנט אז ער האט עס געקענט טון, מסתם איז עס געווען א אינסייד זשאב, יענער זעהט אויס איז אנגעקומען צו די מידל עיזש קרייסיס און ער האט זיך צוריקגעזעצט צוריק אין בית מדרש אין די עכטע קאווע שטיבל, און אונז זענען אלע געבליבן לעקיש...

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 9:18 pm
דורך קהל'ס נער
תרמב האט געשריבן:אז מ'טוישט שוין איז דא אסאך זאכן וואס קענען געטוישט ווערן אבער ס'וועט נישט ברענגען מער קאסטומערס אז די סייט וועט זיין מער אויפגעארבעט, אז איינער שרייבט א גוטע ארטיקל קומט עס ממילא אן געגנבעט'ערהייט אויף יעדנס וואטסעפפ גרופעס....


בנוגע די חלק פון מעקן איז א מוראדיגע פראבלעם ווען איינער שרייבט א תגובה וואס זייעט אן א סאמאטוכע און די עולם בלייבט נישט גלייכגילטיג, און שפעטער קומט דער בעל התגובה און מעקט אויס די אריגינעלע תגובה, שפעטער קומען די חברה אן און קענען נישט פארשטיין על מה יצא כל הרעש, ס'איז געווען אמאל א ניק אביגדור אויף קאווע שטיבל וואס איז ארומגעגאנגען און אויסגעמעקט ארום דרייצן הונדערט תגובות אויפן סייט, ער האט אנגעמאכט א חורבן אין צענדליגע אשכולות, ס'קוקט אויס אז ער האט גוט געשריבן לויטן סכום לייקס וואס ער האט באקומען אויף זיינע מעסעזשעס, אינטערסאנט אז ער האט עס געקענט טון, מסתם איז עס געווען א אינסייד זשאב, יענער זעהט אויס איז אנגעקומען צו די מידל עיזש קרייסיס און ער האט זיך צוריקגעזעצט צוריק אין בית מדרש אין די עכטע קאווע שטיבל, און אונז זענען אלע געבליבן לעקיש...

לאו דווקא א אינסייד ג'אב.
קאווע שטיעבעל איז נישט קיין סעקיורד זייטל, עכ"פ נישט צי שטארק, און יעדע אביגדור בשוק וואס פארשטייט אביסל אין קאמפיוטער קען עס טיען.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 10:48 pm
דורך סבא דבהתא
ווער זענען די אלע כסדרדיגע באטס וואס קריכן איבעראל ארום דא?
AhrefsBot [Bot], Bing [Bot], Google [Bot], Google Adsense [Bot], SEMrush [Bot], Trendictionbot [Bot]

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 11:45 pm
דורך חד גדיא
תרמב האט געשריבן:ס'איז געווען אמאל א ניק אביגדור אויף קאווע שטיבל וואס איז ארומגעגאנגען און אויסגעמעקט ארום דרייצן הונדערט תגובות אויפן סייט, ער האט אנגעמאכט א חורבן אין צענדליגע אשכולות, ס'קוקט אויס אז ער האט גוט געשריבן לויטן סכום לייקס וואס ער האט באקומען אויף זיינע מעסעזשעס, אינטערסאנט אז ער האט עס געקענט טון, מסתם איז עס געווען א אינסייד זשאב
כ'געדענק נאך די מעשה. לאמיר נישט צופיל רעדן. נישט קיין אינסייד זשאב. דעמאלטס איז געווען אזא זאך ווי גבאי החודש, אדער עפעס אזוי, און ער האט זיך דערזעהן אויף די פאזיציע. אזוי האט ער געמעקט וואס ער האט געקענט.

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 11:46 pm
דורך חתם סופר
סבא דבהתא האט געשריבן:ווער זענען די אלע כסדרדיגע באטס וואס קריכן איבעראל ארום דא?
AhrefsBot [Bot], Bing [Bot], Google [Bot], Google Adsense [Bot], SEMrush [Bot], Trendictionbot [Bot]
זיי אינדעקסן די סייט אז סערטש ענדזשינס זאלן קענען געבן רעזאלטס פון קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 2:21 am
דורך שמן למאור
חתם סופר האט געשריבן:
סבא דבהתא האט געשריבן:ווער זענען די אלע כסדרדיגע באטס וואס קריכן איבעראל ארום דא?
AhrefsBot [Bot], Bing [Bot], Google [Bot], Google Adsense [Bot], SEMrush [Bot], Trendictionbot [Bot]
זיי אינדעקסן די סייט אז סערטש ענדזשינס זאלן קענען געבן רעזאלטס פון קאווע שטיבל.
איך האב פארשטאנען אז די אלע ניקס וואס באהאלטן זיך אז מען זאל זיי נישט קענען זעהן, (זיי וועלן אויס די אפציע ביים זיך איינשרייבן,) קומען ארויף אלטס באטס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 6:36 am
דורך טאמבל סאס
חד גדיא האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:ס'איז געווען אמאל א ניק אביגדור אויף קאווע שטיבל וואס איז ארומגעגאנגען און אויסגעמעקט ארום דרייצן הונדערט תגובות אויפן סייט, ער האט אנגעמאכט א חורבן אין צענדליגע אשכולות, ס'קוקט אויס אז ער האט גוט געשריבן לויטן סכום לייקס וואס ער האט באקומען אויף זיינע מעסעזשעס, אינטערסאנט אז ער האט עס געקענט טון, מסתם איז עס געווען א אינסייד זשאב
כ'געדענק נאך די מעשה. לאמיר נישט צופיל רעדן. נישט קיין אינסייד זשאב. דעמאלטס איז געווען אזא זאך ווי גבאי החודש, אדער עפעס אזוי, און ער האט זיך דערזעהן אויף די פאזיציע. אזוי האט ער געמעקט וואס ער האט געקענט.
כהאב גארנישט געוואוסט דערפון. זענען געווען תגובות פון מיר אויך צווישן דיע? מסתמא נישט, ווער זאל מיך שוין וועלן מעקן? נאר עפעס איינער וואס איז נאך סטאק מיט די יש אם למקרא אדער יש אם למסורה פאליטיקס. בכל אופן, האט מען די פארמעקטע תגובות רעקאווערט?

הילף/סופארט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:47 pm
דורך סאנטיאגא
איך גיי שוין אהין און צוריק מיט @מנהל ער פארשטייט נישט מיין אישאו. איך בין געווארן ארויסגעשפארט ווייל די סיסטעם האט גע'טענה'ט אז איך קאלעך און געדענק נישט מיין ריכטיגע פעסווארד, האבן זיי מיר געגעבן א צייטווייליגע, קודם האב איך געטראכט, שוין זאל זיין אזוי. אבער נאך אפאר טעג בין איך ווידער געווארן אויסגעשפארט, יעדע פאר טעג דארף איך נאכאמאל אריינלייגן די נארישע פעסווארד זיך איינצושרייבן.

מיין ארגינעלע פעסווארד האט נישט אזוי פארפירט, איך קען נישט קיין עברית, און נאכן זיך ברעכן קאפ מיט די באנוצער קאנטראל צימער פראמפטס און אלעס אליינס געטראנסלעיטעוועט, האלט ער נישט ביים אקצעפטירן מיין געטוישטע פעסווארד. פארוואס אין די וועלט איז עס נישט אויף מאמע לשון??

בקיצור.

די סייט זאגט אז אויב די ריסעטן מאכט פראבלעמען זאל מען אימעילן די הנהלה. איך ווארט שוין מער ווי א חודש...
אויב איינער קען זיך אויס וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דעם צומישטן פלאנטער וואלט געווען א טובה. ווייל איך פיל ווי די שטן אין בצרה...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:52 pm
דורך שמן למאור
דריק דעם קנעפל ביים זיך אריינסיינען אז די זאלסט זיך אייביג אטאמאטיש אריינסיינען. אזוי דארפסטו נישט לייגן יעדע מאל די פעסווארד.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:54 pm
דורך סאנטיאגא
ארבעט נישט. איך זעה זיך עס דריקן יעדעס מאל. די מנהל טענה'ט אז ס'איז מיין בראוזער.

און יא איך האב געמאכט אפערקעיס, לאוערקעיס, און נומערן. כ'ווייס וואס א פעסווארד איז..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 1:04 am
דורך שמעקעדיג
לעצטנס לאודט זיך יעדע פעידזש זייער שטייט. נאך איינער האט דאס? שוין פרובירט סיי אויפן קאמפיוטער און סיי אויפן טעלעפאן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 1:43 am
דורך berlbalaguleh
שמן למאור האט געשריבן:דריק דעם קנעפל ביים זיך אריינסיינען אז די זאלסט זיך אייביג אטאמאטיש אריינסיינען. אזוי דארפסטו נישט לייגן יעדע מאל די פעסווארד.
שמן למאור: דרוקן דעם קנעפל זיך אויטאמאטיש אריינצוסיינען העלפט נישט אייביג. א סאך מאל קומט פון זיך אליין ארויף דער סענטענס.."דו האסט דיך סוקסעספול ארויסגעסיינט"...אפילו איך טו גארנישט. נאר די סייט לאגט מיך ארויס אויטאמאטיש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 1:55 am
דורך שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:04 am
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ביי מיר איז אויך ארויפגעקומען אזא מעלדונג אז עס איז נישט סעקיור.
@מנהל וואס איז פשט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 1:38 pm
דורך נעקסט לעוועל
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
אויך געהאט נעכטן, כהאשוין געמיינט אז אייוועלט האט געהעקט ק"ש און ליכט פון א נדרים פלוס מיסיע לטהרת העולם ....(מקען דאך דורך די אומשולדיגע נדרים פלוס אנקומען צו קאווע שטיבל ... שומו שמים!)

און ביי מיין אלטע קאמפיוטער האט עס אויך געמאכט פראבלעמען יעדע שני ושישי, אבער דארטן איז עס געווען די פילטער וואס געהאלטן אז ק"ש באלאנגט אויפן שווארצע ליסטע...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
"שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל"

איז דאס אן אויטאמאטישע פיעטשור? עס מאכט צומאל זייער נערוועז...

לעצטנס האט מיר איינער באשייגעצט אין אישי און יעדע קללה קומט ארויף "שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל"... בשעת יענער האט מיר געשיקט די אישי האב איך נאך געקענט ליינען יעדע ווארט, אבער יעצט איז למפרע אלעס געווארן גע'כשר'ט אומגעבעטן...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 4:20 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 4:21 pm
דורך נעקסט לעוועל
שמעקעדיג האט געשריבן:שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל

איז דאס אן אויטאמאטישע פיעטשור? עס מאכט צומאל זייער נערוועז...

לעצטנס האט מיר איינער באשייגעצט אין אישי און יעדע קללה קומט ארויף "שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל"... בשעת יענער האט מיר געשיקט די אישי האב איך נאך געקענט ליינען יעדע ווארט, אבער יעצט איז למפרע אלעס געווארן גע'כשר'ט אומגעבעטן...
אייגעס א 40 פלו ארויפצוברענגען קאווע שטיבל אויף די רעלסן...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:05 pm
דורך חמלה גדולה
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.
still have same problem

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:53 pm
דורך היסטאריע
פארוואס דארף מען דער סערט? עס איז גוט אזוי. ווען זיי זאלען וויסען וואס מען קען אלץ וויסען ווייל זיי האבען נישט קיין סערט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 6:05 pm
דורך שמעקעדיג
חמלה גדולה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.
still have same problem
ביי מיר איז עס אויך צוריקגעקומען....
אוי איז דאס ענאויאינג.